שאלה אין קורצן ענין
#1 - קען מען זינדיגן און זיך פארלאזן אויף אומאן? אויב קען מען תשובה טון, וועט דאך יעדער זינדיגן?
אומאן, ראש השנה, תשובה, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך פון אייך איבער די גרויסקייט פון פארן ראש השנה קיין אומאן, און וויפיל מוהרא"ש זי"ע האט אויך גערעדט פון דעם, איך פארשטיי אבער נישט עטליכע זאכן איבער דעם.


א. האט מוהרא"ש טאקע געמיינט צו זאגן אז א מענטש קען זינדיגן, און ווייל ער פארט קיין אומאן וועט ער נישט געשטראפט ווערן אויף דעם?


ב. איז דען דא א מענטש - סיי ווער ס'זאל נאר זיין - וואס קען צוזאגן א גוטע יאר אדער אנדערע גוטע זאכן?


ג. זענען דען נישטא קיין מענטשן וואס זענען געווען ראש השנה אין אומאן, און זיי האבן יא געהאט צרות יענע יאר?


ד. אויך זאגט איר אסאך אז ס'איז נישטא אזא זאך אז א איד זאל נישט קענען תשובה טון, ווי אזוי שטימט דאס מיט דעם וואס חז"ל זאגן "כל האומר אחטא ואשוב אין מספיקין בידו לעשות תשובה", אז איינער וואס זינדיגט און זאגט אז ער וועט שוין נאכדעם תשובה טון, קען ער נישט תשובה טון, זעט מען דאך אז ס'העלפט נישט קיין תשובה פאר אזא מענטש?


ה. ווען מ'זאגט אז יעדער קען תשובה טון, קען דאס דאך מאכן אז מענטשן - און ספעציעל בחורים - זאלן מיינען אז זיי קענען זינדיגן און זיי וועלן שוין שפעטער תשובה טון, אפשר טאקע וועגן דעם האבן חז"ל אונז געזאגט אז אויף אזא פאל העלפט נישט קיין תשובה?


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל דיר ענטפערן על ראשון ראשון, ועל אחרון אחרון.


א - וואס האט פארן קיין אומאן מיט גיין זינדיגן?! די מענטשן וואס קומען ראש השנה קיין אומאן פארן אהין זוכן א וועג ווי אזוי צו מתקן זיין וואס זיי האבן פוגם געווען.


דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט מיט א שטארקע הבטחה (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתיות".


עס זעט מיר אויס פון דיין שאלה אז דו ווייסט נישט וואס אומאן איז. ווער עס איז נאך נישט געווען אין אומאן ראש השנה, דער קען זיך נישט פארשטעלן וואס עס טוט זיך אפ ביים רבינ'ס ציון; דער ציון ווירבלט ווי א בינען נעסט, פיר און צוואנציג שעה איז דער ציון באלאגערט מיט טויזנטער אידן וואס וויינען און שרייען צום אייבערשטן.


די אנלויף ביים ציון הייבט זיך אן ערב ראש השנה, דעמאלט קומען אלע צום ציון וואו מען וויינט צום אייבערשטן ער זאל אונז אנשרייבן א גוט יאר און מיר זאלן שוין ארויס גיין פון אונזער גלות; טייכן טרערן ווערן פארגאסן ביים ציון שוין ערב ראש השנה, ממש אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שה): "אנדערע צדיקים וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא ראש השנה, ווי ביי מיר ערב ראש השנה"; יעדער איינער איז זיך מתוודה פארן אייבערשטן און מען נעמט זיך פאר צו זיין גוט דעם נייעם יאר. די געדרענג ביים ציון איז ממשיך ביתר שאת וביתר עוז במשך ראש השנה, רונדע דעם זייגער שטייען אידן און וויינען זיך אויס ביים ציון, מען זאגט די תיקון הכללי מיטן האפענונג אז מען וועט אלעס פאררעכטן; דעריבער פארשטיי איך נישט וואס דו שרייבסט מיר מיט אזא ברייטע שפראך כאילו מען פארט אויף אומאן פאר א צווייטע סיבה.


ב - דיין צווייטע שאלה איז שוין אביסל איבערגעטריבן, עס הערט זיך ווי דו האסט נישט באקומען קיין חינוך אויף אמונת צדיקים און עס איז אביסל חוצפה'דיג; אוודאי איז דא אזא זאך אז מען זאל צוזאגן פאר א מענטש א גוט יאר, די הייליגע חכמים זאגן (מועד קטן טז:) אויפן פסוק (שמואל-ב כג, ג): "אָמַר אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל, לִי דִבֶּר צוּר יִשְׂרָאֵל, מוֹשֵׁל בָּאָדָם, צַדִּיק מוֹשֵׁל יִרְאַת אֱלֹקִים", מַאי קָאָמַר? אָמַר רַבִּי אַבָּהוּ, הָכִי קָאָמַר: אָמַר אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל: לִי דִבֶּר צוּר יִשְׂרָאֵל, אֲנִי מוֹשֵׁל בָּאָדָם, מִי מוֹשֵׁל בִּי - צַדִּיק, שֶׁאֲנִי גוֹזֵר גְּזֵרָה וּמְבַטְּלָהּ", דער אייבערשטער מאכט גזירות און דער צדיק איז עס מבטל; א צדיק האט א כח אראפצונעמען גזירות פון מענטשן, און בענטשן אלעמען מיט אלעס גוטס.


ג - אויף דיין דריטע שאלה וויל איך דיר ענטפערן מיט א פראגע: "וואס טוסטו ווען דו שפירסט זיך נישט גוט? דו גייסט צום דאקטער; פארוואס גייסטו צום דאקטער? מען זעט דאך אמאל אז דער דאקטער היילט נישט אויס?!" אזוי אויך ווען עס ווארט פאר איינעם א שווערע משפט, "פארוואס זאל ער נעמען פאר גרויס געלט אן אדוואקאט וואס זאל אים פארטיידיגן, מען זעט דאך אסאך מאל אז אפילו מיט א לויער קומט מען אן אין תפיסה?" דאס איז ביי א דאקטער און א לויער וואס קענען טאקע נישט העלפן, דאך פראבירט א מענטש צו טון אלעס אויף דער וועלט זיך צו קענען ראטעווען, כל שכן ווען עס ווארט אויף אונז אלע א גרויסן משפט, וואס: "וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ, מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ, כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי, וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיּוֹתֶיךָ, וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם" - דארף דאך א מענטש טון אלעס אויף דער וועלט צו באקומען א גוטער לויער וואס וועט אים פארטיידיגן און העלפן ניצול ווערן פון די שלעכטע גזירות.


ראש השנה גייט מען אונז אלע משפט'ן: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם"; אלע טראגעדיעס וואס מען הערט במשך דעם יאר השם ישמרינו - ווערט אנגעשריבן ראש השנה. יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן - מענער און פרויען; יונגע קינדער בלייבן נעבעך אן עלטערן ה' ירחם; אלע שפיטעלער זענען לא עלינו פול מיט אידישע קינדער; יעצט לאמיר דיר פרעגן, אז עס איז פארהאן א צדיק וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן און ער קען אונז אלע מתקן זיין; אזוי ווי ר' נתן שרייבט - וואס דער רבי האט אים געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תז): "אָמַר, שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן – נו וואס איז בכלל די פראגע? מען הייבט זיך אויף און מען פארט צום רבי'ן.


ד - עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען זאל נישט קענען תשובה טון דערויף. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נח, ח): "אֵין מַכָּה בָעוֹלָם שֶׁאֵין לָהּ רְפוּאָה", עס איז נישט דא קיין מכה וואס עס זאל נישט זיין אויף דעם א רפואה, "רְפוּאָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרַע - תְּשׁוּבָה", דער רפואה אויפן יצר הרע איז תשובה; נאך זאגן חז"ל (תנחומא הישן וירא, סימן טז): "שֶׁאִם בְּיַד אָדָם כַּמָּה עֲוֹנוֹת וְהוּא שָׁב לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, הוּא מַעֲלֶה עָלָיו כְּאִילוּ לֹא חָטָא", אז א מענטש האט אסאך געזינדיגט און ער טוט תשובה, רעכענט אים דער אייבערשטער כאילו ער האט נישט געזינדיגט; אויף אלעמען קען מען תשובה טון, איי דאס וואס חז"ל זאגן (יומא פה:): "הָאוֹמֵר, אֶחֱטָא וְאָשׁוּב, אֶחֱטָא וְאָשׁוּב, אֵין מַסְפִּיקִין בְּיָדוֹ לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה"? דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען קען נישט תשובה טון, נאר "אֵין מַסְפִּיקִין" איז טייטש אז עס וועט אים זיין שווערער תשובה צו טון, ווייל ער איז שוין צוגעוואוינט צו זינדיגן און עס זעט אים אויס ווי א היתר, ער מיינט עס איז א שפיל; אבער אז א מענטש איז מחליט: 'עד כאן! פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד, איך לאז אפ אלע מיינע שלעכטע מעשים', ווערט זיכער אנגענומען זיין תשובה.


ה - ווען מען ווייזט פארן מענטש דאס רחמנות וואס דער אייבערשטער האט אויף אונז, ווי דער אייבערשטער שטייט און ווארט מיר זאלן תשובה טון און זיך צוריק קערן צו אים, דאס מאכט מען זאל אנהייבן פונדאסניי און דאס געבט א חשק פארן מענטש זיך צו שטארקן אויף זיינע נסיונות. דער סיבה פארוואס מענטשן פאלן אראפ אין עבירות איז נישט ווייל זיי טראכטן: 'מיר וועלן שוין תשובה טון', נאר ווייל זיי טראכטן: 'מיר זענען שוין סיי ווי פארפאלן, מיר גייען שוין סיי ווי אין גיהנום' - דאס איז דער סיבה פארוואס מען טוט עבירות. הלוואי זאלן מענטשן געדענקען און טראכטן שטענדיג אז מען קען תשובה טון, דאן וואלט קיינער נישט געגאנגען טון עבירות, מען וואלט נאר עוסק געווען אין תשובה.


היוצא מדברינו: ווער עס וויל רחמנות האבן אויף זיין נפש, רוח און נשמה, ער וויל פאררעכטן זיינע מעשים - זאל קומען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון כאטשיג איין מאל אין לעבן; עס איז נאך נישט געווען א צדיק זייט די וועלט שטייט וואס זאל מבטיח זיין מיט אזא שטארקע הבטחה צו מתקן זיין יעדן איינעם - אזוי ווי דער הייליגער רבי. פארשטייט זיך אז דער ס"מ טוט זיינס, ער מאכט ליצנות פון רבי'ן, ער מאכט ליצנות פון אומאן און פון תיקון הכללי וכו' וכו'; אבער א מענטש מיט אביסל שכל מאכט זיך א פשוט'ער חשבון: 'עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט א טובה טון פאר דעם וואס וועט קומען צו זיין ציון; עס קומט א נייע יאר, איך דארף ישועות, רפואות, פרנסה, נחת וכו' וכו', איך קוק נישט אויף קיינעם, איך אנטלויף צום הייליגן רבי'ן'.


אז דו וועסט האבן אמונת חכמים וועסטו האבן א גוט לעבן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.