תוכן השאלה
איך בין א בחור, 16 יאר אלט, איך הייס ..., איך וואוין אין ... און איך לערן דארט אין ישיבה. איך האב זיך אייביג זייער געמוטשעט מיט עניני קדושה, איך האב שוין ליידער זייער אסאך מאל מוציא געווען זרע לבטלה, עס באדערט מיר זייער שטארק אבער איך האב אייביג געוואוסט אז יעדעס מאל וואס איך האב מיר נישט געקענט שטארקן, האב איך די "תיקון הכללי" און איך קען מתקן זיין וואס איך האב געטון.
לעצטנס האב איך געהערט אז דער רבי האט געמאכט די "תיקון הכללי" נאר פאר מקרה לילה, נישט ווען מען ציט אליינס ארויס די זרע, איך האב געהערט די הארבקייט פון טון דאס וואס איך האב שוין געטון אזוי סאך, עס עסט מיר אויף דאס געזונט ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי תשובה צו טון.
נארמאל ווייס איך אז מען קען פשוט בעטן דעם באשעפער "זיי מיר מוחל", אבער ביי די עבירה ווייס איך נישט אויב מען קען תשובה טון, ביטע זאגט מיר ווי אזוי איך קען תשובה טון.
איך האב נאך אזוי סאך זאכן וואס איך וויל זיך דורכשמיסן מיט אייך, אבער איך האב נישט קיין כח צו טייפן אזוי לאנג. ביטע זאגט מיר וואס איך קען טון אז דער באשעפער זאל מיר מוחל זיין.
א גרויסן ישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת חיי שרה, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד הבחור ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער זוהר הקדוש זאגט (ויחי ריט:): "אויף יעדע עבירה העלפט תשובה, אבער ווען א מענטש איז פוגם בברית העלפט נישט קיין תשובה, און ער וועט נישט זוכה זיין צו זען דעם אייבערשטן", ווייל ווען א מענטש איז מוציא זרע לבטלה איז ער א רוצח, עס איז ממש אזוי ווי א מענטש וואס הרג'עט אויס זיינע אייגענע קינדער.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה; רַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי אַמִּי אָמְרֵי, כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָּמִים, רבי יצחק און רבי אמי זאגן, ווער עס זינדיגט אין פגם הברית ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים. רַב אַסִּי אָמַר כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים, רב אסי זאגט, ווער עס זינדיגט אין פגם הברית ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.
אבער זאלסט נישט ווערן צעבראכן, ווייל דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף דער וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפ געפאלן אין די עבירה, מיט זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.
דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך; איך זאג – זאגט דער רבי – אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט מיט די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית". דער רבי האט אונז געגעבן א תיקון פאר די עבירה - דעם "תיקון הכללי", זאג יעדן טאג דעם "תיקון הכללי": די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ), דער רבי האט געזאגט אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז אסאך צדיקים האבן געוואלט משיג זיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר - זאגט דער רבי - האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון; דערפאר זאלסטו יעדן טאג זאגן דעם תיקון הכללי נאך תפילת שחרית, וועסטו זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען.
דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער האט געהייסן מען זאל אריין לייגן אין אנהייב פון די תהילים וואס ער האט געדרוקט (דער תהלים מיטן פירוש פונעם הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו) אלע מזמורים פון תיקון הכללי, און שרייבן דארט אז דאס איז א סגולה און א תיקון פאר פגם הברית, כדי אז אלע זאלן וויסן די עשרה מזמורים פונעם תיקון הכללי. ווייל אז מען זאגט די צען קאפיטלעך איז מען פארזיכערט אז מען האט מתקן געווען וואס מען האט פוגם געווען.
דער תיקון הכללי איז א תיקון פאר פגם הברית - סיי בשוגג סיי במזיד, סיי באונס סיי ברצון, סיי בדיבור סיי במעשה, סיי בהרהור סיי במחשבה סיי בראיה; דער רבי האט ברייטע פלייצעס, און ווער עס זאגט יעדן טאג דעם תיקון הכללי וועט זיכער אלעס מתקן זיין. מען דארף האבן אמונת חכמים, גלייבן אין די ווערטער וואס די הייליגע צדיקים האבן אונז געזאגט, און אין אלע זייערע תיקונים.
דו שרייבסט מיר איך זאל דיר געבן אן עצה ווי אזוי מען קען זיין שטארק, וועל איך דיר שרייבן אפאר נקודות פון הייליגן רבינ'ס ספרים:
דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות', א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ, אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אלץ אראפ, און וויפיל מאל דו ווילסט זיין גוט פאלסטו נאכאמאל צוריק אריין.
דערפאר אחי היקר, טייערער ברודער, פאלג דעם רבי'ן, זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און יעדן טאג זאלסט אהינגיין זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, און ווי ער ווארפט דיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה, בעט דעם אייבערשטן:
"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האלט אין איין אראפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויס צו רייסן דערפון. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מיך קענען היטן מיינע אויגן, געב מיר ריינע אויגן, איך וויל נישט קוקן שמוציגע מאוויס, שמוציגע קליפס. וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, הייליגע באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר, איך גיי ארום מיט נארישע געדאנקען, איך רעד מיר איין אז דו דארפסט מיר נישט, איך בין אזוי דערשראקן אז איך קען שוין נישט תשובה טון". אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער וואו דו ליגסט.
וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט ביי אים אויסגעלאשן זיין אמונה, ער הייבט אן האבן ספיקות מיט בלבולים, מען גייט ארום זייער דעפרעסט, מען שפירט ביי זיך אז קיינער דארף אים שוין נישט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לא): ברית מיט אמונה גייט צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ"; ווען א מענטש איז זוכה, ער היט זיך אפ פון פגם הברית; ער היט זיינע אויגן, ער היט זיינע מחשבות, דעמאלט האט מען א שטארקע אמונה, אבער ווען מען קוקט וואו מען טאר נישט, מען נישטערט אין שמוץ, מען קוקט עקלדיגע שמוציגע מאוויס רחמנא לצלן, ווערט די אמונה אויסגעלאשן און מען ווערט א דעפרעסטער מענטש. דערפאר זאלסטו פון יעצט זיין שטארק מיט אמונה, גלייבן אינעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, דער אייבערשטער הערט אויס יעדע ווארט וואס דו רעדסט צו אים, און ער האט דיר ליב.
זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש - שנים מקרא ואחד תרגום, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער ביז סוף וואך, דאס איז א תיקון פאר פגם הברית, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יט) אז שנים מקרא ואחד תרגום איז א תיקון הברית; אויב זעסטו אז דו האסט נאך אפאר מינוט לייג אויך צו רש"י.
זע צו זאגן יעדן טאג משניות, ווייל משניות רייניגט דעם מענטש. "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, און ער ווערט ריין. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.
אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות איז דאס א מורא'דיגע זאך, ח"י פרקים משניות יעדן טאג מאכט אז דער מענטש זאל ווערן לויטער, עס געבט צוריק דעם מח פארן מענטש, ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין דער עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, און אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', און ווען מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.