תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות. איך האב זוכה געווען צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל נאך פסח, און איך האב געהאט פון דעם גאר גרויס חיזוק.
1. איך וויל וויסן וואס איך טון נישט צו פאלן, יעדעס מאל נעם איך זיך פאר פון פריש צו זיין נאר וואויל און ערליך, און נאכדעם פאל איך נאכאמאל אראפ, איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?
2. אויך וויל איך וויסן וועגן האבן קינדער. מיר האבן ב"ה צוויי קינדער, א אינגל און א מיידל, און איך האב זייער מורא צו האבן נאך קינדער. ביים פריערדיגן קינד האט מיין ווייב געהאט גרויסע פחדים פאר א לאנגע צייט, א רב האט איר געשיקט צו טערעפי און זי איז ב"ה בעסער געווארן, זי איז שוין יעצט גרייט פאר נאך, אבער יעצט בין איך געבליבן דערשראקן. איך ווייס נישט אויב איך קען זיין א גוטער ערליכער טאטע פאר מיינע קינדער, און בכלל איז זייער שרעקעדיג אויפצוציען קינדער אויפ'ן ריכטיגן וועג אינעם היינטיגן שווערן דור.
3. א חבר מיינער האט מיר געזאגט אז איך מוז גיין צו טערעפי ארויסצונעמען די פחדים פון מיין קאפ, איך ווייס אבער נישט אויב איך זאל גיין, און נאכדערצו אז דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די שיעורים אז מ'זאל נישט גיין צו טערעפי.
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן. א גרויסן יישר כח.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך וועל דיר ענטפערן מיטן אייבערשטנס הילף על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
1( בנוגע וואס דו בעטסט אן עצה נישט אראפצופאלן; עס איז נישט דא קיין עצה נישט אראפצופאלן, עס איז דא אן עצה פון נאכאמאל זיך אויפהייבן. אפילו דו פאלסט אין בלאטע זאלסטו זיך אויפהייבן און נישט בלייבן ליגן דארט; דער רבי זאגט: "ווען מען גייט אין א בלאטע גייט מען א פוס אריין א פוס ארויס, דער עיקר נישט בלייבן שטיין מיט ביידע פיס"; א פוס אריין א פוס ארויס, א פוס אריין א פוס ארויס - ביז מען איז זוכה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע מעשים.
מיר געפונען אין הלכות טריפות (חולין נא:; שלחן ערוך יורה דעה, סימן נח) אז ווען א בהמה פאלט אראפ דארף מען חושש זיין אז דאס איז א טריפה און אויב מען שחט דאס גלייך נאכן אראפפאלן טאר מען נישט עסן די פלייש, אבער אויב די בהמה הייבט זיך אויף און עס גייט - איז דאס נישט קיין טריפה; דאס זעלבע איז ביי א נפילה וואס א מענטש גייט אריבער, "נָפְלָה" - אז מען איז אראפ געפאלן, "וְעָמְדָה" - און מען הייבט זיך אויף, מען דערהאלט זיך - איז מען נישט קיין טריפה. אזוי אויך "נָפְלָה וְהָלְכָה", אויב מען מען גייט ווייטער אן אין עבודת השם, מען גייט אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב, מען טוט חסד מיט א צווייטן און מען לערנט די הייליגע תורה - איז אויך א סימן איז מען איז נישט קיין טריפה, דעריבער בעט איך דיר טייערער ברודער דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות נישט אפצולאזן דיינע גוטע רצונות און גוטע מעשים.
2) אז דיין ווייב איז גרייט און האט כח צו מגדל זיין נאך קינדער דארפסטו נישט זיין דערשראקן; דאנק דעם אייבערשטן אז זי איז געזונט און שטארק און זי איז צוריק געקומען צו אירע כוחות, זיי נישט דערשראקן איבער אויפצוען קינדער, קינדער איז א ברכה און קינדער ברענגט אלעס גוטס. ווען דער אייבערשטער געבט קינדער קומט מיט כח, מח, שכל און פרנסה, ממילא איז א שאד אפצוהאלטן די אלע גוטע זאכן וואס ווארט אראפצוקומען.
3) בנוגע טערעפי וכו'; א שאד צו גיין צו טערעפי ווען דער טערעפיסט קען זיך אליינס נישט העלפן - איז ווי קען ער דיר העלפן... דער רבי איז אונזער דאקטער און אונזער טערעפיסט. נעם די רפואות פונעם הייליגן רבי'ן; מאך זיך א שיעור אין משניות, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה", ווען א מענטש הייבט אן זאגן משניות איז ער זיך אינגאנצן מְשַׁנֶה, מען ווערט אינגאנצן אויסגערייניגט. אזוי אויך האט משניות א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, די ראשי תיבות פון דער ווארט מִשְׁנָה איז (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו ער איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.
זיי זיך מתודה צום אייבערשטן וועלן אלע פחדים אוועקגיין; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, סימן לד): "מִי שֶׁאֵינוֹ מִתְוַדֶה עַל עֲוֹנוֹתָיו, מוֹרָא בָּא עָלָיו", ווער עס איז זיך נישט מתודה האט שטענדיג מורא; מען האט מורא פון יעדע זאך און מען איז שטענדיג נערוועז און אנגעצויגן. ווייל אלע נערוועזיקייטן קומט פון עבירות; עבירות ברענגט אויפן מענטש א נערוועזעקייט פון גארנישט מיט נישט. מען זעט מענטשן וואס האבן באמת א גוט לעבן, עס פעלט זיי גארנישט און דאך זענען זיי נערוועז בייטאג און ביינאכט, און זיי גיפטן זיך אויף יעדע קלייניקייט; דאס איז וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען א נואף דורך זיין נאז; דאס מיינט מען דורך כעס. איינער וואס איז שטענדיג נערוועז איז א סימן אז ער איז א נואף.
דערפאר, זאלסטו זען תשובה צו טון אויף דיינע עבירות וועסטו נישט זיין אזוי דערשראקן; זיי זיך מתודה אויף דיין שפראך וועלן אלע פחדים אוועק גיין פון דיר.
אז דו וועסט פאלגן אלעס פון דעם בריוו וועלן אלע פחדים אוועק גיין און דו וועסט לעבן א גוט לעבן צוזאמען מיט דיין ווייב און קינדער.