שאלה אין קורצן ענין
#1 - קען איך האבן א תפלה זיך צו שטארקן איבערן יצר הרע?
קדושה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 21 יעריגע גרוש, איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה קען מיר שרייבן א תפילה אין אידיש אדער אין לשון הקודש זיך ארויסצודרייען פון אלע נסיונות און שלעכטע תאוות. איך בין ליידער אזוי שטארק צוגעבינדן צום ביטערן בלוטיגן סמארטפאון קאמפיוטער וכדומה, איך האב די שטערקסטע פילטער אבער דאך טרעף איך וועגן צו דאס ערגסטע. איך האלט עס נישט אויס, וואס וויל דער יצר הרע פון מיר? איך וויל באמת אויפגעבן מיין פאון אינגאנצן אבער איך האב נישט די כוחות דערצו.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף די ברענעדיגע נסיונות, איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן נישט צו קוקן עבירות; נישט צו קוקן מאווי"ס און בילדער פון עבירות.


הייליגער באשעפער וואס זאל איך טון, איך האלט אין איין אראפפאלן אין קוקן עבירות; איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויף די ברענעדיגע יצר הרע וואס ברענט און פלאקערט אין מיר. איך האלט אין איין קוקן עקלדיגע בילדער און עקלדיגע קליפס, עס ציט מיר צו קוקן די שמוץ אזוי ווי א מאגנעט וואס ציט אן אן אויפהער, און נאכדעם פאל איך אראפ אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל אפלאזן מיינע שלעכטע מעשים, איך זאל שוין נישט צוריק גיין קוקן די עבירות; נאר דו - רבונו של עולם - קענסט מיר העלפן, איך אליין קען נישט; וויפיל איך פרוביר פאל איך אויף צוריק. יעדעס מאל ווען איך מאך אפ אז איך גיי שוין זיין גוט זע איך מיך נאכדעם צוריק אין מיינע אלטע שמוץ. ממש כְּכֶלֶב שָׁב אֶל קִיאוֹ, ווי א הונט וואס גייט צוריק צו זיין ברעכאכץ - אזוי איז מיט מיר, איך האלט אין איין זינדיגן, איך גיי אלץ צוריק צו די עקלדיגע זאכן און איך פאל אראפ אין פגם הברית.


אָנָּא ה', איך בעט דיר טאטע זיסער, הַט לִבֵּנוּ לְיִרְאָה אֶת שְּׁמֶךָ; איך וויל זיין אן ערליכער איד, נאר טון דיין ווילן; העלף מיר איך זאל נאר קוקן אויף גוטע זאכן, איך זאל נאר קוקן צי דיר, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.