בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#27 - פאר דיין געזונט לוינט נישט זאלסט קוקן אויף אנדערע
התחזקות, קנאה, בזיונות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס ווייסטו וואס גייט אריבער אויף אנדערע? וואס ביסטו מקנא אנדערע? וועם ביסטו מקנא? נישטא וועם מקנא זיין, וואלסטו געוויסט וואס מענטשן מאכן מיט, וואס מען ליידט זיך צאם, יעדער איינער אין זיין זאך - וואלסטו קיינעם נישט מקנא געווען. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "כָּל בְּנֵי הָעוֹלָם כֻּלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים", די גאנצע וועלט איז פול מיט ווייטאג, "וְאֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה", נישטא אפילו איינער וואס האט עולם הזה, "וַאֲפִילּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם הַזֶּה כְּלָל", אויך די גרויסע עשירים זענען פול מיט צער און ווייטאג, עס איז נישטא וועם מקנא צו זיין, עס איז נאריש מקנא צו זיין.


פאר דיין געזונט לוינט נישט זאלסט קוקן אויף אנדערע, אויך אויף יענעמ'ס רוחניות לוינט נישט צו קוקן, מען ווערט אויפגעגעסן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה", ווער עס איז מקנא א צווייטן, "עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווערן זיינע ביינער פארפוילט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, דאס מיינט מען נישט נאר נאכן נפטר ווערן, דאס מיינט מען יעצט ביים לעבן, דער וואס האט קנאה ווערט פארפוילט, מען האט נישט קיין לעבן.


אויך בעט איך דיר זייער זאלסט נישט ווערן צעפאלן אז מען פארשעמט דיך וכו'; איך האב יעדן טאג א בזיון, איך ווייז עס נישט ארויס, אבער שטילערהייט שינדט מען די הויט, ברוך השם פאר דעם, ברוך השם אז מוהרא"ש האט אונז גוט אנגעגרייט פארן לעבן, מיט אזויפיל חיזוק פון רבי'ן.


טו נישט אויס די תפילין נאר נאכן זאגן די תיקון הכללי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - נישט גוטע קנאה אויף ערליכע אידן
התחזקות, עבודת השם, קנאה, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין ווייב האט מיר געבעטן איך זאל דיר מחזק זיין בנוגע וואס דו שפירסט זיך צעקלאפט, ווען דו זעסט דיינע חברים ווי זיי זענען מצליח בעבודת השם ווערסטו זייער צעבראכן.


איך בעט דיר מיין טייערער ליבער ברודער, וואס ווייסטו וואס גייט אריבער אויף זיי? וואס ווייסטו וואס פאר א נסיונות זיי האבן? עס דאכט זיך דיר ווי זיי האבן נישט קיין יצר הרע און זיי האבן נישט קיין נסיונות, און ווי מער דו קוקסט אויף זיי ווערסטו מער און מער גארנישט ביי זיך; פארוואס זאלסטו קוקן אויף אנדערע? דער רבי האט דאך אונז געלערנט די סוד פון האבן א גוט לעבן, פון זיך מחי' זיין מיט וואס מען האט און נישט קוקן אויף יענעמ'ס הצלחה אין עבודת השם.


דער רבי האט דערציילט די מעשה פון דעם חכם און תם (ספורי מעשיות, מעשה ט), דער תם איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך. ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א האניג'דיג וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן; לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריינגעקומען ריווח, און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אז עס כאפט דיר אן א נישט גוטע קנאה, דו הייבסט אן טראכטן פון דיינע חברים ווי זיי זענען מצליח - זאלסטו זיך דערמאנען די ווערטער פון רבי'ן און זינגען: "דאס איז זיין מעשה און דאס איז מיין מעשה, וואס אינטערעסירט מיר יענעמ'ס עבודת השם?" און זיך מחי' זיין מיטן תם, נישט קוקן אויף א צווייטן, ווייל נאר אזוי קען מען האבן א חיים טובים, און אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן; איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט.


מאך זיך נישט נאריש, קלאפ זיך נישט אראפ, ביסט זייער טייער און זייער גוט, אין הימל ביסטו א חידוש שבחידושים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד) יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:) עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גרוס פון הימל, יעדן ערב שבת פלעגט ער הערן א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען דעם בת קול נאר איין מאל א יאר, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס ער באקומט נאר איינמאל א וואך א בת קול, און אבא אומנא באקומט יעדן טאג א בת קול, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; אזוי ווי דער תם פלעגט זאגן: "דאס איז יענעמ'ס מעשה, און דאס איז מיין מעשה".


אשרינו און פארט אשרינו!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - די וואס רייצן אן אנדערע, ווילן אויפמערקזאמקייט
תפילה והתבודדות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מחלוקת, קנאה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אלע ווערן נערוועז פון די סארט מענטשן וואס רעדן טאג און נאכט פון זייער שיינע שלום בית, און ווי נאנט זיי זענען אין ברסלב, און זיי פרעגן און מען ענטפערט זיי; איר זענט נישט די איינציגסטע וואס ווערט נערוועז, אלע ווערן נערוועז פון זיי, אבער איך בעט אייך, דאס זאל נישט מאכן קיין פיינטשאפט צווישן אייך מיט איר; מיט די שכל פון רבי'ן, וואס לערנט אונז אויס צו קוקן אויף יעדן איינעם מיט רחמנות - איז דא א וועג צו לעבן מיט יעדן איינעם.


זייט נישט מקנא - נישט איר און נישט קיינעם, קוקט מיט רחמנות אויף איר, זי איז א רחמנות, זי דארף אויפמערקזאמקייט; די אלע וואס דערציילן און רייצן אן אנדערע - די ווילן אטענטשן, די זוכן תשומת לב.


עס איז נישט וואר דאס וואס איר זאגט אז פאר אנדערע הייב איך די טעלעפאן און פאר אייך און אייער מאן נישט; איך ענטפער אלעמען גלייך, ווען איך האב צייט ענטפער איך אלעמען, און ווען איך בין פארנומען מיט די מוסדות אדער קהל'ישע זאכן - ענטפער איך נישט פאר זיי אויך נישט.


אז איר וועט רעדן צום אייבערשטן - וועט איר נישט ווערן אנטוישט; דער אייבערשטער ענטפערט אלעמען, דער אייבערשטער מאכט נישט קיין אויסנאם, מען דארף נישט קיין פראטעקציע, ווער עס קומט צו אים און בעט אים - ווערט געהאלפן, "קָרוֹב ה' לְכָל קֹרְאָיו", דער אייבערשטער איז נאנט צו יעדן איינעם וואס רופט אים, "לְכֹל אֲשֶׁר יִקְרָאֻהוּ בֶאֱמֶת", און נאך מער צו די וואס רופן אים מיט אן אמת (תהלים קמה, יח).


דער וואס גייט מיט די וועג פון רבי'ן, די וועג פון התבודדות ותפילה - דער לאכט זיך גוט אויס פון יעדן איינעם, ער באקומט מוחין דגדלות, ער איז מער קיינעם נישט מקנא און קוקט אויף יעדן מיט רחמנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - באשעפער רייניג מיך פון קנאה און פיינטשאפט
תפילות אויף אידיש, הפצה, קנאה, עבירות, מדות טובות, התבודדות, ספר המידות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, שובבי"ם, י' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען דו ביסט זיך מתבודד זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיך רייניגן פון די פיינטשאפט און קנאה וואס איז איינגעגעסן אין דיר, ווייל ווער עס זינדיגט אין פגם הברית וכו' - קומט אים שטענדיג אריין מחשבות פון קנאה, שנאה, כעס רציחה וכו' - און אלע שלעכטע מידות.


דעריבער זאלסטו זיך אויסרעדן צום אייבערשטן און זאגן: "הייליגער באשעפער, רייניג מיך פון מיינע שלעכטע מידות, הייליגער באשעפער איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ריין, וואס טו איך דא מיט די פיינטשאפט, מיט די קנאה, מיט די כעס און רציחה, רייניג מיך".


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען ספר המידות, און ביי יעדע מידה זאלסטו נאס מאכן דעם ספר; זיך מתבודד זיין מיט הייסע טרערן אז די שלעכטע מידות זאלן ארויסגיין און די גוטע מידות זאלן אריינקומען.


איך האף אז דו ביסט עוסק אין הפצה. פארבינד זיך מיט אונזער בית הדפוס, פרעג וואס דו קענסט העלפן מיט פארשפרייטן די ספרים; מיר קענען נוצן הילף בגוף, בטירחא ובממון. אזוי ווי רבי נתן האט אונז געלאזט צוואה מיר זאלן עוסק זיין אין פארשפרייטן די ספרים וואס ברענגען די גאולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - די מלמדים און כולל אינגעלייט האבן די רואיגע לעבן
כולל, קנאה, ביזנעס, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, וואלסטו געוויסט וואס טוט זיך אין די וועלט, ביי די עשירים, ביי די גבירים – ווי זיי קרעכצן מיט חובות, מיט גרויסע הלוואות, זיי האבן נישט קיין מנוחה, זייער גאנצע לעבן איז דאגות – וואלסטו זיך געפרייט אז דיין לעבן איז פול מיט גוטע זאכן; דו זיצט מיט תינוקות של בית רבן רוב טאג, דו לערנסט תורה און דו ביסט עוסק אין תיקון העולם.


פאריגע וואך בין איך געזיצן א מיטינג מיט גרויסע סוחרים, גרויסע ביזנעסלייט, זיי האבן מיר דערציילט וואס טוט זיך אפ אין עולם המסחר, ווי מען דרייט מיט גרויסע הלוואות, מיט ביטערע שרעקעדיגע פראצענטן, פרעג איך זיי: "זאגט מיר, אויב אלעס איז א גרויסע בלאף, א ליגנט, נו ווער האט יא די לעבן? ווער האט די מנוחה ושלוה?" זאגן זיי מיר, פה אחד: "די מלמדים און כולל אינגעלייט"; שבט לוי האט עס, שבט לוי – זיי לעבן די רואיגע לעבן מיט מנוחה ושלוה.


זיי קיינעם נישט מקנא, זיי מקנא נאר דעם ערליכן איד.

#22 - די פראבלעם איז פשוט פארפוילטע קנאה און פארפוילטע מידות
תפילות אויף אידיש, מחלוקת, קנאה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך ווער אויפגעגעסן פון קנאה, איך קען נישט ליידן דעם און יענעם און דאס ברענגט פיינטשאפט, ביז איך קען שוין נישט רעדן מיט יענעם, הייליגער באשעפער דו ווייסט דעם ריינעם אמת אז דאס איז נאר קנאה, הייליגער באשעפער ראטעווע מיך פון קנאה, ראטעווע מיך איך זאל נישט פארלירן די וועלט און יענע וועלט צוליב אביסל קנאה", מוהרא"ש דערציילט, מען האט אמאל געהערט ביים רבינ'ס ציון ווי איינער וויינט: "רבונו של עולם וועגן אביסל קנאה, וועגן אביסל כבוד און אביסל תאוה - זאל איך פארלירן די וועלט און יענע וועלט?!"


אן התבודדות ווייסט מען ניטאמאל וואס באדערט און וואס שטערט, אן התבודדות איז מען אין עולם הדמיון, מען מיינט דאס איז דער פראבלעם יענץ איז דער פראבלעם - ווען עס איז פשוט פארפוילטע קנאה, פארפוילטע מידות, און נאר דורך שרייען צום אייבערשטן: "ראטעווע!" - קען מען זיך ראטעווען.


דער אייבערשטער מאכט מיט מיר אזעלכע חסדים, דעם שבת וועל איך זיין אין בארא פארק ביי מיין טאטע שליט"א, איך מאך באווארפן פאר מיין זון החתן שמעון, איך מאך עס ביי מיין טאטע שליט"א. די חתונה וועט זיין בעזרת השם יתברך ובשעה טובה ומוצלחת זונטאג אין ישיבה, איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען; פון קרית ברסלב דארף מען זיך נישט אריינשלעפן, עס וועט זיין שבע ברכות אין שטעטל, וועלן מיר זיך דארט קענען פרייען אויף די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז אז מיר ווייסן פון רבי'ן, פון אזעלכע עצות.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#21 - אז דו גייסט התבודדות, דו רעדסט צום אייבערשטן, בין איך דיך מקנא
קנאה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רבי נתן האט אמאל געזאגט פאר איינעם: "אז דו גייסט התבודדות, דו רעדסט צום אייבערשטן - בין איך דיך מקנא, און אז נישט - בין איך דיך בכלל נישט מקנא"; ווייל דער יצר הרע ברענט ביי יעדן איינעם און ער מאכט יעדן איינעם משוגע, און נאר מיט התבודדות קען מען זיך האלטן שטארק.


גיי אביסל שפאצירן און זאג אפאר ווערטער פארן אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - איך האב די שענסטע לעבן, די בעסטע וואס איז מעגליך
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, קנאה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך הער גאר גוטע גריסן פון אייערע לערערינס אויף אייך, ווי שיין איר פירט זיך אויף, פון אייער דרך ארץ און מידות טובות. איך וועל איבערגעבן פאר אייערע עלטערן די גוטע גריס, זיי וועלן זיך זיכער פרייען, עס וועט זיי צוגעבן א שטיק געזונט.


בעטס אסאך דעם אייבערשטן אויף אן ערליכע שטוב, ערליכע שידוך, ערליכער מאן. די וואך האבן מיר אין די פרשה, לאה האט געבעטן אויף א ערליכע שידוך, זי האט געוואלט חתונה האבן מיט יעקב אבינו, און אפילו עס איז נישט געווען מעגליך פאר איר צו באקומען די שידוך האט דער אייבערשטער געמאכט זי זאל חתונה האבן מיט יעקב און אויפשטעלן אסאך שבטים, נאר ווייל זי האט אסאך געבעטן.


זייט קיינעם נישט מקנא, טראכטס 'איך האב די שענסטע לעבן, איך האב די בעסטע מאמע, איך האב די בעסטע וואס איז מעגליך'; דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייערע עלטערן און פאר אלעס וואס ער געבט אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - זיך באהעפטן צום אייבערשטן דורך זינגען ניגונים
אמונה, ניגונים, קנאה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בראשית, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך, קוק נישט אויף אנדערע, נעם אריין אין זיך אמונה, זינג ניגונים פון אמונה. אויך זאלסטו מאכן ניגונים פון אמונה, און פון תשובה; דאס וועט דיך ברענגען צו א שטארקע דביקות, זיין דבוק צום אייבערשטן.


רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות נשיאת כפים הלכה ה, אות ו): "שָּׁמַעְתִּי מֵאֲדוֹנֵנוּ מוֹרֵנוּ וְרַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", איך האב געהערט פון הייליגן רבי'ן, "כִּי עִקַּר הַחִבּוּר וְהַדְּבֵקוּת מֵעוֹלָם הַזֶּה הַגַּשְׁמִי לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁהוּא מְרוֹמָם וְנִשְׂגָּב מְאֹד", דער שטערקסטער וועג ווי אזוי מען קען זיך באהעפטן פון די וועלט, עולם הגשמי - צום הייליגן באשעפער, "בִּפְרָט מִי שֶׁחָטָא וְנִתְרַחֵק מְאֹד מֵאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם", ווער רעדט נאך איינער וואס האט געזינדיגט און וויל זיך צוקלעבן צום אייבערשטן – "הוּא עַל יְדֵי נִגּוּן וְזִמְרָה", איז דאס דורך זינגען ניגונים.


קינדער וואס טשעפען דיר אין חדר - די זענען דיך זייער מקנא, זיי גליסטן צו זיין ווי דיר. מאך זיך נישט וויסנדיג פון זיי, דאס איז די בעסטע עצה. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז געלערנט א טריק ווי אזוי נישט האבן צוטון מיט מענטשן וואס ווילן שלעכטס טון, "שֶׁלֹּא לִפְחֹד מֵהֶם", נישט מורא האבן פון זיי; אז מען האט א שטארקע אמונה, מען לעבט מיט די אמונה - שפירן דאס די אלע און מען ציטערט צו טשעפען און שלעכטס טון דעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - די פייער בארואיגט זיך, מען הויבט אן זען די שיינקייט פון אן איידעלע שטוב
צניעות, קנאה, סדר דרך הלימוד, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס דאס וואס עס קאכט אין דיר וכו', דו ווילסט איין מינוט דיין ווייב זאל זיך טוישן איר איידלע לבוש וכו', און איין מינוט טראכסטו 'וואס פעלט עס אויס?' און נאכדעם ווייטער הויבט אן קאכן א פייער אין דיר, דיין ווייב זאל גיין אזוי און אזוי, ביז דו שפירסט ווי עפעס שלעכט איז מיט דיר, דו פרעגסט וואס איז דאס?


וויסן זאלסטו, די געפיל איז דא ביי אסאך; אסאך אינגעלייט אין די ערשטע יארן נאך די חתונה האבן די זאך, עס קאכט א פייער, זיי ווייסן נישט וואס זיי ווילן; מען ווייסט נישט די מעלה פון איידלקייט, מען מיינט עפעס פעלט אין לעבן און מען טראכט די ווייב איז די פראבלעם, זי גייט צו פשוט וכו' וכו'.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, גיי התבודדות, שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עס קאכט אין מיר א פייער, איך ווייס נישט וואס מיט מיר איז, העלף מיר איך זאל ליב האבן איידלקייט, איך זאל ליב האבן צניעות, פארוואס ברענט אין מיר א נישט גוטע פייער? העלף מיר איך זאל קאכן און ברענען צו דיר אייבערשטער, איך וויל זיין פרייליך מיט דיר, און ליב האבן איידלקייט.


הייליגער באשעפער וואס איז דאס מיט מיר אז איך ווער אזוי פארברענט? איך וויל נאר מיין ווייב זאל זיין אנדערש, יעדן טאג וויל איך עפעס אנדערש; איך טראכט אז עפעס פעלט מיר און עפעס בעסערס איז דא ביי אנדערע, העלף מיר איך זאל פלאקערן פאר דיר אייבערשטער, איך זאל אויסגיין פאר דיר". אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן טאג און נאכט ביז דו וועסט אויסארבעטן די בלוט, דו וועסט שוין אנהויבן איינזען דאס שיינקייט פון איידלקייט.


טייערער ברודער, ביסט דאך א פארשטענדליכער אינגערמאן, ביסט א בר דעת, זאלסטו זיך בארעכענען; טראכט אריין וואס פאר א נס דו האסט, אז דיין ווייב לעבט מיט דיר וכו', זי גרויסט זיך נישט אויף דיר וכו', דארפסטו נישט מער; ליידער זענען היינט דא אזויפיל אינגעלייט וואס די ווייב איז א מורדת, עס איז נישטא דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "דַּיֵּינוּ שֶׁמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", אז די ווייב היט פון עבירות; קיינער ווייסט נישט וואס זיי ליידן, זיי לעבן נישט אינאיינעם, און מענטשן זענען מקנא, ווייל מען זעט דאס נישט פון אינדרויסן. אינדרויסן דאכט זיך אז זיי האבן א מעכטיגע שלום בית, זיי זענען גליקליך, זיי גייען אנגעטון אויסגעפיצט וכו', ווען על פי תורה קומט זיך נישט קיין כתובה פאר די ווייב פארן זיך אפשיידן השם ישמרינו; איז וואס זאלסטו קוקן אויף אנדערע, ווי אזוי אנדערע גייען אנגעטון? דו האסט אן אשת חיל, א מתנה פון הימל, זי לעבט מיט דיר - דארפסטו איר מכבד זיין און איר שעצן.


נאך אפאר יאר ווען די נישט גוטע פייער לעשט זיך אויס, הויבט מען אן זען דאס שיינקייט און דאס טייערקייט פון אן איידעלע שטוב, פון אן איידעלע פרוי, א ווייב וואס ווייסט נישט פון די וועלט, איר קאפ ליגט אין שטוב, זי טוט די שטוב ווירטשאפט, זי איז גרייט פאר איר מאן, זי איז א מאמע פאר די קינדער; מען הויבט אן קוקן אויף די לעבן ריכטיג.


מאך זיך א שיעור אין משניות, זיץ אין שטוב מיט א הויפן ספרים; א חומש, משניות, גמרא, מדרשים און ספרי רבינו. שפאציר אין די תורה אזוי ווי מען שפאצירט אין א שיינע גארטן, און דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב איידל און באשיידן - וועסטו שוין גארנישט דארפן, דו וועסט זיין גליקליך און צופרידן.


ליין די בריוו כמה פעמים און זיי מקיים וואס שטייט דא, וועסטו שפירן א זיסקייט אין לעבן, דו וועסט זיין גליקליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#17 - וואוינען אין שטעטל איז נישט נאר האניג, מען דארף זיך גוט דערהאלטן
שטעטל, קנאה, היכל הקודש, נסיונות, יענער, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טראכט עס גוט דורך, טו נישט קיין ווילדע זאכן; אין שטעטל קומען וואוינען - איז נישט נאר האניג, מען דארף זיך גוט דערהאלטן; בפרט ווען מען קומט פון א צווייטע לאנד - דארף מען זיך גוט בארעכענען איידער מען טוט דאס.


טראכט נישט פאר איין רגע אז אנשי שלומינו וואס וואוינען אין שטעטל זענען בעסער ווי אנשי שלומינו פון לאנדאן. מענטשן מיינען, ביי יענעם איז די גראז גרינער, א רחמנות אויף מענטשן וואס מיינען אז ביי יענעם איז בעסער, ביי יענעם איז גרינער די גראז; עס איז נישט אמת, עס ווענדט זיך אלעס אינעם מענטש אליין; איז דער מענטש דבוק צום אייבערשטן - איז ער איבעראל פרייליך, וואו ער גייט, וואו ער שטייט - שפירט ער מיט זיך די ש"י עולמות, און אז נישט, איז וואו ער גייט און וואו ער שטייט - שאקלט זיך אונטער אים די ערד, אזוי ווי די קללה פון קין (בראשית ד, יב): "נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ".


ווען מען פרעגט מיך וואו איך וואוין, ענטפער איך: "איך וואוין אין מיין דירה, מיט מיין ווייב און קינדער", און אז מען וויל וויסן וואו מיין דירה געפונט זיך; מיין דירה געפונט זיך אין אמעריקע, אין ניו יארק, אין א געגענט וואס רופט זיך וויליאמסבורג, אבער וואוינען וואוין איך אין מיין שטוב, און מיט דעם רבינ'ס עצות מאך איך מיין שטוב פאר גן עדן.


דעריבער אז דו ווילסט זיך אוועק ציען פון לאנדאן, קומען וואוינען אין שטעטל - זאלסטו וויסן אז אין שטעטל וואוינט יעדער איינער ביי זיך אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, און דער יצר הרע קומט אויך דארט און וויל אלעמען ארויסנעמען פון די אייגענע ד' אמות, מען דארף דארט אויך אסאך התחזקות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כא): "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד, מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם", די אלע וואס זענען מקנא אנדערע, גלוסטן און זוכן כבוד, די דריי זאכן נעמט אוועק דעם מענטש פון די וועלט; פרעגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אזויפיל מענטשן זענען דא וואס האבן קנאה, תאוה און כבוד, אדער איינע פון די זאכן, און זיי לעבן אויף די וועלט, וואס זאגט די משנה אז עס נעמט אוועק פון די וועלט? זאגט מוהרא"ש, פשט איז, יעדער מענטש האט זיך אן אייגענע וועלט, זיין שטוב, זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך א פרוי האט איר מאן מיט אירע קינדער, אבער ווי נאר מען הויבט אן קוקן אויף אנדערע - גייט מען ארויס פון די אייגענע וועלט, מען טראכט נישט פון דאס גוטס פון די אייגענע שטוב, פון די פלאץ וואו מען איז, פון די ווייב און קינדער, מען קוקט אויף אנדערע, דאס איז פשט: "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד, מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם".


מיין נישט איך וויל דיך נישט ביי אונז אין די קהילה, ביי מיר ביסטו און דיין משפחה זייער חשוב, איך זאג נאר זאלסט נישט מיינען קיין איין רגע אז מען קומט וואוינען אין ליבערטי דארף מען מער נישט קיין חיזוק, מען דארף אסאך חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#16 - לאז שוין אפ די מחלוקת, קנאה און שנאה, הויב אן דאנקען דעם אייבערשטן
שמחה, תודה והודאה, שלום בית, מחלוקת, שבת קודש, קנאה, שלום, ביקור חולים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי אזוי מען איז מקבל שבת - אזוי וועט מען מקבל זיין די נשמה ווען מען וועט נפטר ווערן; אז מען איז מקבל שבת מיט שמחה, מיט ליבשאפט - וועט מען אויפנעמען די נשמה אויך מיט שמחה און ליבשאפט, סיי דער מאן און סיי די ווייב. און חס ושלום אז מען איז בעצבות און מרה שחורה - איז וויי און ביטער בזה ובבא. אזוי זאגט דער הייליגער זוהר (תיקוני זוהר, דף כג): "מָאן דִּמְקַבְּלִין אוּשְׁפִּיזִין", ווער עס נעמט אויף די געסט, "דְּאִינוּן נִשְׁמָתִין יְתֵרִין", דאס מיינט מען די נשמה יתירה, "דְּאִינוּן מַרְכִּיבִין עֲלַיְיהוּ בְּעֶרֶב שַׁבָּת", וואס קומט צום מענטש יעדן ערב שבת - "בְּאַנְפִּין צְהוּבִין", מיט א ליכטיגע פנים, "בְּחֶדְוָה", מיט פרייד, "בְּעִנּוּגָא", מיט א פארגעניגן - "בְּהַאי עָלְמָא", אויף די וועלט. "כַּד נִשְׁמָתָא וְרוּחָא וְנַפְשָׁא נָפִיק מִן גּוּפֵיהּ מֵהַאי עָלְמָא", ווען עס וועט קומען די צייט וואס זיין נשמה וועט ארויפגיין פון די וועלט - "הָכִי מְקַבְּלִין לוֹן בְּעָלְמָא דְאָתֵי", אזוי וועט מען איר מקבל זיין אויף יענע וועלט, "וְאִתְּמַר בְּהוֹן", אויף דעם שטייט אין פסוק (תהלים פד, ד) "גַּם צִפּוֹר מָצְאָה בַיִת וכו'".


על כן זאלסטו זיך אנגרייטן גענוג פרי, גיי אין מקוה אין צייט, זיי גרייט אין שטוב ווען דיין ווייב צינדט אן די שבת ליכט. העלף ארויס אז עס זאל זיין רואיג אין שטוב, און עס זאל חס ושלום נישט זיין קיין כעס און קיין מחלוקות.


נעכטן נאכט נאכן שיעור בין איך געווען מבקר חולה זיין א אינגערמאן. ווען איך בין געזיצן דארט האב איך געטראכט נאר פון דיר, דו ביסט אזא רחמנות, דו הערסט נישט אויף קרעכצן, דו פירסט חשבונות מיט דעם און מיט יענעם; וואלסטו געזען וואס פאסירט מיט א מענטש, וואלסטו געזען וואס איך האב נעכטן געזען... א אינגערמאן געזונט און שטארק, יונגער פון דיר, וואס פירט א ביזנעס, ער איז מצליח מער פון דיר און פון איין טאג אויפ'ן צווייטן קען ער זיך נישט רירן, ער ליגט איינגעפאלן, א פחד דאס צו זען, די דאקטורים שרעקן אים אן מיט דאס ערגסטע, איך האב נאר געוואלט זיך אויפשטעלן און דיר אנרופן זאלסט אריבערקומען זען וואס גייט פאר. איך זאג דיר נאכאמאל: "איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, דו כאפסט נישט וואס דאס לעבן איז; לאז שוין אפ די מחלוקות, לאז שוין אפ די קנאה שנאה, הויב אן דאנקען דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און נעם אויף דעם גאסט - דעם שבת קודש - מיט שמחה".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן שבת.


 

#15 - עס פלאקערט אין מיר א פייער פון פריצות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, שמחה, חיזוק פאר פרויען, קנאה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר טראכט, איין מינוט ווילט איר זיין ערליך און גיין אנגעטון איידל, און ווען איר זעט מיידלעך און ווייבלעך אנגעטון מער פראסט ווילט איר פלוצלונג גיין אנגעטון אזוי ווי זיי; אויף דעם איז דא איין עצה, די עצה איז התבודדות ותפילה, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן די שיינע אידישע וועג, ליב האבן איידלקייט.


דא האט איר א שיינע תפילה צו בעטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר און איך לויב דיר אז איך בין א אידיש קינד. האסט מיך באשאפן מיט א אידישע נשמה וואס איז א חלק אלוקי ממעל, איך בעט דיך זייער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל וויסן און שפירן ווי טייער אידן זענען, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל ליב האבן די אידישע וועג. איך בין זייער צעמישט, איין מינוט וויל איך זיין גוט, נאכדעם וויל איך זיין פראסט, עס פלאקערט אין מיר א פייער פון פריצות; איך ווייס אז עס איז נישט גוט און נישט שיין, איז פארוואס וויל איך דאס?


הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, אויף מיין נשמה, איך וויל זיין א צדיקת, איך וויל זיין ערליך און גוט, איך וויל דיך ליב האבן, איך וויל מיך ליב האבן, איך וויל זיין אמת'דיג פרייליך. דאס וואס ציט מיך צום גוי טמא איז פון מיין עצבות און מרה שחורה וואס רעדט מיך איין אז אויב מען גייט בפריצות איז מען פרייליך, אבער איך ווייס עס איז נישט אמת; נישטא קיין פרייליכקייט נאר ביים ערליכן איד, אויך ליבשאפט איז נאר דא ביי די ערליכע אידן. בעט איך דיר, אנא ה' הושיעה נא, אנא ה' הצליחה נא, בזכות די הייליגע צדיקים אברהם יצחק יעקב, און די הייליגע אמהות שרה, רבקה, רחל און לאה, עננו ה' עננו, יהיו לרצון אמרי פי והגיון ליבי לפניך".


 

#14 - יעדן איינעם גייט גוט, נאר איך לייד
התחזקות, עבודת השם, קנאה, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, ל"ג שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


קוקט נישט אויף קיינעם, זייט נישט מקנא קיינעם; יעדער איינער האט זיך זיין פעקל צרות. פון אינדרויסן זעט מען דאס נישט, פון אינדרויסן קען זיך דאכטן אז 'יעדן איינעם גייט גוט, אויסער איך לייד', אבער דער הייליגער רבי זאגט אונז קלאר אז יעדער ליידט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "שֶׁכָּל בְּנֵי הָעוֹלָם כֻּלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים, וְאֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה, וַאֲפִילּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם הַזֶּה כְּלָל", עס איז נישטא וועם מקנא צו זיין, עס איז נאריש מקנא צו זיין. מוהרא"ש זאגט, אלע מחלוקות, אלע קריגערייען וואס איז דא צווישן מענטשן, משפחה וכדומה - איז קנאה, נאכדעם גייט עס צו שנאה, ביז רציחה רחמנא לצלן, די אותיות פון שקר; עס הויבט זיך אן מיטן מיטלסטן אות ק'נאה, נאכדעם ש'נאה, ביז ר'ציחה. און דער מענטש איז איין שטיק צער זיין גאנצע לעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה, עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן - ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף אויף נאך די פטירה, אז אויב א מענטש האט קיינעם נישט מקנא געווען - וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; א מענטש וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו.


אזוי אויך ביים לערנען, דאווענען און עבודת השם - טאר מען נישט מקנא זיין א צווייטן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד) יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:) עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גרוס פון הימל, יעדן ערב שבת פלעגט ער הערן א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען דעם בת קול נאר איין מאל א יאר, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס ער באקומט נאר איינמאל א וואך א בת קול און אבא אמנא באקומט יעדן טאג א בת קול, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; אזוי ווי דער תם פלעגט זאגן: "דאס איז יענעמס מעשה, און דאס איז מיין מעשה".


מיר דארפן זיך לערנען פונעם תם. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם חכם און תם (ספורי מעשיות, מעשה ט) דער תם איז געווען א שוסטער און ער האט זיך נישט געקענט דערלערנען ווי אזוי מען מאכט שיינע שיך, ער פלעגט מאכן א שיך וואס האט געהאט דריי עקן, עס האט נישט אויסגעזען ווי א שיך, דאך - פארציילט דער רבי - פלעגט דער תם נעמען זיין שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, און געזאגט: "וואס פאר א שיינע שיך האב איך געמאכט, ווי זיס איז מיין שיך, ווי האניג'דיג איז מיין שיך, וואס פאר א צוקערדיגע שיך, א וואוילע שיך", זיין ווייב - ווען זי פלעגט הערן ווי איר מאן דער תם איז זיך אזוי מחי' מיט זיין שיך און ער לויבט זיין שיך אזוי שטארק - פלעגט זי אים פרעגן: "אויב איז עס יא אזוי, פארוואס נעמען אנדערע שוסטערס אסאך מער געלט ווי דו נעמסט פאר דיין שיך?" פלעגט איר דער תם ענטפערן: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז זיין מעשה און דאס איז מיין מעשה, און וואס דארף מען רעדן פון א צווייטן, לאמיר זען וויפיל איך פארדין מִיַּד לְיַד וכו'"; דא ליגט דער סוד פון מצליח זיין אין לעבן, א מענטש זאל זיך מחי' זיין מיט זיך; אפילו ער האט א פנים ווי א שיך מיט דריי עקן - דאך זאל ער דאנקען דעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער האט אים אזוי באשאפן.


דאס איז סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. אזוי ווי רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות פסח ט, אות כב) אזוי ווי א מענטש דארף זיך מחזק זיין נישט צו האבן קיין התפעלות פון שלעכטע מענטשן וואס מאכן חוזק פון אים ווען ער דינט דעם אייבערשטן און מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן צעפאלן, אזוי אויך און נאך אסאך מער - זאגט רבי נתן – דארף א מענטש זיין ביי זיך זייער שטארק נישט צו ווערן צעבראכן פון זיינע ערליכע חברים, ווען ער זעט ווי זיי שטייגן און זענען מצליח בעבודת השם, און 'איך זע אויס אזוי ווי איך זע אויס וכו'', "וְכָל זֶה אִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר בִּכְתָב, רַק כָּל אֶחָד יָבִין בְּעַצְמוֹ כְּפִי עִנְיָנָיו, וּכְנֶגֶד כָּל מִינֵי מְנִיעוֹת וַחֲלִישׁוּת הַדַּעַת שֶׁבָּעוֹלָם צְרִיכִין לֵילֵךְ בַּדֶּרֶךְ הַנַּ"ל, בִּבְחִינַת אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם, לַחֲשֹׁב כְּאִלּוּ הוּא יְחִידִי בָּעוֹלָם".


א פרייליכן שבת.

#13 - עס איז נאריש צו מקנא זיין א צווייטן
תפילות אויף אידיש, שלום בית, קנאה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, י"א שובבי"ם, כ"ה טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי נישט מקנא א צווייטן; עס איז נאריש צו מקנא זיין א צווייטן, ווייל נישטא קיינער וואס זאל נישט האבן א שווערע פעקל, יעדער איינער האט זיינע נסיונות און שוועריקייטן. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ליב האבן יעדן איד, חס ושלום קיינעם נישט פיינט האבן און אויך זיך אליינס ליב האבן.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, נעם ארויס פון מיר די באהאלטענע קנאה, די באהאלטענע פיינטשאפט וואס איך האב אויף אנדערע, העלף מיר איך זאל ליב האבן יעדן איד".


דיין ווייב זאלסטו געבן גוטע ווערטער, און געב איר די געפיל אז דו ביסט דא פאר איר.


מארגן וועט זיין די ליל שישי שיעור אינעם נייעם בית המדרש אין ספרינג וואלי, אינאיינעם מיט א סעודת מצוה אויפן סיום וואס אלע ענדיגן מיר אינאיינעם, ירושלמי מסכת ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - אין שטוב זאל זיין שלום, וואס מען רעדט אינדרויסן זאל נישט אנגיין
חברים, שלום בית, קנאה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייערע חברט'עס בארעדן אייך - איז דאס בלויז קנאה, מען איז אייך מקנא; ווייל ווער עס רעדט אויף א צווייטן - איז דאס בלויז קנאה.


מאכט זיך נישט וויסנדיג, איר זאלט גיין ווייטער מיט אייער שיינע לעבן, בויט אייער שיינע נעסט, לעבט ווייטער באהבה אחוה שלום וריעות מיט אייער מאן. עס זאל אייך נישט אינטערעסירן וואס אנדערע זאגן, וואס אנדערע טראכטן; דאס האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איך זאל צילן אז אין שטוב צווישן מאן און ווייב זאל זיין שלום, און וואס מען רעדט אינדרויסן - זאל נישט אנגיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - ווען מען איז פרייליך, איז גוט אזוי צי אזוי
תפילות אויף אידיש, שמחה, תודה והודאה, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קנאה, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע זאכן וכו' וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה? כָּל שֶׁעוֹשָׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", א פרוי וואס איז גרייט פאר איר מאן, זי טוט זיין ווילן וכו' - איז אן ערליכע פרוי. נאך זאגן די הייליגע חכמים (עירובין ק:) א פרוי וואס קומט צום מאן וכו' - וועט האבן ערליכע קינדער, קינדער צדיקים.


בנוגע וכו'; דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן. דאס וועט ברענגען די ישועה פאר אייך, ווייל דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן - ברענגט גרויסע ניסים און ישועות.


בנוגע די לענג פונעם שייטל; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט קלאפן אויף זיין אקסל ווען מען האט אים געפרעגט אויף די לענג פונעם שייטל.


דער עיקר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן די תפילה אויף שמחה. ווייל אז מען איז פרייליך - איז גוט אזוי צי אזוי, און אז מען איז נישט פרייליך - העלפט נישט גארנישט. מען ווערט נישט מער צופרידן מיט א לאנגע שייטל.


דעריבער שרייבט מוהרא"ש אין שאלות ותשובות ברסלב, הונדערטער מאל אויף הונדערטער שאלות - איין תירוץ: "זיי פרייליך". נעמט אריין אמונה אין זיך - וועלן אלע פראבלעמען אוועקגיין.


בעטס: "רבונו של עולם, העלף מיר זיין פרייליך, נעם אוועק פון מיר די עצבות ומרה שחורה. נעם אוועק פון מיר די קנאה, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל זען נאר דיר, איך זאל דיך שפירן".

#10 - ווען מען איז מקנא די וואס האבן א סמארטפאון
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, קנאה, דרשות, סמארטפאון, היכל הקודש, תכלית, סיפוק, בחירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט, איר שפירט אז די אלע וואס האבן א סמארטפאון - די האבן א געשמאק אין לעבן און איר זענט זיי מקנא.


ערשטנ'ס, איך צווינג אייך וואס צו טון? איך לאז אייך נישט האבן א טעלעפאן?!


צווייטנ'ס, איך האב באקומען פון אייך אזויפיל בריוון וואו איר בעט מיר איך זאל מחזק זיין אייער מאן נישט צו האבן אזא טעלעפאן, איר האט צו מיר געוויינט וועגן דעם, וואס קען איך אייך העלפן יעצט?


איך וועל אייך נישט אוועקווארפן אז איר וועט זיך קויפן א טעלעפאן, ביי אונז אין די קהילה זענען דא משפחות וואס האבן א טעלעפאן; מאכט התבודדות, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן וואס צו טון.


התבודדות איז פאר יעדן איינעם; די וואס האבן טעלעפאונס קענען דאס נוצן, און אויך די וואס האבן נישט קיין טעלעפאן; התבודדות קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, דער עיקר הצלחה איז - ווען מען איז פרייליך.


בעטס די תפילה יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן מיט מיר, איך זאל דיר שפירן, העלף מיר איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל וויסן אז איך בין חשוב ביי דיר, אמן".


יעצט וועט איר שוין פארשטיין אייער צווייטע פראגע, וועגן בחירה; איר שרייבט אז עס איז נישטא קיין בחירה, ווייל מען שרעקט אזוי אן מיט עונשים, אז מען מוז טון אזוי און אזוי וכו'; דאך איז דא א בחירה, נאכן הערן אזויפיל דרשות פון דאס שעדליכקייט פון האבן אין שטוב א טעלעפאן, נאכן אליינס בעטן יארן אז אייער מאן זאל דאס נישט האבן - האט איר נאכאלץ די בחירה יא אדער ניין.


די בחירה איז אזוי שטארק, דער רבי האט געזאגט: "א מענטש קען האלטן א מת אין האנט, ער טראגט א טויטן מענטש צו די קבורה, און ער זעט א פרוי - ווארפט ער אראפ דעם מת און לויפט צום נסיון"; איי טיפש, זעסט דאך דאס סוף פונעם לעבן, דאך איז די בחירה, די נסיון - אזוי גרויס, אזוי שטארק!


איך האף איר וועט בוחר זיין בטוב, איר וועט נישט ארייננעמען אין אייער האנט א טעלעפאן וואס איז גע'אסר'ט דורך אלע גדולי ישראל.


בנוגע מקנא זיין מענטשן; עס ווענדט זיך מיט וואס, אן ערליכער איד מעג מען מקנא זיין. ווען איך זע אן ערליכער איד - ווער איך אזוי צעריסן אין מיר, איך הויב גלייך אן מאכן תפילה, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, דאס איז גוטע קנאה, ווען מען זעט איינעם מיט גוטע מדות - מעג מען בעטן דעם אייבערשטן: "איך וויל אויך גוטע מדות".


רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן: "נישטא וועם צו מקנא זיין, יעדער האט צרות און יסורים, נאר אן ערליכער איד דארף מען מקנא זיין; און אויב דו ביסט דער ערליכער איד - זאגט אים רבי נתן - בין איך דיר מקנא".


זייער גוט טוט איר אז איר אינטערעסירט זיך נאך א שיעור אין בית פיגא וואס מען האט גערעדט, און זייער גוט אז איר גייט צו שלש סעודות מיט נאך ווייבלעך, מען רעדט פון מעשיות פון תפילה, מעשיות פון צדיקים, שיינע זאכן וואס מען באקומט אין היכל הקודש. אזוי איז געווען ווען מוהרא"ש האט געלעבט, ווען מיר האבן געהערט אז מוהרא"ש איז געווען ערגעץ וואו און גערעדט, האבן מיר זיך אינטערעסירט און געשלינגען נאך א ווארט און נאך א ווארט מיט דורשט.


דאס וואס איר שרייבט אז אין אנהויב ביים מקורב ווערן אין היכל הקודש האט איר געטראכט 'דא איז א גוטע פלאץ צו זיין, מען קען אלעס טון מיט'ן אייבערשטן', און צוביסלעך זעט איר אז מען טאר גארנישט טון, נאר צוויי זאכן קענען פרויען טון אין היכל הקודש, רעדן צום אייבערשטן און זיין גרייט פאר די מאן וכו'; איר האט פרובירט צו לעבן מיט די צוויי זאכן, איר האט געוואלט שפירן די געשמאקע לעבן, ווי מען לייגט דאס אראפ ביי די שיעורים, און איר צווינגט זיך צו דעם.


בעטס אויף דעם אליינס דעם אייבערשטן, איר זאלט האבן א טעם אין לעבן מיט'ן מאן, א טעם אין לעבן ביים דינען דעם אייבערשטן.


אויך זאלט איר איינטיילן די התבודדות; עס זאל נישט זיין נאר בעטן און וויינען, מען דארף דאס באלאנסירן, מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און אויך בעטן.


דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן איז אזוי שטארק - מען באקומט שטארקע נערווען, עס געבט שטארקע כוחות.

#9 - נישטא וועם צו מקנא זיין, נאר אן ערליכער איד
קנאה, פירושים, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


"אַל יְקַנֵּא לִבְּךָ בַּחַטָּאִים", דיין הארץ זאל נישט גליסטן צו זינדיגע מענטשן, "כִּי אִם בְּיִרְאַת ה' כָּל הַיּוֹם" (משלי כג, יז), נאר צו ערליכע אידן וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, אין זיי זאלסטו גליסטן א גאנצן טאג.


אזוי האט דער הייליגער רבי נתן געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "נישטא וועם צו מקנא זיין, נאר אן ערליכער איד, אים איז גוט מקנא צו זיין"; אפילו די רייכע מענטשן וואס האבן פאלאצן, געלט, שיינע כלים, דיימאנטן און וואס נישט - זענען פול מיט ווייטאג; עס קען זיך דאכטן פון אינדרויסן אז זיי האבן גליק, אבער באמת זענען זיי פול מיט צער און ווייטאג.


 דעריבער בעט איך דיר: "אַל יְקַנֵּא לִבְּךָ בַּחַטָּאִים", גליסט נישט צו די אלע זאכן; רבי נתן האט געזאגט: "די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט האבן", עס איז גארנישט דא און מען קען נישט האבן פון עולם הזה, "כִּי אִם בְּיִרְאַת ה' כָּל הַיּוֹם", גליסט צו ערליכע אידן, "תורה ותפלה איז יא און מען קען זיי האבן"; והבן למעשה.

#8 - פארוואס זאלט איר זיך אויפעסן אז אנדערע האבן אויך א גוט לעבן?
תודה והודאה, שלום בית, קנאה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט באקומען א טייערער מאן, ווייניג זענען זוכה צו אזא מאן, אזא בעל מדות, א גוטסקייט; וואס גייט אייך אן א צווייטן? פארוואס זאלט איר זיך אויפעסן לעבעדיגערהייט אז אנדערע האבן אויך א גוט לעבן?


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו", קיינער קען נישט צונעמען עפעס א ברעקל פון א צווייטן, "ואין מלכות נוגעת במלכות חברתה אפילו כמלוא נימא", אפילו א האר קען מען נישט צונעמען פון א צווייטן; פארוואס זאלט איר זיך אזוי שטארק אליינס פייניגן? פארוואס וויינען?! עס איז א סכנה ווען מען וויינט אומזיסט, עס קען קומען נאכדעם זאכן אויף וואס מען קען טאקע וויינען.


איך זאג אייך דעם אמת, ווען איך זע א מענטש וויינען - הויב איך אן מיט צו וויינען, דאס איז מיין נאטור, אבער ווען איר זענט געווען ביי מיר און געוויינט אז אייער חבר'טע גייט האבן א גוט לעבן און איר זענט איר מקנא - האב איך זיך ממש איינגעהאלטן פון לאכן, ווי נאריש מען קען זיין; צו וויינען ווען א צווייטער גייט האבן א גוט לעבן.


איך האב פארשטאנען וואס מוהרא"ש זאגט, אויף די ווערטער פון די הייליגע חכמים (בבא מציעא נט.): "שערי דמעות לא ננעלו", די טויערן פון טרערן זענען קיינמאל נישט פארמאכט; נו, אויב אזוי, פארוואס דארף זיין טויערן מיט טירן? נאר ווען נארישע מענטשן וויינען - דעמאלט פארמאכט מען עס.


טוט תשובה, הויבט אן זיין פרייליך, הויבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אז איר זענט געזונט, אייער מאן איז געזונט. בעטס פאר געזונטע קינדער און מאכט אייך נישט נאריש.


 


 

#7 - ווערט נישט צעבראכן פון מענטשן וואס רעדן פון קנאה
חברים, קנאה, רעדן, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב געשריבן פאר די פרוי מרת ... אז זי זאל נישט רעדן צו אייך פון די הויז וכו'.


איך בעט אייך, ווערט נישט צעבראכן וואס מען רעדט אויף אייער מאן. שטארקט זיך און שטארקט אים; וואס קען מען טון, עס פלאקערט קנאה, מענטשן זענען מקנא, מענטשן זענען נישט צופרידן מיט זיך, מען קוקט אויף אנדערע; קוקט נישט וואס מענטשן זאגן אייך.


מיט מיין ווייב טוט מען דאס אויך. יעדעס מאל זי דערציילט מיר אז איינער האט איר וויי געטון, זאג איך איר: "דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט די שכל ווי אזוי צו רעדן צו אנדערע, וואס יא צו זאגן און וואס נישט צו זאגן".


קוקט אויף למעשה, אייער מאן האט מיר געבויט די ישיבה בנין, אלע קעמפס האט ער געראטעוועט די מצב, מען האט אלע יארן געשפיגן אויף אים; וואס בלייבט איבער? אלע גוטס וואס קומט ארויס פון די פלאץ וועט איר האבן גוטס אין אייער אקאונט.


 

#6 - רבונו של עולם, געב מיר קינדער צדיקים
קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, סגולות, שבת קודש, קנאה, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער; פארלירט זיך נישט, זייט נישט מקנא קיינעם; איר וועט האבן א שיינע משפחה מיט קינדער.


איך בין יעצט אינמיטן א נסיעה אין אייראפע, מיר זענען יעצט ביים גרעניץ צווישן אונגארן און רומעניא, מען ווארט דא מען זאל אונז דורכלאזן, קען איך שרייבן אביסל בריוו.


איך בעט פאר ענק ביי אלע צדיקים; איך האב מזכיר געווען אייער נאמען אין אוהעל און אין קערעסטיר, איר וועט בקרוב זען א ישועה.


זאגט יעדן טאג אביסל תהלים און בעטס דעם אייבערשטן אויף אידיש פאר אייך, פאר אייער מאן און פאר אייערע קומענדיגע דורות.


נעמט זיך פאר צו צינדן שבת ליכט אפאר מינוט פריער; צום ביישפיל, אז דער זמן הדלקה איז 4:20 זאלט איר צינדן 4:10 אדער 4:15, און בעטס ביי די ליכט: "רבונו של עולם, געב מיר קינדער צדיקים, קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה און דיך דינען, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט. רבונו של עולם, מאך מיך פרייליך, העלף מיר איך זאל ליב האבן מיין מאן, מיר זאלן לעבן מיט אמת'ע ליבשאפט", אמן.

#5 - עס איז נישטא קיין מסורה אז מען טאר נישט ווערן בעסער
צניעות, סגולות, מחלוקת, קנאה, משפחה, מסורה, לבוש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די אלע וואס שפעטן און זוכן אייך אראפצורייסן אז איר האט זיך אנגעטון א טיכל - די אלע זענען אייך מקנא; טיף אין הארץ ווילן זיי אויך זיין גוט, אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי נישט די שטארקייט דאס צו טון, דאס מאכט זיי זאלן חוזק מאכן און זוכן ווי זיי קענען אונטעררייסן.


איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט אז איר זענט געווארן צעמישט אז איר זענט אוועק פון די מסורה; ווען א מענטש וויל צולייגן א גוטע זאך, ער וויל זיך אנטון בעסער ווי די עלטערן - איז נישט שייך צו זאגן מען גייט אוועק פון די מסורה, עס איז נישטא קיין מסורה אז מען טאר נישט ווערן בעסער, ווען מען וויל זיך אנטון מער פראסט - דעמאלט איז שייך צו זאגן אז מען גייט אוועק פון די מסורה, אז איר האט זיך אנגעטון א טיכל זענט איר נישט אוועק פון די מסורה.


ווען אייער שוועסטער הייבט אן רעדן אירע תורות פון מסורה זאלט איר זיך נישט נעמען צום הארצן, דאס איז קנאה; זי וויל אויך, און זי וועט נאך איין טאג דאס אויך טון.


בזכות אייער צניעות וועט איר האבן ליכטיגע קינדער, קינדער צדיקים.

#4 - די בזיונות נעמען אוועק אלע דינים
סיום, קנאה, בזיונות, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל ארויסקומען ערליכע אידישע דורות.


מזל טוב פאר די סיום מסכת תענית מאה פעמים ואחד! דאס איז א מורא'דיגע שמחה, צו זען ווי פלייסיג דו לערנסט, ווי דו האסט אויסגענוצט דיינע טעג אין ישיבה; יעצט זאלסטו נעמען נאך א מסכתא, דאס לערנען און חזר'ן מאה פעמים ואחד.


ווער נישט איבערגענומען פון די בזיונות וכו', מאך זיך נישט צו טון פון די אלע וואס מאכן ווערטלעך אויף דיין חשבון; דאס איז דיר א שטארקע טובה, עס נעמט אוועק אלע דינים, אלע שלעכטע אויגן. ווי נישט ווי ביסטו יונג און עס זענען דא עלטערע פון דיר וואס האבן קנאה, דאס וואלט געקענט שאטן השם ישמרינו, אבער אז עס איז דא די בזיונות ווערן אלע דינים בטל.


לערן די מעשה ווי אזוי דער רבי האט געקענט פארן קיין ארץ ישראל, נאר דורך בזיונות, והבן.

#3 - די אלע וואס לעבן פאר אנדערע, עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט
אמונה, שלום בית, קנאה, סבלנות, יענער, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו פון ..., ה' עליהם יחיו


מען דארף האבן זייער אסאך סבלנות אויף דער וועלט; עס גייט אריבער אויף יעדן איינציגסטן מענטש שווערע ביטערע נסיונות.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', "כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם, כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", ווייל דא איז נישטא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליינס, יעדער האט זיינע יסורים. נאך זאגט דער רבי (שם) יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא קיין איין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו', אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, א מענטש לעבט ווייניג און דאס גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג; און שלמה המלך זאגט (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


דערפאר איז א שאד מקנא צו זיין א צווייטן; יעדער איינער האט זיינע שוועריקייטן. מען דארף קוקן אויף זיך, מען דארף זיך פרייען מיט די אייגענע לעבן.


די אלע וואס לעבן פאר אנדערע, זיי זענען מקנא אנדערע - די עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף ווען מען שטארבט, א מענטש וואס האט קיינעם נישט מקנא געווען וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר, אבער מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז דאס מיינט מען לעבעדיגע מענטשן, דער וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו; במשך זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף, ער טראכט שטענדיג: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם? פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער? פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענער? א קאר ווי יענער?' באמת דארף אבער א מענטש וויסן 'אויב דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די סארט לעבן; די ווייב, די קינדער און די דירה וכו' וכו', איז דאס גוט פאר מיר; דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, בעסער קען נישט זיין'.


הלוואי זאלן מיר אנהייבן לעבן דער לעבן פונעם תם. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פון דער חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך; ער איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך, ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א האניג'דיג, וואס פאר א צוקער'דיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן? לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריינגעקומען ריווח און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אין די מעשה ליגט דער סוד ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים אויף דער וועלט; א מענטש האט נישט וואס צו קוקן אויף א צווייטן, אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן, איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט. מען דארף געדענקען די פאר ווערטער: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן?"


טייערע חברים, טייערע תלמידים; לאמיר געדענקען וואס דער רבי וויל פון אונז, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן. ביים רבי'ן איז געווען טהרת המחשבה דער עיקר, מען זאל האבן א ריינעם געדאנק, דערפאר האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פון שלום בית, מען זאל זיין בשלום מיט די ווייב; נאר אזוי קען מען האבן א ריינעם מח.


אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט די תלמידים און איינער פון די אנוועזנדע האט נישט געהאט קיין שלום בית, ער האט זיך געקריגט מיט זיין ווייב, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "וִוי וַואגְט זִיך צוּ קוּמֶען צוּ מַיין טִישׁ אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קַיין רֵיינֶע מַחְשָׁבוֹת?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן - אויף וועם דער רבי האט זיך באצויגן - האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן זייער צו וויינען, ער האט זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען מיט'ן זאגן תורה; זעט מען ווי שטארק דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן שלום בית.


איך שרייב דעם בריוו בכלליות פאר די גאנצע חבורה אבער די כוונה איז פאר יעדן איינעם בפרטיות. איך בעט יעדן פון אייך באזונדער, הער זיך אויף קריגן אין שטוב מיט דיין ווייב; פארוואס זאלסטו זיצן אין א גיהנום? טאג און נאכט איז מען פארנומען מיט טענות איינער אויפ'ן צווייטן, בעט איך דיר, גיי ארויס פון גיהנום, הער זיך אויף צו קריגן, לעש אויס די פייער, זוך נישט צו זיין גערעכט; מען ווערט נישט מער פרייליך און מער צופרידן ווען מען איז גערעכט, לאז איר זיין גערעכט, געב איר נאך, בעט איר איבער, בלייב מיט איר אין שטוב אנשטאט גיין מיט חברים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.