בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאך יעדן קינד פאר א העלד, האב ליב יעדן קינד
חינוך הילדים, מלמדים, סבלנות, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי


ווער נישט פארלוירן פון קיין שום זאך. געדענק דיינע קינדערישע יארן, געדענק וואס מוהרא"ש לערנט אונז; אז קינדער זענען קינדער, קינדער זענען ווילד, קינדער ווילן נישט לערנען, קינדער ווילן נאר שפילן, און אונזער ארבעט איז זיי צו מאכן לערנען, אונזער ארבעט איז זיי צו מאכן פאלגן.


ווער נישט דערשראקן ווען א טאטע זאגט דיר אז די קינדער זאגן: "די יאר האבן מיר נישט מורא, ווייל דער רבי איז נישט שטרענג, דער רבי שלאגט נישט, דער רבי טוט גארנישט"; ווער נישט אויסער זיך פון וואס די קינדער זאגן, און זיכער נישט וואס עלטערן זאגן דיר.


ווען עלטערן רופן דיך מיט טענות - זאלסטו אויסהערן וואס זיי זאגן; הער פון זיי אינפארמאציע, הער צו יעדעס ווארט, און נאכדעם זאלסטו טון וואס דו האסט צו טון; זאלסט נעמען די לימודים וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה, די לימודים פון מוהרא"ש און מיט אסאך סבלנות און ליבשאפט ווייטער זיי מחנך זיין.


איך בין יעצט ארויסגעקומען אין שטעטל. יעצט איז אינמיטן נאכט, איך שרייב דיר יעצט נאכן פארן א לאנגע וועג; איך האף מארגן צו מאכן א באזוך ביי דיר אין כתה, דיר מחזק זיין.


בנוגע דעם קינד הילד ... נרו יאיר וואס דו זאגסט אז ער איז דיר נישט גורס, ער איז קאלט, טרוקן וכו' וכו'; וויל איך דיר פרעגן, וואס וואלסטו געטון ווען ער איז דיין זון? וואס וואלסטו געטון ווען ער איז דיין ברודער? חס ושלום זאגן אויף א אידיש קינד ער איז א קאלטער, א טרוקענער וכו' וכו', די אלע נעמען; דו רעדסט אזוי ווי די פלישתים וואס האבן פארשטאפט אלע ברונעמס וואס די הייליגע אבות האבן געגראבן, אונזער עבודה איז צו גראבן ביי יעדן איד און טרעפן א ברונעם וואסער, מים חיים; נישט פארשטאפן חס ושלום.


אז א קינד איז פארמאכט, פארשלאסן - איז א סימן אז ער גייט אריבער עפעס א שוועריקייט אין לעבן. פערצופאל האלט איך מיט וואס טוט זיך ביי אים אין שטוב, ער קומט פון א צעבראכענע שטוב, די עלטערן זענען ערגעץ אין א צווייטע פלאץ, די קינדער גייען אריבער זייער שווערע יארן; אלע ברידער און שוועסטער זענען אזוי געווען, איך האב אסאך געארבעט מיט די געשוויסטער.


דעריבער בעט איך דיר זייער, מיין טייערער ליבער תלמיד, איך האב דיר אויסגעוועלט צו זיין פון אונזער ארמיי - זאלסטו זיין א גוטער סאלדאט, א בראווער גענעראל און נישט לאזן חס ושלום קיין איין קינד בלייבן פארשטאפט. זוך א גרובעלע ביי אים אין הארץ, זוך וואסער. קום מיר דערציילן די גוטע בשורה וואס די עבדי אבות האבן דערציילט (בראשית כו, לב): "מָצָאנוּ מָיִם!" זוך אין אים א פלאץ, מאך אים א העלד, מאך יעדן קינד פאר א העלד, האב ליב יעדן קינד, ובפרט די קינדער וואס עס דארף נאך אריינגיין אין זיי אסאך ארבעט - זאלסטו נאכמער ליב האבן.


לייג אוועק אלעס, לאז אפ דיינע שיעורים, לאז אפ אלעס; יעצט זאלסטו נעמען מלמדות פאר דיין עבודת השם. זיי פעלזן פעסט, ווער נישט צעפאלן פון קיינעם, אל תירא ואל תחת מאף אחד שבעולם! לערן אויס די קינדער זיי זאלן זיך נישט טשעפען, לערן זיי אויס צו זיין הייליג.


איין שיעור זאלסטו נישט מוותר זיין, עצתו אמונה; דאס זאל זיין דיין וועג ווייזער, דיין חיזוק, דיין מוסר ספר, דיינע שיעורים כסדרן.


איך בעט פאר דיר שטענדיג.