תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך גיי יעצט ענדיגן בעז"ה צום הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה, איך וויל מאכן דעם סיום צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווען גייט דער ראש ישיבה שליט"א קומען קיין ארץ ישראל?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
איך פריי זיך זייער צו הערן די פרייליכע נייעס אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן ששה סדרי משנה מאה פעמים ואחד, די הייליגע חכמים זאגן (חגיגה ט:), ווען משיח וועט קומען וועט מען זען די גרויסקייט פון דער וואס האט געלערנט הונדערט און איין מאל יעדע פרק משניות.
דארפסט נישט ווארטן איך זאל קומען קיין ארץ ישראל, דארפסט נישט מאכן קיין רעש פון דעם, ביי תלמידי היכל הקודש מאכט מען נישט קיין רעש ווען מען איז מסיים סיומים. מאך עס ביי דיר אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, מאך עס באשיידן און איידל; ביי נאכטמאל אדער ביי א שבת סעודה לייגט מען צו א גוטע עסן וואס די קינדער קוקן ארויס אויף דעם, און מען זאגט פאר די קינדער: "טאטי האט געמאכט נאך א סיום", און אויך די ווייב ווערט גאר פרייליך און צופרידן אז זי האט א מאן וואס לערנט, עס בויט אויף די ליבשאפט, עס מאכט די ווייב גרינגער; ווייל א פרוי וואס קוקט נישט ארויף איר מאן - איז די ארבעט זייער זייער שווער, ווייל מאכן די וועש, מאכן עסן און אזוי ווייטער, אויב איז עס פאר א מענטש וואס מען שעצט נישט - איז דאס זייער זייער שווער, און אויב די פרוי שעצט איר מאן, זי האט אים ליב, זי ווייסט אז ער לערנט, ער פירט זיך ערליך - איז די זעלבע ארבעט בכלל נישט שווער.
שטארק זיך מיט לערנען די הייליגע תורה, שטעל נישט אפ דאס לערנען משניות, גיי ווייטער; לערן יעדן טאג משניות, וועסטו האבן די וועלט און יענע וועלט. ווייל דער היילגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): אויבן אין הימל שרייען די נשמות 'מיר זענען הונגעריג, מיר דארפן עסן; מיר זענען דארשטיג, געבטס אונז צו טרינקען', און ווען מען וויל זיי געבן עסן און טרינקען זאגן זיי: 'נישט דאס מיינען מיר, מיר דארפן עסן און טרינקען פון תורה און עבודת ה'', אזוי אויך זענען דא נשמות וואס זענען נאקעט, זיי שרייען און בעטן זיך: 'מיר זענען נאקעט, געבטס אונז קליידער מיט וואס זיך צוצודעקן', און ווען מען וויל זיי געבן קליידער אנצוטון זאגן זיי: 'נישט דאס מיינען מיר, מיר דארפן מצוות און מעשים טובים', און דער רבי פירט אויס: "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.