תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל פרעגן אויב מען זאל אריינלייגן דעם פאלגנדן שטיקל פון א שיעור אינעם ספר ותחיין את הילדים חלק ב':
"אִיךְ גֶעדֶענְק וֶוען אִיךְ בִּין גֶעוֶוען אַ מְלַמֵד הָאבּ אִיךְ זִיךְ צוּרִיקְגֶעהַאלְטְן פוּן אַרַיינְגֵיין אִין 'מְלַמְדִים שְׁטִיבְּל', אִיךְ פְלֶעג בַּיי הַפְסָקָה בְּלַייבְּן זִיצְן אִין כִּתָּה, וַוייל דִי 'מְלַמְדִים שְׁטִיבְּל' אִיז גֶעוֶוען אַ 'מוֹשַׁב לֵצִים', מֶען אִיז דָארְט גֶעזִיצְן אוּן בַּארֶעדְט דִי קִינְדֶער, 'דֶער אִינְגְל אִיז אַ פֶערְד', 'דֶער אִינְגְל אִיז אַ בְּהֵמָה' אוּן 'דֶער אִינְגְל וָואס אִיז רוֹיט אוּן פֶעשׁ אִיז אַ פָּרָה אֲדוּמָה', אִיךְ פְלֶעג טְרַאכְטְן צוּ מִיר: 'וָואס? דָאס זֶענֶען מְלַמְדִים?! דִי מְלַמְדִים שִׁיקְן אַהֵיים יֶעדֶע וָואךְ דִיקֶע בִּיכֶער, אוּן מֶען לֶערְנְט אוֹיס דִי 'ל"ט מְלָאכוֹת' אוּן דִי 'שִׁבְעָה כּוֹכְבֵי לֶכֶת', כְּדֵי דִי עֶלְטֶערְן זָאלְן מֵיינֶען אַז מֶען גֶעבְּט דִי בֶּעסְטֶע חִינוּךְ, אוּן אַזוֹי קוקט מֶען אויף דִי קִינְדֶער?!
מיין ספק איז, אויב עס איז נישט צו אפן געשריבן, למעשה איז דאס ליידער ריין אמת, און אזוי הערט מען ליידער רעדן אין מלמדים שטוב, אבער למעשה איז דאס געזאגט אויף די מוסד וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט דעמאלט געארבעט, אפשר איז עס צו פערזענליך?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ער"ח מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין פראגע.
קענסט דאס דרוקן, דאס האט נישט מיט די מוסד פערזענליך, דאס איז אפאר מלמדים ליידער וואס האבן נישט געטארט זיין קיין מלמד, זיי זענען טאקע שוין לאנג נישט קיין מלמדים.
דרוק עס אינעם ספר, ווייל איך וויל מלמדים זאלן וויסן אז אין דעם ווענדט זיך אלעס, עס ווענדט זיך ווי אזוי מען קוקט אויפן קינד; אז מען קוקט אויפן קינד שלעכט וועט די קינד נישט מצליח זיין, און אז מען קוקט אויפן קינד שיין, מען האט ליב דאס קינד, מען האט רחמנות אויפן קינד - וועט דאס קינד זייער מצליח זיין.
שלמה המלך זאגט (משלי כז, כא): "מַצְרֵף לַכֶּסֶף", עס איז דא א כלי אויסצולויטערן זילבער, "וְכוּר לַזָּהָב", און א כלי אויסצולויטערן גאלד, "וְאִישׁ לְפִי מַהֲלָלוֹ", און א מענטש ווערט געפרואווט לויט זיין לויב, וואס מענטשן זאגן אויף אים אזוי איז ער; דאס איז די טריק פון די תורה ווי אזוי מען איז מחנך קינדער, לויט ווי דו קוקסט אויף אים - אזוי ווערט ער, לויט וואס דו זאגסט אויף אים - אזוי וואקסט ער; אז עלטערן און מחנכים רימען טאג און נאכט: "ביסט אזא גוט קינד, אזא טייער קינד, אזא זיסקייט, אזא ליכטיגקייט" - וואקסט דאס קינד גוט, טייער, זיס און ליכטיג, און אז מען קוקט אויף אים נישט גוט, מען האלט אין הארץ אז דער קינד איז א פויער, א גארנישט, א פוילער וכו' - קען דאס קינד נישט וואקסן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.