שאלה אין קורצן ענין
#1 - קענט איר מיר דערציילן אביסל איבער מוהרא"ש זי"ע?
חסידות ברסלב, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי עס דערנענטערט זיך דער גרויסער טאג, די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, האב איך געוואלט פרעגן אויב איר קענט מיר עפעס שרייבן עובדות והנהגות וואס איר האט געזען ביי מוהרא"ש במשך די יארן.


יישר כח,


נחמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד נחמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך אוועק געגעבן זיין גאנץ לעבן פאר א צווייטן איד; עס איז אים געגאנגען אין לעבן אז נאך א איד זאל וויסן פונעם אייבערשטן, נאך א איד זאל וויסן אז ער האט נאך א תקנה. ווער רעדט נאך פון שלום בית; עס איז אים געגאנגען אין לעבן אז נאך א איד זאל האבן שלום בית. מוהרא"ש האט אלעס געלייגט אין דער זייט ווען עס איז געקומען צו העלפן א פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין לעבן.


ווען מען פלעגט פרעגן ר' נחמן טולטשינער זכרונו לברכה ער זאל פארציילן א מופת פון ר' נתן, פלעגט ער זאגן: "א מופת בין איך" - פון "נחמן וואסער טרעגער" איז געווארן "ר' נחמן טולטשינער"; ווען ער איז געווען א אינגל איז ער געווארן א יתום לא עלינו און זיין פעטער האט אים מגדל געווען. איינמאל איז ר' נתן געקומען צו גאסט אין דעם שטאט טולטשין און ער איז איינגעשטאנען ביי דעם פעטער. ר' נחמן טולטשינער - נאך זייענדיג א יונגער בחור - האט געהערט ווי ר' נתן זאגט תורה, און אינמיטן די תורה האט ר' נתן געזאגט ווערטער וואס האט געכאפט זיין הארץ: "די וועלט איז נישט, און מען קען עס נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא און מען קען עס באקומען"; די ווערטער איז אים אריין אין הארץ און ער האט געמאכט א קשר מיט ר' נתן.


ווען ר' נתן האט געזען אז דער בחור נחמן האט אין זיך אסאך תמימות האט ער אים מקרב געווען און אים געזאגט ווי אזוי ער זאל לערנען וכו', ביז ער איז אויסגעוואקסן און געווארן ר' נחמן טולטשינער; פלעגט ער זאגן: "א מופת בין איך", אז פון "נחמן וואסער טרעגער" איז געווארן "ר' נחמן טולטשינער".


דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו איז אלץ אינגערמאן געפארן צו זיין הייליגער רבי דער גרויסער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו און דארט געלערנט פאר עטליכע יאר, ווען ער איז אהיים געקומען האט אים זיין שווער – וואס איז געווען א גרויסער מתנגד – געפרעגט: "וואס האסטו געלערנט ביי דיין רבי'ן?" האט ער געזאגט: "איך האב געלערנט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט", האט דער שווער אים אויסגעלאכט און געזאגט: "ווער ווייסט דען נישט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, איך וועל אריין רופן די דינסט און איך וועל איר פרעגן צי זי ווייסט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, וועט זי אויך וויסן", אזוי האט ער געטון און די דינסט רופט זיך אן: "וואסערע פראגע איז דאס? אודאי איז דא א גאט אויף דער וועלט!"


פרעגט ער זיין איידעם: "פארוואס האסטו געדארפט אוועק פארן פון שטוב פאר אזא לאנגע צייט צו לערנען אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, קוק אויף די דינסט, זי ווייסט אויך אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, אן פארן צו א רבי?!" האט דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע געענטפערט פאר זיין שווער: "יא יא, זי זאגט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, אבער איך לעב מיט דעם".


אין דעם ווארט ליגט זייער אסאך; מענטשן פרעגן כסדר פארוואס מיר דארפן דעם הייליגן רבי'ן און ווען מיר ענטפערן אז מיר דארפן דעם רבי'ן ווייל ער ברענגט אין אונז אריין אמונה - אז מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן און מיר זאלן אים אלעס בעטן, דרוקט מען זיך אויס מיט וואונדער: "ווער ווייסט דען נישט אז עס איז דא א באשעפער און מען קען אים אלעס בעטן?!" אבער דער  אמת איז אז "יעדער ווייסט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, אבער מיר לעבן מיטן אייבערשטן".


דאס איז וואס איך קען דיר דערציילן פון מוהרא"ש און דאס איז מוהרא"ש'ס מופת, אז ער האט גענומען פשוט'ע אידן און זיי געברענגט צום אייבערשטן. ווען איך קוק אויף מיר טראכט איך צו מיר 'דאס איז די גרעסטע מופת פון מוהרא"ש, אז ער האט אין מיר געקענט אריין לייגן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און איך זאל רעדן צום אייבערשטן'.


קוק וואס דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט): "וְעִקַּר הַחִדּוּשִׁים וְהַמּוֹפְתִים הַנּוֹרָאִים שֶׁרָאִינוּ מִמֶּנּוּ ז"ל, הוּא רַק בְּעִנְיַן הִתְקָרְבוּת יִשְׂרָאֵל לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", דער עיקר מופתים וואס מיר האבן געזען ביים הייליגן רבי'ן איז געווען נאר אינעם ענין פון מקרב זיין אידישע קינדער צום הייליגן באשעפער, "שֶׁתֵּכֶף כְּשֶׁנִּכְנַס אֶחָד אֶצְלוֹ וְרָצָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, תֵּכֶף נֶהְפַּךְ מִיָּד לְאִישׁ אַחֵר מַמָּשׁ", יעדעס מאל ווען איינער איז געקומען צום רבי'ן און ער האט געוואלט ווערן אן ערליכע איד, האט מען געזען ווי דער מענטש ווערט אן אנדערע מענטש אינגאנצן.


ווען איינער בעט מיר אז איך זאל אים דערציילן מופתים פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וכו', דערצייל איך וואס עס איז ביי מיר דער גרעסטער מופת און דאס גרעסטע צדקות, אז א מענטש זאל שטיין און רעדן מיט מענטשן איבער פופציג יאר, בשעת די אלע מענטשן וואס ער האט געהאלפן - רובם ככולם, זענען געווארן זיינע מתנגדים; אסאך מנהיגים - סיי אין ברסלב און סיי אין דער וועלט האבן גענומען חיזוק פון דעם צדיק און גערעדט האבן זיי אלע אויף אים מיט א גרינגשעצונג. און דער חידוש איז וַיִּפְנוּ מִשָּׁם הָאֲנָשִׁים - וַיֵּלְכוּ סְדֹמָה, וְמוהרא"ש עוֹדֶנּוּ עֹמֵד לִפְנֵי ה'... מוהרא"ש איז ווייטער געגאנגען אויף זיין וועג, ער האט ווייטער מגלה געווען פאר אלעמען דעם הייליגן רבינ'ס עצות, ווייטער געשריבן ספרים וואס זענען מחי' ומחזק די גאנצע וועלט בלי שום גוזמא.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עבודה זרה ח:) אז די רומים האבן געמאכט א גזירה אויף די אידן אז מען טאר נישט געבן קיין סמיכה פאר קיינעם און ווער עס וועט געבן סמיכה וועט מען אים הרג'נען, אזוי אויך וועט מען הרג'נען די גאנצע שטאט וואו מען האט געגעבן סמיכה וכו'. זאגן חז"ל: "בְּרַם זָכוּר אוֹתוֹ הָאִישׁ לַטּוֹב וְרַבִּי יְהוּדָה בֶּן בָּבָא שְׁמוֹ", מען דארף געדענקען דאס מסירת נפש פון דעם גרויסן צדיק רבי יהודה בן בבא, ווייל ווען נישט אים וואלט ווען פארגעסן געווארן געוויסע הלכות וכו'. וואס האט ער געטון? ער האט גענומען פינף תנאים און זיך באהאלטן מיט זיי צווישן צוויי בערג און זיי דארט געגעבן סמיכה. ווען ער האט געזען אז די רומים קומען האט ער געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אנטלויפט, אז איר זאלט בלייבן לעבן", האבן זיי אים געפרעגט: "רֶבִּי, וְאַתָּה מַה תְּהֵא עָלֶיך?" רבי, דו קענסט דאך נישט אנטלויפן – ווייל ער איז געווען א זקן – וואס וועט זיין מיט דיר? האט ער זיי געזאגט: "הֲרֵינִי מוּטָל לִפְנֵיהֶם כְּאֶבֶן שֶּׁאֵין לָהּ הוֹפְכִין", איך וועל דא בלייבן ליגן ווי א שטיין וואס האט נישט קיין שום הרגש, זאלן זיי מיר כאפן און הרג'נען כדי איר זאלט זיך קענען ראטעווען.


די תלמידים האבן זיך טאקע געראטעוועט און אים האט מען געכאפט. דערציילט די גמרא: "לֹא זָזוּ מִשָׁם עַד שֶׁנָּעֲצוּ לְגוּפוֹ ג' מֵאוֹת לוּלְנִיָּאוֹת שֶׁל בַּרְזֶל, וַעֲשָׂאוּהוּ לְגוּפוֹ כִּכְבָרָה", זיי האבן אים נישט אפגעלאזט ביז מען האט אין אים אריין געשטאכן דריי הונדערט מעסערס, ביז זיין הייליגע גוף איז געווארן געלעכערט ווי א זופ.


דאס איז א מופת, דאס א צדיק; ער איז גרייט מען זאל אים שטעכן מיט דריי הונדערט מעסערס אבי עס זאל נישט פארגעסן ווערן די תורה ביי אידישע קינדער. וויפיל מען רעדט אויף אים און וויפיל מען שפייט אויף אים, איז ער ביי זיך אזוי בטל, אז ער גייט ווייטער אן מיט זיין הייליגע ארבעט צו פארשפרייטן דעם אייבערשטן אויף דער וועלט.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עב) אז א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען צו זיין אזוי ווי דער ערד; די ערד ווערט נישט ברוגז אויף מענטשן ווען מען טרעט אויף איר, מען שפייט אויף איר און מען ווארפט מיסט אויף איר וכו' וכו', די ערד געבט ווייטער ארויס אלע גוטע פרוכט און אלע מענטשליכע באדערפענישן. אזוי אויך דארף א מענטש זיין א גוטער און א געבער; אפילו מען שפייט אויף אים און אפילו מען רעדט אויף אים, זאל ער ווייטער זיין גוט צו יעדן איינעם. דאס איז אויפן שפיץ גאפל וואס איך קען דיר זאגן אז איך האב געזען ביי מוהרא"ש; ער איז געווען כְּאַסְקֻפָּה הַנִדְּרֶסֶת פאר אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נאך גיין זיינע וועגן, מיר זאלן פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה בימינו אמן.