בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קוקט אויף די גוטע חלקים פון אייער מאן
שלאפן, שלום בית, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי',


אייער מאן האט מיר געשריבן אז איר האט גרויס צער פון אים, איר האט טענות אויף אים; בעיקר האט איר צוויי גרויסע פראבלעמען מיט אים, איינס אז ער שטייט אויף שפעט, און די צווייטע טענה אז ער האט שייכות מיט ברסלב. איר לויפט ארום פון איין עצה געבער צום צווייטן, איר זוכט ווער עס קען אייך העלפן; קיינער אין די וועלט קען אייך נישט העלפן, איר פייניגט זיך און איר עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט, אייער מאן בעט מיר אן עצה וואס ער קען טון אז דאס לעבן צווישן ענק זאל זיין זיס.


איך מיין אז איר ווייסט נישט וואס פאר א טייערער מאן איר האט, אסאך פרויען וואלטן זיך געוואונטשן אז דאס זאלן זיין זייערע פראבלעמען; אייער מאן איז א טייערער מענטש, א ווייכע הארץ, א נשמה, א מענטש אנגעפילט מיט געפילן, ערליך און פריינטליך; ער האט די איין פראבלעם אז ער שטייט אויף אביסל שפעט.


איך פרעג אייך, פארוואס פעלט אויס איר זאלט זיך אויפעסן צוליב דעם? איר דארפט פארשטיין אז ער טוט דאס נישט פאר שלעכטיקייט, נאר דאס איז זיין נאטור, ער איז אזוי אויפגעוואקסן. ביי זיין טאטע שליט"א לייגט מען נישט אזא שטארקע דגוש אויף אויפשטיין פארטאגס, די גאנצע משפחה שלאפט אריין ביז אין טאג, איז וואס זאלט איר זיך עסן און עסן אויף דעם? דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז דאס איז אייער גאנצע דאגה, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן וואס איז ערליך, ער העלפט אייך און ער איז געטריי צו די קינדער, וואס פעלט אייך? פארוואס זאלט איר זיך עסן די גאנצע לעבן?


בנוגע די צווייטע טענה וואס איר האט, איר ווילט נישט ער זאל האבן שייכות מיט ברסלב; וואס זאל אייך אנגיין אז אייער מאן האט חיות פון די ברסלב'ע ספרים? וואס נעמט דאס אוועק פון אייער לעבן? אז אייער מאן שפירט אז די ספרים און דרשות העלפן אים און עס געבט אים עצות אין זיין לעבן - פארוואס דארפט איר זיך אויפעסן און זוכן פון אונטער דער ערד אויף וואס צו מאכן א ראבעריי?


מיר שטייען יעצט אין חודש אלול, מיר זוכן אלע זכותים פאר'ן יום הדין; דארפט איר זיך בארעכענען און תשובה טון פאר'ן סעקירן אייער מאן טאג טעגליך. איר טארט נישט ערווארטן פון אים ער זאל זיין ווי אייער טאטע שליט"א; אז אייער טאטע שליט"א שטייט אויף פארטאגס, אינמיטן די נאכט - איז דאס זייער חשוב פאר אים אליינס, דאס מיינט אבער נישט אז אייער מאן דארף אויפשטיין פונקט אין די צייט. אייער טאטע האט אויך נישט די מעלות פון אייער מאן שליט"א; ער קען נישט זיין ווי אייער מאן, ווייל יעדער מענטש איז באשאנקען מיט זיינע מעלות, דער אייבערשטער פארלאנגט נישט מען זאל נאכמאכן איינער דעם צווייטן, דער אייבערשטער וויל יעדער איינער זאל אים דינען מיט זיינע נאטורן און מיט זיין וועג.


איר ווייסט אודאי וואס מען לערנט מיט אלע קינדער אין חדר און אין סקול, דאס וואס דער הייליגער רבי זושא פון האניפאלי זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "ווען איך וועל ארויף קומען אויבן אין הימל וועט מען מיר נישט פרעגן 'פארוואס ביסטו נישט געווען ווי דיין ברידער אלימלך?' מען וועט מיר פרעגן 'פארוואס ביסטו נישט געווען ווי זושא דארף זיין?' איך וועל דארפן אפגעבן דין וחשבון פארוואס איך בין נישט געווען אזוי ווי איך דארף זיין"; ווייל דער אייבערשטער וויל נישט מען זאל נאכמאכן אנדערע, נאכמאכן א צווייטן האט נישט קיין טעם.


איך שרייב אייך ווייל עס טוט מיר וויי צו זען ווי אייער מאן ליידט; איך ווייס נישט צו איר וועט אפילו וועלן ליינען מיינע ווערטער, איר זענט דאך ברוגז אז אייער מאן רעדט צו מיר וכו', דאך שרייב איך אייך די ווערטער ווייל עס רייסט מיר מיין הארץ פארוואס איר לעבט נישט אינאיינעם. איך וויל כאטשיג אז אייער מאן זאל האבן אביסל חיזוק, ער זאל שפירן ווי איינער פארשטייט אים, און אפשר וועלן נאך אנדערע ווייבלעך אויפהערן סעקירן די מענער ווען זיי זענען נישט "פונקט" ווי זייער פאטער.


איך האף אז איר וועט אננעמען די ווערטער; איר וועט פון היינט אן קוקן גוט אויף אייער מאן און איר וועט אים נאר אויפהייבן, איר וועט זיך פרייען ווען ער שלאפט, איר וועט אכטונג געבן מען זאל אים נישט אויפוועקן כדי ער זאל זיך קענען גוט אויסרוען און ווען ער שטייט אויף - נישט קיין חילוק ווען - וועט איר אים ווייטער ליב האבן און איר וועט שמייכלען צו אים. ער וועט אנהייבן שפירן 'מיין ווייב האט מיר ליב, מיין ווייב פארשטייט מיר, מיין ווייב קוקט אויף מיר גוט', וועט איר אנהייבן שפירן די זיסע לעבן וואס מען איז זוכה צו שפירן אין ברסלב, איר וועט אנהייבן שפירן א ליבשאפט, די שכינה וועט רוען ביי אייך אין שטוב.