תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב זיך געוואלט זייער באדאנקען פאר די שיעורים פאר מלמדים, עס געבט מיר גאר אסאך חיזוק, און ספעציעל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס אסאך גערעדט איבער דעם ענין פון נישט באשטראפן גלייך א קינד, איך בין ממש געווארן א נייער מלמד אין די זאך, איך שרייב אלעס אפ אין מיין ביכל, און איך באשטראף נישט, און דאס מאכט אז עס זאל כמעט נישט אויסקומען צו שטראפן אין קלאס, און עס איז געווארן סאך א רואיגערע, געשמאקערע, און פרייליכערע אטמאספער אין קלאס.
איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר מער אויסקלארן אין דעם, ווייל איך האב פארשטאנען אז אזוי קומט אויס אז מען דארף בכלל נישט באשטראפן, ווייל דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט, מען זאל קודם אוועקלייגן די שטראף אויף מארגן, און מארגן וועט מען דאך שוין נישט באשטראפן, און עס קומט טאקע אויס אז איך טו אזוי, איז דאס ריכטיג? אדער דארף איך זיך יא איבערטראכטן מארגן מיט ישוב הדעת און זען צו מ'דארף יא באשטראפן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
זייער גוט טוסטו און אזוי זאלסטו ווייטער טון, זאלסט מער נישט געבן קיין קנסות גלייך ווען דו הערסט א מעשה אז א תלמיד האט עפעס געטון, און דו ווערסט צעקאכט און אויפגערעגט, "חֲבִי כִמְעַט רֶגַע עַד יַעֲבוֹר זָעַם" (ישעי' כו, כ), ווארט צו ביז דו וועסט זיך בארואיגן, און נאר נאכדעם זאלסטו מעניש זיין מיט ישוב הדעת.
מען רעדט נישט פון מחזק זיין קינדער צו דאווענען און צו לערנען, אדער ווען א קינד שטערט, ער לאזט נישט דעם מלמד קומען צום ווארט; דעמאלט דארף מען יא זען וואס מען קען טון דאס אפצושטעלן און זען אז די כיתה זאל ווייטער אנגיין, מען רעדט פון געבן א קנס אויף א זאך וואס איז שוין געטון געווארן, עס האט נישט קיין זין דאס צו טון ווען מען איז נאך צעקאכט און בכעס, עס קען זיין א סכנה; דארף מען ווארטן ביז עס גייט אריבער צייט ביז מען באקומט ישוב הדעת.
דער עיקר דארף זיין די צוגאנג צו קינדער מיט זיי אויסלויבן און אויסרימען, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רב), קינדער האבן ווייניג שכל, דארף מען זיי געבן אסאך כבוד.
אויך דארף מען באלוינען קינדער, זיי משחד זיין און מפייס זיין אז זיי זאלן וועלן לערנען און דאווענען. מיר געפינען, די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כד.), עס איז געווען א טרוקעניש, עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, און די חכמים האבן גוזר תענית געווען, מען האט געמאכט אן עצרת תפילה, און א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד, און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעפאנגען צו גיין א שטארקע רעגן, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געענטפערט: "איך בין א מלמד, איך לערן תורה מיט אידישע קינדער, און איך מאך נישט קיין חילוק פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט און א קינד וואס דער טאטע צאלט נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד. איך האב אין שטוב א פיש טאנק, און איך רעד אים צו, אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך, ביז ער הייבט אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אסאך מאל דארף מען משחד זיין קינדער מיט בעלי חיים וכו' אז זיי זאלן לערנען פלייסיג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.