תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח אויף די כוחות וואס דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אריין אין אלע שיעורים און ניגונים, וואס געבן מיר לופט צו אטעמען, עס איז שוין א האלבע יאר וואס איך פארפאס נישט קיין איין שיעור, איך בין זיך מחי' מיט דעם יעדן טאג, און זייט דעמאלט האט זיך געטוישט מיין לעבן אין אלע הינזיכטן; איך האב אינגאנצן נישט געוואוסט אז עס איז דא א מציאות אז מען קען האבן אזא זיסע געשמאקע לעבן מיט'ן אייבערשטן.
ברוך השם אז איך קען גוט לערנען, אבער אפילו אזוי פלעגט דורכגיין טעג און וואכן וואס איך האב כמעט נישט געעפנט קיין ספר, זייט איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בין איך מעביר סדרה יעדן טאג מיט רש"י, און אזוי ווייטער אנדערע שיעורים, אלץ א דאנק דער ראש ישיבה שליט"א, דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש, לאנגע געזונטע יארן, מיט פיל נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך.
איך וויל פרעגן עטליכע שאלות איבער התבודדות: א) מעג מען זיך מתודה זיין אום שבת קודש אדער נישט? ב) איז מותר צו רעדן צום אייבערשטן במחשבה אין מקוה? אזוי ווי מען טאר נישט דארט זאגן א דבר שבקדושה. ג) די משנה זאגט אין אבות: "המהלך בדרך יחידי וכו', הרי זה מתחייב בנפשו", לויט דעם וויל איך וויסן צי דאס מיינט אויך גיין אין וואלד ביינאכט, (באופן אז מען ווערט זיכער נישט פארלוירן), זיך מתבודד זיין.
אויך וויל איך וויסן וואס צו טון ווען מען לערנט געוויסע שטיקלעך גמרא וואס מאכט טראכטן נישט גוט וכו'.
איך בעט דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר צוריק שרייבן א בריוו, איך זאל זיך קענען מחזק זיין אסאך מאל, דורכדעם וואס איך קען עס איבערליינען ווען איך וויל.
א בחור פון לאנדאן
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, לאנדאן
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ערשטנס איז מיר א גרויסע פרייד צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיטן רבינ'ס עצות, און מיטן רבינ'ס התחזקות, דיין לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן, דו לעבסט מיטן אייבערשטן, און אז דו וועסט זיך שטארקן און דערהאלטן, דו וועסט פאלגן די עצות פון הייליגן רבי'ן – וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.
אויף די ערשטע פראגע וכו'; מוהרא"ש זאגט, אויב דער מענטש לעבט מיט די מחשבה: 'אפשר איז היינט מיין לעצטע טאג?' ער גייט שלאפן מיט די מחשבה, ער געבט זיך ממש איבער פארן אייבערשטן, 'בידך אפקיד רוחי' – מעג מען זיך אויך שבת מתוודה זיין.
און בנוגע וויינען שבת; עס ווערט שוין געברענגט אין די פוסקים (מדרש אגדה, הובא בבית יוסף אורח חיים סימן רפח; טורי זהב שם, סעיף קטן ב), אז אויב עס איז א תענוג, א פארגעניגן פארן מענטש זיך אויסצואוויינען פארן אייבערשטן – מעג מען דאס טון אום שבת.
אויף די צווייטע פראגע וכו'; אוודאי מעג מען זיך מתבודד זיין במחשבה אין מקוה, נישט נאר במחשבה, נאר אויך בדיבור; איז מען איז אויסגעדרייט צום וואנט בצניעות קען מען מאכן תפילות ביי יעדע טבילה, צום ביישפיל, מען בעט: "הייליגער באשעפער, בזכות די טבילה וואס איך טובל זיך – זאל איך זוכה זיין צו היטן מיינע אויגן", און מען טינקט זיך איין; מען זאגט: "הייליגער באשעפער, אזוי ווי איך טובל זיך יעצט מיין קערפער, בעט איך דיר, טובל מיין נשמה, איך זאל ווערן ריין פאר דיר".
אויף די דריטע פראגע וכו'; אוודאי מעג מען גיין, און עס איז נישט קיין סכנה; קוק אריין אין ברטנורא (אבות ג, ד): "וְאִם הָיָה מְחַשֵּׁב בְּדִבְרֵי תּוֹרָה הָיְתָה מְשַׁמַּרְתּוֹ", אויב מען טראכט פון תורה מעג מען, ווייל די תורה וועט אים היטן; אזוי אויך אז מען איז זיך מתבודד ווערט מען איינס מיטן אייבערשטן, ווערט מען אפגעהיטן, און קוק אריין אין ספר הקדוש לקוטי מוהר"ן (חלק א, סימן נב), וואו דער הייליגער רבי טייטשט אויס די משנה אין אבות (פרק ג, משנה ד): "הַנֵּעוֹר בַּלַּיְלָה" - כפשוטו, דער וואס איז אויף ביינאכט און ער איז זיך מתבודד, ער גיסט אויס זיין הארץ פארן אייבערשטן, "וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי" – ער גייט אין א פלאץ וואס קיינער גייט נישט דארט, "וְהַמְפַנֶּה לִבּוֹ לְבַטָּלָה" – צו זוכה זיין צו קומען צו ביטול צום אייבערשטן, "הֲרֵי זֶה מִתְחַיֵּב בְּנַפְשׁוֹ" – ווערט ער נכלל אינעם אייבערשטן וואס איז חיוב המציאות, און ער ווערט אויך א מחויב המציאות מיט די גאנצע וועלט; קוק אריין אין דעם רבינ'ס ווערטער וואס וויינט אויף די טעות וואס די אפיקורסים האבן, זיי זאגן אז די וועלט איז א פאקט וואס מוז זיין, זאגט דער רבי, דאס איז ליגנט, ווייל נאר דער אייבערשטער איז מחויב המציאות, אבער אלע וועלטן וואס דער אייבערשטער האט באשאפן איז אפשרי המציאות, דער אייבערשטער וואלט זיי ווען נישט געדארפט באשאפן, און נאר דער אייבערשטער מוז זיין, און דער רבי זאגט: "מאין נמשך הטעות", פון ווי קומט צו זיי דער טעות? ווייל איינמאל דער אייבערשטער האט באשאפן נשמות ישראל, מוז שוין זיין די גאנצע וועלט וכו' וכו', און ווען דער מענטש איז זיך מתבודד – ביינאכט – בדרך יחידי, הרי זה מתחייב, ער איז גורם צו ווערן מחויב המציאות, ער און אלע וועלטן וכו', עיין שם.
לערן אסאך גמרא, לערנען מאכט נישט שלעכטע מחשבות, עס קען זיין אז ביים לערנען קומען זיי ארויס און זיי גייען אינגאנצן ארויס פונעם מענטש, אזוי ווי וואסער וואס מען לייגט אויפן פייער, עס הייבט אן קאכן און עס הייבט אן ארויסגיין שמוץ, וועט דען איינער טראכטן אז די פייער מאכט די שמוץ און דען געבן אן עצה מער נישט אויפצוקאכן וואסער? ניין, נאר וואס דען? אין די וואסער איז באהאלטן שמוץ, און אדרבה, דורך לייגן אויפן פייער – גייען זיי ארויס (עיין שיחות הר"ן, סימן עט), אזוי אויך ווען דו וועסט לערנען גמרא, משניות וכו' – וועט זיך אפשר דאכטן אז די גמרא און משניות מאכן מחשבות וכו', אבער עס איז נישט אזוי, עס איז נאר מטהר, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות כב.), אויפן פסוק (ירמיהו כג, כט): "'הֲלֹא כֹה דְבָרִי כָּאֵשׁ נְאֻם ה'', שֶׁאֵין דִּבְרֵי תוֹרָה מְקַבְּלִין טוּמְאָה".
איך שיק דיר צוריק דעם בריוו קיין לאנדאן אז דו זאלסט זיך קענען מחי' זיין, אויך קענסטו יעדע וואך אויפזוכן די קונטרס 'עצתו אמונה', לערן עס בקול, כאילו די בריוון זענען פאר דיר פערזענליך, ווייל אלע בריוון זענען פאר יעדן איינעם פערזענליך.