שאלה אין קורצן ענין
#5 - ווי אזוי געבט מען זיך אפ מיט א יתום אין קלאס?
חינוך הילדים, מלמדים, בריוו, יתום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און צום נייעם זמן באקום איך צום ערשטן מאל אלס תלמיד א קינד וואס איז א יתום פון זיין טאטע. ברוך ה' אז איך האב קיינמאל נישט געשפירט וואס דאס מיינט, ממילא איז מיר טאקע אוממעגליך אים צו פארשטיין, איך וויל אבער וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט אים, ווייל חז"ל זאגן כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, און די זעלבע אויף פארקערט חס ושלום.


וואס איז מיין חוב זיך איבערצוגעבן פאר אים מער ווי פאר אן אנדערער קינד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס דארפסטו וויסן, שכרך הרבה מאוד, דיין שכר איז זייער גרויס; אויבן אין הימל איז א מלמד זייער חשוב, בפרט ווען דער מלמד געבט זיך אפ מיט די תלמידים ווי אייגענע קינדער, דעמאלט איז ער נאך מער חשוב אין הימל. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ", ווער עס לערנט מיט תלמידים איז דאס אזוי ווי זיינע אייגענע קינדער; און ווי צדיקים טייטשן, אז דאס איז נישט פשט מען געבט דעם מלמד א גוט ווארט, נאר דאס איז אן התחייבות, מען זאגט פאר'ן מלמד 'ווען דו לערנסט מיט תלמידים זאלסטו טראכטן כְּאִילוּ יָלְדוֹ - דאס איז אזוי ווי דו לערנסט מיט דיינע אייגענע קינדער'.


דארפסטו זיין זייער פרייליך און דאנקען דעם אייבערשטן ששמת חלקך מיושבי בית המדרש, אז דיין לעבן גייט אריבער מיט גוטע זאכן, מיט הייליגע זאכן; מיט לערנען מיט אידישע קינדער תורה. בפרט אז דו ביסט א הארציגער מלמד, דו זארגסט פאר דיינע תלמידים, דו האסט רחמנות אויף זיי - ביסטו זייער חשוב אין הימל.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר אמאל זייער מחזק געווען און געזאגט: "וואס וואלסטו געטון ווען דו ארבעסט אין א געשעפט וואס פארקויפט קליידער? שטעל זיך פאר דו ארבעסט אין אזא געשעפט און עס גייט אריבער די זיבעציג יאר, דו קומסט ארויף אויבן אין הימל און מען פרעגט דיר 'וואס האסטו געטון זיבעציג יאר? זיבעציג יאר האסטו פארקויפט בעקיטשעס? זיבעציג יאר האסטו געשניטן סחורה?'" מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דארפסט דאך זיין זייער פרייליך אז דו וועסט קענען ענטפערן 'זיבעציג יאר האב איך געלערנט מיט אידישע קינדער'".


בנוגע דעם יתום; זאלסט אכטונג געבן אויף אים מער ווי אנדערע קינדער, ווייל יתומים זענען זייער נאנט צום אייבערשטן, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיך אננעמען פאר זיי, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי אויסהערן; דער אייבערשטער - ער איז זייער טאטע, ער נעמט זיך אן פאר זיי, ער איז דער (תהילים סח, ו): "אֲבִי יְתוֹמִים".


ווען עס קומט אויס צו רעדן מיט די קינדער וועגן זייערע עלטערן, צום ביישפיל דו זאגסט די קינדער זיי זאלן לערנען מיט זייער טאטע אדער זאלן מאכן נחת פאר זייער טאטע, זאלסטו שטענדיג געדענקען פון דעם יתום; אים געבן א וועג מיט זיין טאטע עליו השלום, זאלסט באזונדער מאכן אן עסק פונעם יתום, זאלסט אים זאגן: "דיין טאטע איז אין הימל, אין גן עדן נעבן דעם אייבערשטן; ער זעט ווי פלייסיג דו לערנסט, ער האט נחת פון דיר, ער זארגט פאר דיר".


אויך זאלסטו ארויסנעמען די שרעק פון אים און פון אלע קינדער פון שטארבן; רעד צו די קינדער אז שטארבן איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך פאר אידישע קינדער, ביי אידישע קינדער ווען מען שטארבט - גייט מען אין גן עדן, דארט לערנט מען תורה מיט אלע צדיקים און מיט'ן אייבערשטן, אין גן עדן איז דא אלע גוטע זאכן, מען איז זייער נאנט צום אייבערשטן, און נאך אביסל וועלן אלע אויפשטיין תחיית המתים, עס גייט זיין אזוי פרייליך צו זען ווי אלע טאטעס, זיידעס, עלטער זיידעס, עלטער עלטער עלטער זיידעס גייען אויפשטיין תחיית המתים.


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט געענטפערט ביז יעצט, בדרך כלל פרוביר איך צו ענטפערן פאר מלמדים שנעלער ווי אנדערע בריוו; עס האט זיך יעצט פארשלעפט צוליב די נסיעה קיין אומאן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי קען מען ענטפערן שווערע שאלות פון בחורים?
ספרי ברסלב, אשר בנחל, שאלות, בחור, עצתו אמונה, זיכוי הרבים, בריוו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך שטארק באדאנקען אויף די תשובה וואס איר האט מיר געשריבן איבער רעדן צו בחורים פון די עצות וואס איר זאגט פון הייליגן רבי'ן, עס איבערצוזאגן אן א נאמען.


כ'וויל אבער אביסל בעסער ערקלערן מיין צווייטע שאלה מיין שאלה איז נישט געווען, ווי אזוי מען נעמט כח און קראפט צו ענטפערן שאלות פון בחורים, מיין שאלה איז געווען ווי אזוי נעמט מען א כח ההכרעה און שכל וואס און ווי אזוי צו ענטפערן א ריכטיגע תשובה פאר א בחור אויף א שאלה וואס כ'האב נישט געטראכט אדער געלערנט איבער דעם פון פריער, בפרט ווען ס'איז דא גאר שווערע שאלות פון א יונגער בחור וואס דארף א ריכטיגע און א קלארע תשובה צו זיין טאג טעגליכן לעבן.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח אויף אייערע עבודת הקודש, איר זאלט שטענדיג קענען מחזק זיין און מקרב זיין אידן לאבינו שבשמים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין רבינ'ס ספרים איז אלעס דא; ווער עס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים באקומט זייער א גראדע שכל, א קלארע פארשטאנד. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמז): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל מֹחַ גָּדוֹל עַל יְדֵי סִפְרוֹ", ווער עס וועט לערנען זיינע ספרים וועט באקומען א טיפע מח, "כִּי יֵשׁ בּוֹ שֵׂכֶל גָּדוֹל וְעַמְקוּת נִפְלָא מְאֹד עַל פִּי פְּשׁוּטָן שֶׁל דְּבָרִים", ווייל אין די ספרים ליגט טיפע שכל, מען באקומט שכל צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדן פרט.


בפרט דארפן די וואס זענען עוסק מיט בני הנעורים - לערנען דעם רבינ'ס ספרים, ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רנח): "הָיִיתִי סָבוּר שֶׁהַיֵּצֶר הָרָע שֶׁלִּי אוֹמֵר לִי שֶׁאֵין מִי שֶׁיּוּכַל לְהַנְהִיג אֶת בְּנֵי הַנְּעוּרִים כָּמוֹנִי", אין אנהייב האב איך געמיינט אז דאס וואס איך טראכט אז נאר איך פארשטיי צו די יונגווארג, איך קען זיין זייער מנהיג - דאס זאגט מיר דער יצר הרע, "עַכְשָׁו אֲנִי יוֹדֵעַ בְּבֵרוּר אַז אִיךְ בִּין אֵיין מַנְהִיג, וְאֵין מַנְהִיג כָּמוֹנִי", יעצט ווייס איך קלארערהייט אז נאר איך פארשטיי צו די יוגענט, נאר איך קען זיין זייער פירער; אזוי ווי מען זעט היינטיגע צייטן אז קיינער האט נישט קיין שפראך צו די יוגענט, אלע חכמים און פותרי חלומות ברעכן זיך קאפ: 'וואס טוט מען מיט די יוגענט? וואס טוט מען מיט די בחורים? וואס טוט מען מיט די מיידלעך?' אלע זענען פארלוירן, זיי זענען מודה אז זיי ווייסן נישט וואס צו טון, נאר דער רבי האט א שפראך צו זיי, די חיזוק פון רבי'ן דאס האלט זיי און מאכט זיי פאר ערליכע אידן.


מאך זיך שיעורים אין ספר אשר בנחל - בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן, אויך זאלסטו לערנען ספר עצתו אמונה - בריוו וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו שרייבן דורכאויס די יארן וואס איך בין באשעפטיגט מיט בני הנעורים; דארט וועסטו זען די שכל פון רבי'ן, דו וועסט האבן א קלארקייט אין יעדע ענין, אויף אלע שאלות וואס די בחורים פרעגן דיר וועסטו זיין קלאר, דו וועסט זיי קענען מחי' זיין.


שטארק זיך, לאז נישט אפ דיין הייליגע ארבעט; היינט איז דאס די חשוב'סטע זאך - רעדן מיט בחורים, לערנען מיט זיי און אריין לייגן אין זיי אמונה אינעם אייבערשטן און אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - דארף מען רעדן שיין און זיך באדאנקען פאר די קינדער?
שלום בית, חינוך הילדים, עצתו אמונה, בריוו, ברית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען אויף די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט יעדע וואך, איך און מיין ווייב און קינדער ליינען יעדע וואך דעם קונטרס "עצתו אמונה", מיר זענען זיך מחי' דערמיט, און מיר פרובירן צו לעבן אויף דעם וועג, הלואי זאל דער ראש ישיבה שליט"א שרייבן מער בריוו.


איך האב א שטיקל ויכוח מיט מיין ווייב איבער ווען מ'בעט עפעס פון א קינד אויב מ'זאל זאגן "ביטע" און "יישר כח". איך האלט אז ווען עלטערן בעטן עפעס פון א קינד דארף מען נישט בעטן מיט "ביטע" און מ'דארף זיך נישט באדאנקען, אבער מיין ווייב האלט אז יא, וויל איך וויסן וואס דער ריכטיגער וועג איז.


אויך האב איך געוואלט וואונטשן א מזל טוב צום געבורט פון אייער אייניקל, דער אייבערשטער זאל אייך געבן פיל אידיש נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט. איך האב געזען אויף די בילדער פונעם ברית אז איר זענט געווען "קוואטער", האב איך געוואלט פרעגן אויב ס'איז דא א ספעציעלער ענין צו זיין קוואטער, און וואס איז דער ענין דערפון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא א' - ערב יום טוב שבועות, ה' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז דו האסט חיזוק פון די בריוו; דו און דיין משפחה זענען זיך מחי' מיט די בריוו. וויסן זאלסטו אז דאס וואס שטייט אין די בריוו איז נישט מיינס, אלעס איז גענומען פונעם הייליגן ספר "אשר בנחל" וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירות נפש זיין גאנץ לעבן. גלייב מיר, איך וויל אויך שרייבן מער, איך קום פשוט נישט אן צו שרייבן און ענטפערן אויף אלע בריוו וואס ווארטן אויף אן ענטפער.


בנוגע צי מען דארף רעדן שיין צו קינדער וכו'; איך בעט דיר זייער, קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב, בפרט ווען זי איז גערעכט מיט'ן רעדן שיין צו די קינדער. מען דארף רעדן שיין צו יעדן איינעם און זיך שטענדיג באדאנקען און זיכער צו די קינדער, ווייל ווי אזוי מען רעדט צו די קינדער אזוי וועלן זיי רעדן צו אנדערע. קינדער מאכן נאך זייערע עלטערן; אז מען רעדט צו זיי שיין און מען באדאנקט זיך פאר זיי, וועלן זיי אויך רעדן שיין צו אנדערע און זיך באדאנקען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא - אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד רעדט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן חז"ל (מדרש תנחומא, וישלח, ז) אויפ'ן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה – בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך אזוי פירן זיך די קינדער.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, מאך נישט קיין ויכוחים. מוהרא"ש פלעגט אונז זייער אסאך זאגן: "מיט א פרוי גייט מען נישט אין ויכוחים"; בפרט אין דיין פאל איז זי דאך גערעכט, אודאי דארף מען זיך באדאנקען און שיין רעדן צו זיי.


בנוגע קוואטער וכו'; עס זענען דא וואס זאגן אז דאס איז א לשון פון קטורת (אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן [כריתות ו:] דער לשון פון קטורת איז דָבָר שֶׁ'קוֹטֵר' וְעוֹלֶה), היות א ברית איז אזוי ווי מקטיר זיין קטורת, פון דעם איז דער ווארט קוואטער. עס איז דא וואס זאגן אז קוואט-טער איז א לשון פון כבוד – טיר, אז דער כיבוד איז ביים טיר ווען מען ברענגט אריין דעם קינד. עס זענען פארהאן אסאך סגולות אין דעם, עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז מסוגל פאר קינדער, עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז מסוגל פאר עשירות.


א פרייליכן יום טוב.

#2 - קענט איר אביסל דערציילן וואס איר האט מקבל געווען פון מוהרא"ש?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, שלום, תשובה, הפצה, דרשות, בחור, עצתו אמונה, ראש ישיבה, התנגדות, סדר דרך הלימוד, רעדן, תעניתים, זיכוי הרבים, בריוו, משיח, מנהיגים, סיפור התקרבות, מגילת סתרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שרייב איך יעצט א ספר איבער מוהרא"ש, און איך פרוביר צו רעדן צו די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש צו הערן און פארשטיין אביסל וואס מוהרא"ש האט אלץ אויפגעטון און געטון פאר אונז. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אביסל צייט, און מיר איבערגעבן וואס דער ראש ישיבה האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.


א.    ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל, און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


ב.    וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חייתו?


ג.      עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


ד.     דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


ה.    דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


ו.      וואס איז דא אין ברסלב, אז עס ציעט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


ז.      חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה דעם געבענטשטן טויש וואס האט פאסירט?


א גרויסן יישר כח פון פאראויס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף אלע אייערע פראגעס.


ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי דער ראש ישיבה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש זכרונו לברכה בפרט, און אויב איך קען אייך דערציילן מיין סיפור התקרבות; וואס זאל איך אייך זאגן, דאס איז א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "'אתה יודע רזי עולם', דער אייבערשטער ווייסט דער סוד פארוואס איך ווייס פון אזא רבי און א צווייטער נישט".


איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן מיין סיפור התקרבות; עס איז א לאנגע סיפור, איך וועל אייך שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זייער טייערע עלטערן, איך קום מיין לעבן פאר מיינע עלטערן, זיי זענען ספעציעלע מענטשן, מיין טאטע שליט"א - זיין גאנצע לעבן איז נאר לערנען די הייליגע תורה און דינען דעם אייבערשטן, אזוי אויך מיין מאמע תחי' - איר גאנצע לעבן איז אמונה, תפילה און שמחה. איך האב אלע יארן זייער שטארק געוואלט זיין אן ערליכער איד, איך האב געזוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. איך האב זוכה געווען אויפצואוואקסן ביי מיין זיידע, הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה זכרונו לברכה, איך האב אים משמש געווען אסאך יארן בייטאג און ביינאכט, איך האב געזען זיין עבודה, זיינע תעניתים, זיינע סיגופים, ווי ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, ער איז נישט געשלאפן אין בעט קיין איין נאכט, ער איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה, געזיצן א גאנצן טאג מעוטר בטלית ותפילין, געלאפן אין מקוה צענדליגער מאל א טאג.


איך האב געזען זיינע עבודות און איך האב פארשטאנען אז א צדיק קען מען נאר ווערן דורך די שווערע עבודות, דורך פאסטן, סיגופים און אזוי ווייטער, איך האב דאס פרובירט נאך צו טון, עס איז מיר אבער נישט געגאנגען. מיר האט דאס זייער וויי געטון, איך האב פרובירט צו לערנען, דאווענען און טון רצון השם, איך האב אבער געשפירט א חסרון אין מיין עבודות השם, איך האב געשפירט ווי עפעס פעלט מיר; אזוי ווי דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם רב און בן יחיד (ספורי מעשיות, מעשה ח), דער בן יחיד האט געשפירט אז עפעס פעלט אים אין לעבן.


ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געפונען א קליין ספר, ספר אשר בנחל חלק כז, און עס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט. איך האב אנגעהויבן שפירן אז עס איז דא א וועג צו ווערן אן ערליכער איד - דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן; מען קען זיין דא אויף די וועלט, מען קען עסן, שלאפן, זיין א מענטש צווישן מענטשן, און זיין דבוק צום אייבערשטן; דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך התבודדות ותפילה - ווערט דער מח צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


***


וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו?


אויף אייער פראגע, וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו; עס איז שווער אראפצושרייבן אין איין בריוו אלע שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, איך וועל אייך שרייבן דריי שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש; דריי וויכטיגע יסודות וואס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


ערשטנס א וועג ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מוהרא"ש האט אונז געלערנט א "סדר דרך הלימוד" פאר יעדן איינציגסטן מענטש צו קענען לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, אפילו מען פארשטייט נישט ביים אנהויב וואס מען לערנט - זאל מען זיך נישט אפשטעלן, נאר ווייטער לערנען; מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו בלא הבנה כלל. מען זאל פרובירן זיך קאנצעטרירן צו פארשטיין וואס מען לערנט; אז מען פארשטייט איז גוט, און אז מען פארשטייט נישט - זאל מען ווייטער גיין, ווייטער זאגן די ווערטער, זיך נישט אפשטעלן; מען זאל לערנען און לערנען ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


*


צווייטנס האב איך געהערט פון מוהרא"ש די זאך פון התבודדות; ווי די גאנצע לעבן טוישט זיך צום גוטנס ווען מען רעדט און מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, דאס איז ביי מיר געווען די שטערקסטע זאך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


אפילו איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב פון אמונה, אלע ווייסן פון תפילה, מיינע עלטערן זענען זייער ערליכע אידן, אבער אויף לעובדא ולמעשה, איך זאל אנהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן - האב איך באקומען ביי מוהרא"ש; קענען שמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט.


*


דריטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש אכטונג צו געבן אויף מיין ווייב תחי'. איידער מיין התקרבות האב איך געמיינט אז שלום בית איז א שיינע זאך צו האבן, איך האב דאס נישט אגעקוקט ווי א זאך וואס האט מיט עבודת השם. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלערנט אז שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם, צו זיין אן ערליכער איד; מען מוז רעדן שיין אין שטוב, מען מוז רעדן שיין צו די ווייב, קיינמאל זיך נישט טענה'ען מיט איר; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח מחשבה און ווערן א גרויסער צדיק.


*


איך האב גארנישט באקומען עפעס ספעציעל מער פון אנדערע; מוהרא"ש האט איבערגעלאזט פאר יעדן איינעם ספרים אן א שיעור און טויזנטער בריוו, חיזוק און עצות ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אראפגעברענגט פאר אונזערע קליינע פארשמירטע מוחות, מיר זאלן אויך האבן אן השגה און פארשטיין דעם רבינ'ס עצות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר גארנישט ספעציעל געזאגט; איך האב געהאט די זכי' פאר צען יאר יעדע וואך ליל שישי נאכן שיעור אריינצוגיין צו מוהרא"ש זכרונו לברכה אל הקודש פנימה, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר לענגער ווי מיט אנדערע, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר אסאך מאל א שעה אדער מער; די חברים פלעגן מיר פרעגן: "וואס האט מוהרא"ש גערעדט? וואס האט מוהרא"ש דערציילט?" איך פלעג זיי זאגן: "מוהרא"ש האט גארנישט דערציילט עפעס סודות וואס נאר איך מעג וויסן און אנדערע נישט, מוהרא"ש האט מיט מיר געשמועסט וואס עס שטייט אין די בריוו"; זאכן וואס איז נוגע צו פירן א ישיבה, א חדר, א בית חנוך לבנות, ווי אזוי צו פירן אינגעלייט וכו', פון סדר דרך הלימוד און פון די זיסע עצות פון רבי'ן. אסאך מאל איז געווען פרטיות'דיגע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן מיט די תלמידים, אדער ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די מחלוקות וואס איז געווען קעגן מיר; אלעס שטייט געשריבן אין די ספרים און קונטרסים, ווער עס וועט לערנען די ספרים וועט אלעס זען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט וועגן דעם ספר מגילת סתרים (ספר פעלת הצדיק, סימן תרח) דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן און רבי נפתלי אלעס וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, רבי נתן האט דאס אפגעשריבן אין ראשי תיבות און דאס איבערגעגעבן פאר רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר זיין זון, דער גרויסער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה. אלע פרעגן 'פארוועם האט דאס מוהרא"ש איבערגעגעבן?' דער ענטפער איז: מוהרא"ש האט דאס אריינגעלייגט אין ספר אשר בנחל, ווער עס לערנט דעם ספר קען זען און פארשטיין וואס וועט זיין דער גאנצער סדר ביז משיח וועט קומען, אמן ואמן.


***


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


אויף אייער פראגע, עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, וואס זענען אבער די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש אלס פערזענליכקייט; מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "איך וואלט ווען געקענט נעמען די עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן און לעבן מיט דעם פאר מיר אליינס, זיך איינשפארן אין א ספרים צימער, לערנען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, און זיין דבוק צום אייבערשטן מיט די גרעסטע מאס דביקות"; דאס ווייסטו, אז מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט ספרים, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "יעדער מענטש האט זיינע תאוות, מיין תאוה איז ספרים"; יעדע ספר וואס איז ארויס לאור עולם האט מען געברענגט פאר מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט אנגעגרייט מענטשן פאר דעם, זיי זענען געווען ממונה צו גיין יעדן טאג אין די ספרים געשעפטן אויפזוכן פאר אים נייע ספרים, זיי האבן געברענגט יעדע ספר וואס איז ארויסגעקומען פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה וואלט ווען געקענט פארשפארן זיין טיר און זיין פארנומען א גאנץ לעבן מיט לערנען און דאווענען, מוהרא"ש האט אבער אנדערש געטון, ער האט אלעס אוועקגעלייגט, ער האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן מיט אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן; ער האט זיך פארשמירט מיט בלאטע צו העלפן אידישע קינדער.


מיר געפונען, דוד המלך האט געזאגט (ברכות ד.): "וַאֲנִי יָדַי מְלוּכְלָכוֹת בְּדָּם", מיינע הענט זענען פארשמירט צו מטהר זיין אידישע קינדער; דאס האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געטון, ער האט זיך אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער; אלע האבן געלאכט פון אים, אלע האבן געשפעט פון אים; עד היום וועסטו הערן מענטשן רעדן קעגן דעם צדיק.


מוהרא"ש האט קיינעם נישט שלעכטס געטון, ער האט סך הכל געשריבן ספרים און קונטרסים פון נושאים וואס קיינער וויל נישט רעדן פון דעם, מחזק זיין בחורים און מיידלעך זיי זאלן נישט אויפגעבן אפילו זיי זענען אראפגעפאלן אין פגם הברית, זיי זענען נכשל געווארן אין די הארבע עבירה רחמנא לצלן; זאלן זיי נישט טראכטן אז זיי זענען דערנאך, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן זייער תשובה; אויב זיי וועלן זיך מתבודד זיין, זיי וועלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן און שרייען צו אים: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות; איך זאג דיר צו איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי זיין ערליך" - נעמט דער אייבערשטער זיי אן.


עס דרייען זיך ארום טויזנטער און צענדליגער טויזנטער בחורים און מיידלעך פארלוירן, צעבראכן, אליינס; קיינער ווייסט נישט זייער צער וואס זיי גייען אריבער, נאר דער אייבערשטער ווייסט און זעט זייער הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין גוט, זיי ווילן זיין אפגעהיטן אבער זיי קענען נישט, זיי פאלן אין שאול תחתיות, זיי זענען אבער נישט שולדיג; צו זיי איז מוהרא"ש געקומען און זיי מחזק געווען, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיי געשריבן טויזנטער בריוו זיי זאלן נישט אויפגעבן, זיי זאלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט כמה פעמים און דאס געשריבן, ווען ער וועט ארויפקומען אויבן אין הימל וועט ער זיך אננעמען פאר בחורים און מיידלעך, ער וועט איבערדרייען דעם בית דין של מעלה, ער וועט טענה'ען פאר די אלע וואס מען האט אראפגעווארפן אין פגם הברית, ער וועט זאגן פאר די מקטריגים זיי זאלן אראפקומען זיין דא אויף דער וועלט, וועלן זיי זען אז עס איז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן נאר אז מען האט חתונה; ווילאנג מען איז א פלג גוף - איז מען אין א סכנה.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לערנען, עס האט געברענט אין אים אויסצולערנען פאר אלעמען אז עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם ווי אזוי צו לערנען און ווערן א גרויסער צדיק.


מוהרא"ש האט געדרוקט און פארשפרייט דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן, א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, דורך זאגן בלויז די ווערטער פון תורה.


פרעגט נישט; מען האט חוזק געמאכט, מען האט געשפעט; עד היום שפעט מען פון דעם "סדר דרך הלימוד", אפילו אין ברסלב וואס זיי וואלטן ווען געדארפט זיין די ערשטע דאס צו טון, דאס איז דאך נישט מוהרא"ש'ס אייגענע אויסגעטראכטע וועג, דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, קוק אריין אין שיחות הר"ן סימן עו באריכות, וואו עס שטייט אז מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין, וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם לֹא יָבִין אַחַר כָּךְ מַה בְּכָךְ? וְכוּ'" זיי האבן אפגע'חוזק'ט.


פון די אנדערע זייט האבן טויזנטער מענטשן באקומען א וועג צו לערנען. מוהרא"ש האט גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד ביי יעדע שיעור, ער האט זיך געבעטן ביי אונז: "הויבט אן זאגן משניות", "הויבט אן זאגן גמרא", "זוכט נישט צו פארשטיין, ביים סוף וועט איר פארשטיין", עס האט געקענט אויסקוקן ווי איינער בעט זיך מען זאל אים א טובה טון, אזוי פלעגט מוהרא"ש אונז בעטן; ער האט זיך געבעטן מיר זאלן דאס אננעמען פאר אונזער אייגענע טובה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען ווען מען וועט אונז פרעגן די שווערע פראגע (תנא דבי אליהו רבה, א): "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הויב אן זאגן מקרא וואס דו האסט געלערנט, "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הויב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט; קיינער טראכט נישט פון די שאלה, מען טראכט נאר פון זאכן פון די וועלט; דער צדיק האט רחמנות אויף אונז, ער טראכט וואס וועט זיין אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן 'וואס האסטו געלערנט?' ווי גרויס וועט זיין די בושה, ווי גרויס וועט זיין די שאנד; מען וועט זיך נישט וויסן וואו אהין צו טון.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו זיין דבוק צום אייבערשטן, עס האט געברענט אין אים דאס אויסצולערנען פאר אלעמען, עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו זיין דבוק צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק. ער האט געשריבן אזויפיל בריוו פון אלע סארט זאכן און אלעס קומט צוריק צום זעלבן מכוון, אלע בריוו ענדיגט זיך מיט איין עצה: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן"; נישט קיין חילוק ווער דו ביסט, וואס דו טוסט, ווי אזוי דו פירסט זיך - דערצייל אלעס דעם אייבערשטן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר, דערצייל אים ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ איין מאל און נאכאמאל; דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט דביקות בשם.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, זיך אויסקומען מיט מענטשן, מיט עלטערן, ווייב און קינדער; עס איז אים געגאנגען אין לעבן דאס אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט.


*


דאס איז א קליינע ברעקעלע השגה וואס מיר קענען זאגן, וואס מיר פארשטייען און מיר זעען - וואס דער צדיק איז געווען.


***


דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


אויף אייער פראגע ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל עפענען די ישיבה, רעדן צו די בחורים פון סדר דרך הלימוד און פון די עצות פון רבי'ן. מיט די צייט האבן די בחורים אנגעהויבן אפצוכאפן די דרשות און דאס ארויסגעגעבן פאר אנדערע בחורים, עס האט זיך אנגעהויבן א התעוררות אין אנדערע ישיבות, בחורים האבן זיך צוגעכאפט צום "סדר דרך הלימוד", שפעטער זענען געקומען אינגעלייט פון ארץ ישראל, זיי האבן אנגעהויבן מתרגם זיין די דרשות פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש זיי זאלן אויך פארשטיין, נאכדעם זענען געקומען וואס זענען מתרגם אויף ענגליש און אויף ספאניש; עס וועט נאך זיין אויף אלע שפראכן.


*


יארן צוריק ווען עס האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל געבן שיעורים פאר חתנים און אברכים, דעמאלט פלעגט זיין שיעורים נישט באופן קבוע, נאר שטילערהייט פאר תלמידי הישיבה, מוהרא"ש האט דעמאלט געלעבט איז דאס געווען אויף א קליינעם פארנעם.


שפעטער ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין די רעבעצין עליה השלום, זי האט מיר זייער ליב געהאט; זי האט זיך זייער צואוויינט, זי האט מיר דעמאלט געזאגט א ווארט וואס איז מיר זייער אריין אין מיינע ביינער, דאס האט געטוישט מיין מהלך מחשבה, פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן מיט שיעורים און דרשות באופן קבוע.


די רעבעצין האט מיר דעמאלט געזאגט א זאך וואס זי האט קיינעם נישט געזאגט, זי האט מיר געזאגט מיט בכיות נוראות: "וואס זאל איך טון, איך האב נישט געהאט די שכל, איך האב נישט געפאלגט מוהרא"ש"; איר ווייסט דאך זיכער, ווען די רעבעצין האט באקומען די שרעקליכע מחלה לא עלינו ולא עליכם האט מוהרא"ש זיך געבעטן ביי איר, ביי די קינדער און אייניקלעך אז מען זאל איר נישט געבן די שארפע קימא טערעפי, מוהרא"ש האט געזאגט: "אויב מען וועט געבן פאר מיין ווייב די שארפע מעדעצין וועל איך אוועקגיין נאך פאר איר פון די וועלט, און נאכדעם וועט זי אוועק גיין פון די וועלט, און אויב וועט זי נישט נעמען קיין מעדעצין וועט זי זיין געזונט און שטארק און איך וועל אויך בלייבן לעבן"; זיי האבן זיך אלע אויסגעלאכט, זיי האבן נישט געהאט קיין אמונת חכמים, זיי האבן גערופן דאקטורים מיט רבנים זאלן פארדרייען דעם קאפ.


למעשה האט זיך מוהרא"ש געהאלטן פעסט, און ווער עס איז אריינגעקומען צו אים האט מוהרא"ש זיך געבעטן: "פאלגט מיר, געבט נישט מיין ווייב קיין טריטמענטס, נאר אזוי וועט זיין א ישועה"; למעשה האט מען נישט געפאלגט, מען האט אנגעהויבן געבן טריטמענטס פאר די רעבעצין, און אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט - אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז קודם נסתלק געווארן.


דעמאלט בין איך געקומען מנחם זיין, האט זי געוויינט זייער ביטערליך צו מיר, זי האט מיר געזאגט: "פארוואס האב איך נישט געפאלגט? פארוואס האב איך זיך געהאלטן קלוגער?!" דעמאלט האט זי מיר געזאגט א ווארט וואס איז מיר אריין אין מיינע ביינער, זי האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט צאמנעמען די אינגעלייט און די בחורים, זיי ווייטער מחזק זיין - וועט דיר מיין מאן האקן אויפ'ן קאפ מיט א שטעקן, איך ווארן דיר אויב דו וועסט לאזן צעפאלן די שיינע חבורה", זי האט עס געזאגט אין ענגליש און מיין ווייב האט מיר דאס איבערגעטייטשט; דאס האט מיר געמאכט איך זאל צאמנעמען די חברים און תלמידים, איך האב גענומען אלע אינגעלייט און זיי אנגעהויבן מחזק זיין ביתר שאת וביתר עוז.


***


דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


אויף אייער פראגע, דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה; דער רבי זאגט אויס דעם סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין מען זאל אננעמען די דיבורים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט - הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט, נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט - דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד) "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים, בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם", וואס איז די סוד מען זאל אויסהערן? "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער, מען רעדט פאזעטיוו - הערט מען אויס די דיבורים, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער - וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער - דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען דאס אן, אבער אז נישט - זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


דאס איז דער סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין ווען מען רעדט צו מענטשן, בפרט צו בני הנעורים - זיי זאלן אננעמען די דיבורים. אז מען רעדט פון צדיקים, מען רעדט התחזקות, מען ווייזט די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט צו אידישע קינדער, דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים, נישט קיין חילוק ווי ווייט דער מענטש זאל זיין איינגעזינקען אין טומאה קען ער זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - די דיבורים איז נתקבל על הלב, מען רעדט פאזיטיוו, מען ווייזט די רחמנות פונעם אייבערשטן - דאס האבן מענטשן ליב צו הערן.


***


וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


אויף אייער פראגע וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור; דאס וואס מיר האבן פריער גערעדט - דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן ציען זיך צום הייליגן רבינ'ס ווערטער, דער רבי געבט חיזוק, דער רבי לאזט נישט פאלן, די חיזוק וואס מען באקומט ביים רבי'ן - געפונט מען נישט ערגעץ אנדערש, דער רבי לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע מענטש און ווייזט א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


וויסן זאלט איר, מענטשן זענען היינט זייער צעבראכן, מענטשן זענען זייער דורשטעריג פאר חיזוק, אידישע קינדער בענקען זיך זייער צום אייבערשטן, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) מיט א שטארקע בענקשאפט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען; פון די אנדערע זייט זענען די נסיונות היינט זייער שטארק, מענטשן פאלן זייער גרינג אראפ און דאס צעברעכט זייער שטארק, מען שפירט אז מען איז שוין פארפאלן; ביז מען הערט דעם קול פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; נישטא קיין ייאוש! יעדער איינער קען ווערן א גרויסער צדיק, דארפסט נאר שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דיר מוחל זיין און דיך מקרב זיין צו אים.


דאס איז דער ענטפער פארוואס ברסלב ציט אזויפיל מענטשן, ווייל עס איז נישטא קיין מענטש, קיין משפחה - וואס דארף נישט קיין חיזוק.


***


חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה פון דעם געבענטשטן טויש, וואס האט פאסירט?


אויף אייער פראגע פארוואס חסידות ברסלב ווערט היינט אזוי צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; איך ווייס נישט וואס איז געווען פופציג יאר צוריק, איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס איז געווען פופציג יאר צוריק; עס איז נישט געווען קיין מנין אידן וואס האבן געוויסט ווי אזוי מען זאגט ארויס דאס ווארט "ב-ר-ס-ל-ב", דורך הפצה האט מוהרא"ש אריינגעברענגט דעם הייליגן רבי'ן אין די גאנצע וועלט, נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט וויסן פון רבי'ן און נישט נעמען חיזוק פון רבי'ן; אפילו די מתנגדים לעבן אויך פון רבי'ן, זיי ווייסן נישט; זיי מיינען אז זיי האבן חיזוק פון דעם און יענעם, זיי ווייסן נישט אז דער בעל דרשן פון וועם זיי נעמען חיזוק - ער נעמט חיזוק פון רבי'ן.


*


מיר שטייען שוין נענטער צו ווערן אויסגעלייזט. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (פעלת הצדיק, סימן תתלו הערה צ) מען האט געפרעגט רבי נפתלי ער זאל ארויסגעבן עפעס סודות פון מגילת סתרים, זאכן וואס דער רבי האט פאראויסגעזאגט וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, האט רבי נפתלי געזאגט מיט א שמייכל: "ווען די וועלט וועט אננעמען דעם לקוטי מוהר"ן קען מען זיך רעכטן אויף משיח"; דאס זעט מען היינטיגע טעג, ווי עס גייט אריין דעם רבינ'ס זאך אין די וועלט מער און מער, עס ווערן מקורב פון אלע שיכטן און פון אלע קרייזן, און וויפיל מען זעט און וויפיל מענטשן שטעלן זיך ארויס - איז דאס נאך גארנישט וויפיל לעבן פון רבי'ן; אלע האבן חיות פון רבי'ן.


די אדמורי"ם ווייסן נישט אז אלע זענען שטילערהייט ברסלב'ער חסידים, באלד וועט די פייגל געבן א פייף און אלע וועלן פליען מיט'ן פייגל קיין אומאן. אזוי האט דער רבי דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל צו זיצן אויף די אייער און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון דעם שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן ענדיגט דעם שיחה: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים, מען מיינט זיי באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, באלד וועט דער רבי געבן א פייף און אלע וועלן קומען קיין אומאן, איבערלאזן זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


איך האף אז איר וועט זיין צופרידן מיט די תשובות און עס וועט ארויסקומען א תועלת פון דעם.


***


איך וויל אייך בעטן איין קליינע בקשה, היות איר געבט ארויס א ספר, איר נעמט צוזאם פון אלע תלמידי היכל הקודש און פון אלע וואס פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש, זאלט איר אריינדרוקן די פאר שירות:


טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, דער רבי האט שוין געזאגט מיט הונדערטער יארן צוריק (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך גרופעס גרופעס; דאס מיינט עס וועט זיין אסאך כיתות אין ברסלב, יעדער איינער וועט גיין דארט וואו זיין הארץ ציט אים, דארט וואו ער קען שעפן חיות אין עבודת השם; דעריבער זעען מיר וויפיל כתות עס איז דא אין ברסלב בכלל און יעצט אין היכל הקודש בפרט, אבער מיר מוזן זיך קענען ליידן איינער דעם צווייטן, מען טאר זיך נישט פיינט האבן.


איך בעט אייך, הערט אויף זיך פיינט האבן, לאזט אפ די פיינטשאפט איינער צום צווייטן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן עס זאל זיין שלום צווישן אונז, לאמיר זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. איר געדענקט דאך אלע אין אומאן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשות, איך קען נישט פארגעסן די מראה נורא וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש; איך האב זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה צוזאמען מיט מוהרא"ש צען יאר, פון שנת תשס"ו - וואס איז געווען מיין ערשטע ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן. איך האב נישט זוכה געווען צו הערן קיין לאנגע תקיעת שופר דרשה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די לעצטע צען יאר האט מוהרא"ש נישט געגעבן קיין דרשה פאר שופר בלאזן, חוץ צוויי מאל האט מוהרא"ש גערעדט פאר בלויז צוויי מינוט, אבער מיט אזא געוויין... ווען איך דערמאן זיך נאר פון דעם וויין איך.


מוהרא"ש האט געוויינט און געזאגט: "איך האב נישט קיין כח צו רעדן, אבער איין זאך וויל איך אייך בעטן, ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד דא אין בית המדרש בעט איך אים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש" - מוהרא"ש האט געוויינט, קוים וואס ער האט געקענט רעדן, ער האט געבעטן פון זיין ריינע הארץ: "איך וויל האבן ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקת, אן קיין שנאה איינער אויפ'ן צווייטן", יעדער וואס האט זיך געפונען אין שול האט תשובה געטון און זיך איבערגעבעטן איינער מיט'ן צווייטן. מען האט געזען וואס מוהרא"ש וויל באמת, ווי עס גייט אים אין לעבן מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי ווי ער שרייבט אין די לעצטע בריוו וואס ער האט געשריבן אין שפיטאל אפאר שעה פאר'ן הסתלקות, פאר די אינגעלייט: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דאס זעלבע בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים ותלמידות, איך וויל ווייזן פאר מוהרא"ש: "רְאֵה בָּנַי שֶׁגִּדַּלְתִּי", קוק ווי מיר האבן א ריינע ד' אמות, מיר קריגן זיך נישט; מען זוכט נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן.


א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#1 - פארוואס זאל מען נישט גיין אויף טערעפי?
רפואה, טערעפי, בריוו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך ארויסברענגען מיינע געפילן איבער די געוואלדיגע שיעורים און חיזוק, מיט וואס איר זענט מחזק אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער יעדן טאג, ווי אויך די געוואלדיגע בריוו וואס איר ענטפערט פאר יעדן מיט אזא שכל הישר און א קלארקייט, ממש הפלא ופלא. איך ליין כסדר די בריוו און איך נעם דערפון אסאך חיזוק, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך האב פרעגן איין זאך וואס איז מיר זייער אינטערעסאנט. חז"ל זאגן אויפ'ן פסוק "וְרַפֹּא יְרַפֵּא" (שמות כא, יט) אז "מכאן שנתנה רשות לרופא לרפאות", דאס מיינט אז מ'קען און מ'דארף גיין צו א דאקטער ווען ס'פעלט אויס. און אזוי ווי ווען א מענטש האט א מחלה לא עלינו אין זיין גוף פארשטייט מען אז מ'דארף גיין צו א דאקטער, די זעלבע וואלט געדארפט זיין ווען א מענטש ליידט נעבעך אויף זיין נפש, ער קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט זיין ווייב, מיט זיינע קינדער, מיט אנדערע מענטשן, און אזוי ווייטער. צי ער האט א פראבלעם מיט כעס אדער אנדערע שלעכטע מדות, אדער איינער וואס האט פראבלעמען מיט פחדים, דמיונות און שלעכטע מחשבות, וואלט ער אויך געדארפט גיין צו א נפשיות'דיגער דאקטער אים צו היילן.


דערפאר וואונדער איך זיך פארוואס איר שרייבט אלץ אויף די אלע זאכן אז די איינציגסטע עצה צו דעם איז נאר תפלה. איך פארשטיי  אז אפילו ווען מ'גייט זיך יא היילן דארף מען אוודאי האבן אויך תפלה צו דעם, אזוי ווי ביי א געווענליכע מחלה וואס מ'קען זיך נישט פארלאזן בלויז אויפ'ן דאקטער, מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן צו האבן א רפואה שלימה, אבער פארוואס שרייבט דער ראש ישיבה אז נאר תפלה איז די איינציגסטע זאך צו טון?


איך האף איר וועט מיר קענען אויסקלארן די זאך, און דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט מיט די הרבצת התורה, מיט פיל נחת און הרחבת הדעת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט מיר מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן; איך האב זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן דורך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און מיר מזכה געווען איבערצוגעבן ווייטער פאר בני הנעורים די עצות פון רבי'ן. בפרט די לעצטע פאר יאר פון ווען מוהרא"ש זי"ע איז נסתלק געווארן האבן בחורים און אינגעלייט אנגעהויבן שרייבן בריוו וואו זיי דערציילן זייער ווייטאג, זייערע נסיונות און איבערגייעכצער וואס גייט אריבער אויף זיי, האט דער אייבערשטער מיר מזכה געווען צו שרייבן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן.


אלע בריוו, אלע עצות און חיזוק דאס איז גענומען געווארן פון ספר הקדוש "אשר בנחל"; דאס ענטהאלט שכל פאר'ן לעבן, עצות פאר'ן לעבן, חיזוק פאר'ן לעבן, ווערטער פון הייליגן רבי'ן. ווען מען ווערט מקורב צום צדיק אמת באקומט מען א קלארע שכל און א לויטערע אמונה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת'", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ן צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; דאס באקומט מען ווען מען ווערט מקרוב צום רבי'ן. אלע קשיות, ספיקות און בלבולים גייען אוועק און די אמונה שיינט און לייכט, מען לעבט מיט א אמונה ברורה ומזוככת.


בנוגע דיין פראגע וואס איז שלעכט מיט'ן גיין צו מענטשן זיך אויסהיילן דעם נפש וכו', וכו'; וויסן זאלסטו אז רוב טערעפיסטן זענען גרויסע פארברעכערס, זיי קענען נישט העלפן און זיי ווילן נישט העלפן, זיי זוכן נאר אויסצומעלקן אידישע קינדער וכו' וכו'. ליידער זענען דא זייער אסאך וואס ליידן פחדים, דמיונות און שלעכטע מחשבות וכו', וכו', וואס דאס קען מען נישט היילן נאר דורך אמונה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות און זיי ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם, זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


פרעג זיך נאך ביי מענטשן וואס זענען מיד געווארן פון ארום לויפן צו טערעפיסטן און ביים סוף זענען זיי אנגעקומען צום הייליגן רבי'ן, זיי האבן אנגעהויבן לעבן מיט אמונה, זיי לעבן מיט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן אויף פראסט אידיש, אויף די אייגענע שפראך, זיי וועלן דיר זאגן וואס יתרו האט געזאגט (שמות יח, א): "עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי גָדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹקִים"; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא יתרו א, יב) יתרו האט געדינט אלע עבודה זרה'ס, ער האט נישט אויסגעלאזט קיין איינס און ער האט געזען אז אלעס איז נארישקייטן, ער איז געקומען צו משה רבינו און געזאגט: "עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי גָדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹקִים"; אזוי אויך יעצט, ווען די מענטשן לעבן מיט'ן רבינ'ס עצה, זיי מאכן 'התבודדות', זאגן זיי: "עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי גָדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹקִים", מיר ווייסן אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן דעם מענטש.


עס איז נישט דא קיין שום וועג ארויסצוגיין פון פחדים, דמיונות און שלעכטע מחשבות, עס איז נישט דא קיין וועג צו אויפבויען 'סעלף קאנפידענס', נאר דורך 'אמונה'; נאר דער רבי קען אויסהיילן דעם מענטש מיט זיינע וואונדערליכע עצות, אזוי ווי דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג): "אין איך הייל זי"; דער רבי האט אזויפיל חיזוק און גרינגע עצות ווי אזוי א מענטש קען ארויס קריכן פון זיינע שלעכטע מחשבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו לעבן מיטן רבי'ן וועלן מיר זוכה זיין צו א שטארקע אמונה, וועלן מיר זיין געזונט בגוף ובנפש.