בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אביסל שכל ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן
שלום בית, שכל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב סטראשעט דיר, זי גייט נישט וכו' - זאלסטו איר איבערבעטן און איר געבן גערעכט, אזוי וועט זי גיין וכו'; טו אלעס אין די וועלט אז דיין ווייב זאל זיין מיט דיר וכו'.


מען דארף בעטן דעם אייבערשטן ביי די ברכה פון אתה חונן לאדם דעת אז מען זאל באקומען אביסל שכל און וויסן ווי אזוי צו קענען גיין צווישן די טראפן; נישט אלעס וואס די ווייב זאגט דארף מען טון, אבער מיט שכל דארף מען פארשטיין אז מען דארף זיך מיט איר נישט טענה'ען; מען געבט איר גערעכט און מען טוט וואס מען האט צו טון.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי צו קענען אריבערגיין די וועלט אן זיך קריגן און אן ווערן גענארט פון די וועלט. דער רבי האט אונז געלערנט א וויכטיגע זאך; נישט געווען א שיעור וואס מוהרא"ש זאל דאס נישט איבער'חזר'ן פאר אונז, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; עס קומט די מינוט וואס מען רופט צוריק דעם מענטש, מען נעמט דעם מענטש מען לייגט אים אריין אין א גריבל און מען באדעקט אים מיט ערד, די משפחה גייט אהיים און מען בארואיגט זיך, די ווייב האט חתונה מיט א צווייטן, די קינדער הויבן אן לעבן ווייטער זייער לעבן און קיינעם אין די וועלט פאלט נישט ביי וואס די נשמה הויבט יעצט אן אריבערצוגיין, וואס פאר א שרעקליכע פיין און ליידן זי גייט אריבער; מען נעמט אפיר דעם מענטש, דארט איז נישט אינטערעסאנט ווער איז דער ממלא מקום וכו', דארט איז נישט אינטערעסאנט ווער האט מער מענטשן, ווער איז דער חד בדרא, דארט איז אינטערעסאנט נאר די פרקים משניות און דפים גמרא, דארט איז חשוב יעדע ווארט וואס מען האט גערעדט צום אייבערשטן, דארט איז חשוב דער וואס האט ליב געהאט א צווייטן איד, גערעדט שיין צו א צווייטן, ווער עס האט מחנך געווען זיין שטוב מיט שלום, מיט תורה און מיט קדושה.


איך וועל דיר נישט ענטפערן אויף דיינע אנדערע פראגעס, ווייל וואס האט דאס מיט דיר און וואס האט דאס מיט מיר? עס איז מיר נישט אינטערעסאנט צו רעדן פון דעם און פון יענעם; איך בין זייער פארנומען, איך האב קוים צייט צו ליינען בריוו, ווער רעדט נאך פון ענטפערן; איך האב דיר נאר געענטפערט ווייל ביי מוהרא"ש איז געווען דער ענין פון שלום בית פאר אלעס, און אז דו שרייבסט מיר דיין ווייב וויל נישט גיין וכו', זי וויל נישט האבן מיט דיר וכו', זי סטראשעט דיר וכו' - זאלסטו חס ושלום נישט מאכן קיין עסק אין שטוב פון די זאך.


געדענק: "מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט!" די ווערטער קלינגען מיר אין די אויערן, די ווערטער האב איך געהערט ביי מוהרא"ש הונדערטער מאל: "מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט", "מיט א ווייב טענה'עט מען נישט", "מיט א ווייב גייט מען נישט אין ויכוחים".


איך האף דו וועסט ארויסנעמען פונעם בריוו רמזים ווי אזוי צו קענען גיין צווישן די טראפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.