תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געלערנט אין ליקוטי מוהר"ן איבער די גרויסקייט פון תיקון חצות, האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי דאס ארבעט, ווען און וואס זאגט מען? און צי איז עס נישט געמאכט נאר פאר געהויבענע אידן עובדי ה'? ווייל איך קען נישט קיין מענטשן וואס שטייען אויף חצות.
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אויסקלארן איבער דעם ענין פון אויפשטיין און זאגן תיקון חצות.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מענטשן האלטן זיך צוריק פון זאגן "תיקון חצות" ווייל מען מיינט אז דאס איז נאר געמאכט פאר גרויסע צדיקים; די מעשה ביכלעך לייגן אראפ תיקון חצות כאילו דאס איז א שרעקעדיגע זאך, מען צינדט אן א ליכט און מען זיצט אויף דער ערד מיט א זאק וכו'; מען לייגט דאס אראפ אזוי דראמאטיש און מען מיינט אז דאס איז נאר פאר צדיקים וואס זענען זייער גרויס וכו'. אבער עס איז נישט אזוי, תיקון חצות דארף יעדער איינער זאגן, דאס איז אן הלכה אינעם ערשטן סימן אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן א, סעיף ב) און אזוי טוען אלע ברסלב'ער חסידים, מען זאגט יעדע נאכט תיקון חצות.
אז מען קען זיך איינפירן צו גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי - איז אודאי דאס די וועג, אבער דער מציאות ווייזט אז היינטיגע צייטן האט זיך די וועלט צוגעוואוינט אז מען גייט שלאפן שפעט דעריבער האט אונז מוהרא"ש זכרונו לברכה געגעבן אן עצה אז מיר זאלן זיך צוגעוואוינען צו זאגן תיקון חצות פאר מיר גייען שלאפן, עס קומט סיי ווי אויס רוב מאל צו גיין שלאפן נאך חצות.
תיקון רחל איז צוויי קאפיטלעך (קאפיטל קלז): על נהרות בבל און (קאפיטל עט): מזמור לאסף. דערנאך זאגט מען (איכה ה): זכור ה' מה היה לנו, נאכדעם זאגט מען תיקון לאה (קאפיטל כד): לדוד מזמור, (קאפיטל מב): כאיל תערג, (קאפיטל מג): שפטני, (קאפיטל כ): יענך ה', (קאפיטל סז): למנצח בנגינות, (קאפיטל קיא): אודה ה', (קאפיטל נא): בבוא עליו נתן הנביא, (קאפיטל קכו): שיר המעלות; שבת און יום טוב און ווען מען זאגט נישט קיין תחנון, זאגט מען נישט תיקון רחל, נאר די זעקס קאפיטלעך פון תיקון לאה.
ווען מען זאגט דעם תיקון חצות דעמאלט דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע גלות; דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רסח): "ווען דו זאגסט תיקון חצות זאלסטו זיך אינזין האבן; "אֵיכָה נֶחֱרַב הָאוּלָם", רבונו של עולם איך בין אינגאנצן חרוב ונחרב, "עַד אָן יִצְעַק בַּשְּׁבִי", ווי לאנג נאך וועל זיין אין געפענגעניש ביים יצר הרע וכו'?! מען וויינט: "עַל אֵלֶּה אֲנִי בוֹכִיָּה", איך וויין רבונו של עולם, "עֵינִי עֵינִי יֹרְדָה מַּיִם", אויף מיינע אויגן וואס איך היט נישט; איך קוק עבירות, וואס דאס איז גורם: "כִּי רָחַק מִמֶּנִּי מְנַחֵם מֵשִׁיב נַפְשִׁי", אז איך זאל זיך דערווייטערן פונם צדיק וואס ער איז "מֵשִׁיב נַפְשִׁי", און איך פאל אראפ אין פגם הברית. "הָיוּ בָנַי שׁוֹמֵמִים", איך זינדיג בהוצאת זרע לבטלה, "כִּי גָבַר אוֹיֵב", ווייל דער יצר הרע שטארקט זיך אויף מיר; אלעס צוליב "עֵינִי עֵינִי", אז מיינע אויגן זענען נישט ריין.
וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן בזה העולם, ער כאפט אריין צו זאגן ביינאכט תיקון חצות און איז זיך מתבודד מיט'ן אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.