בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#27 - זיך נישט אנלייגן אויף יענעם
דרך ארץ, שכל, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


...


מען טאר נישט אריינגיין אין יענעמ'ס שטוב אן קלאפן אין טיר, און אז מען קומט קלאפן און יענער עפנט - מיינט נאכנישט אז מען קען אריינשפאצירן, אפשר איז יענעם יעצט נישט איינגענעם וכו'; אפילו א שוועסטער.


לייגט זיך נישט אן אויף אייער שוועסטער. אפילו עלטערן דארפן פארשטיין ווען און וויפיל צו גיין צו די קינדער, שלמה המלך זאגט (משלי כה, יז): "הֹקַר רַגְלְךָ מִבֵּית רֵעֶךָ" האלט צוריק דיינע פיס פון גיין צו דיין פריינד'ס שטוב, "פֶּן יִשְׂבָּעֲךָ" טאמער וועסטו גיין צופיל וועט ער זאט ווערן פון דיר, "וּשְׂנֵאֶךָ" און ער וועט דיך פיינט האבן.


מען קען גיין צו א שוועסטער אין שטוב, מען דארף אבער וויסן ווען און וויפיל.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין – וועט איר באקומען א שטארקע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - עס וועט אריבערגיין די טונקעלע טעג
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, שכל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס וועט אריבערגיין די טונקעלע טעג, עס וועט באלד אויפשיינען די זון; אזוי גייט די וועלט, (בראשית א, ה): "וַיְהִי עֶרֶב וַיְהִי בֹקֶר", קודם איז טונקל, נאכדעם ווערט ליכטיג.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן: "ברישא חשוכא", ערשט איז פינסטער, ערשט איז שווארץ, מען ליידט, מען מוטשעט זיך – "והדר נהורא" (שבת עז.), נאכדעם ווערט ליכטיג, נאכדעם ווערט זיס און געשמאק.


איר האט א טייערער מאן, און אז ער ווערט דערשראקן ווען איר רעדט מיט אייער מאמע וכו' - זאלט איר זיין גענוג קלוג צו רעדן צו אייער מאמע ווען ער איז אין שול אדער ביי די ארבעט.


זייט פרייליך, וועט איר זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - נסיעה קיין ארץ ישראל ל"ג בעומר תשפ"ד
אמונה, הפצה, מוסדות, נסיעה, שכל, ארץ ישראל, ל"ג בעומר, טהרת הקודש, מירון

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער זון, הבחור יניק וחכים ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך בין אויפן וועג צוריק פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל ל"ג בעומר תשפ"ד. עס איז געווען א הערליכע נסיעה, פון מיינע שענסטע נסיעות קיין ארץ ישראל. איך וועל דיר אראפשרייבן אביסל וויפיל איך געדענק פון די שיינע נסיעה, איך האף דו וועסט קענען ארויסנעמען שיינע חיזוק פאר עבודת השם, זאלסט זיך קענען שטארקן מיט לערנען און דאווענען, און מיט די חיזוק פון וואס מיר האבן זוכה געווען צו רעדן אין ארץ ישראל מיט אנשי שלומינו.


ערשטנס וויל איך דיר זאגן איך בין אזוי איבערגענומען פון הערן די גוטע בשורה אז דו האסט נאכאמאל אנגעהויבן לערנען ש"ס כסדרן, דו ווילסט נאכאמאל ענדיגן ש"ס; וואס נאך דארף איך? וואס נאך וויל איך? א טאטע מאמע'ס גרעסטע הנאה איז צו זען ווי די קינדער לערנען און פירן זיך מיט יראת שמים; זאלסטו וויסן אז דו מאכסט מיר אסאך נחת און אויך פאר מאמי, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט דיין גאנץ לעבן נאר לערנען, דאווענען און דינען דעם אייבערשטן.


*סדר הנסיעה*


זונטאג פרשת בהר האלב זעקס נאכמיטאג זענען מיר ארויסגעפארן פון וויליאמסבורג, איך, מאמי מיט מלכה'לע. אלי' קנאל האט מיך גענומען צום עירפארט, מיר זענען אנגעקומען אין נוארק עירפארט, דארט האט אונז שוין אפגעווארט שלמה, ער איז אויך מיט געקומען קיין ארץ ישראל צו זיין ל"ג בעומר ביי רבי שמעון בר יוחאי.


אין עירפארט איז צוגעקומען א פאליציאנט, ער זאגט מיר אין ענגליש אז ער האט גרויס חיזוק פון די שיעורים, איך פרעג אים אין ענגליש: "דו קענסט אידיש?" ענטפערט ער מיר: "יא"; ער דערציילט מיר אז ער איז פון א היימישע חסידות, נעבעך אוועק געפאלן, און ער איז זיך אזוי מחי' מיט די חיזוק פון רבי'ן, ער האט געבעטן אויב ער קען כאפן א בילד מיט מיר. איך האב זיך דערמאנט, מיט יארן צוריק, ווען איך בין געווען א יונג בחור, איך האב זוכה געווען צו משמש זיין זיידי, קארלסבורגער רב זכותו יגן עלינו, בין איך געווען אין די מערה ביי רבי שמעון, איז צוגעקומען א מאדערנער איד און געזאגט אז זיין זון ווערט בר מצוה, ער וויל א ברכה, זיידי האט אים שיין אנגעוואונטשן. נאכדעם פרעגט ער אויב ער קען כאפן א בילד פון זיין זון אינאיינעם מיטן רב, עס וועט זיין גרויס חיזוק פאר אים. איך בין געווען זיכער אז זיידי וועט נישט מסכים זיין, זיידי איז געווען זייער קעגן בילדער, אזוי ווי זיין רבי דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו, וואס האט נישט געלאזט מאכן קיין בילדער, און מיט גרויס וואונדער שטעלט זיך זיידי אויף פון זיין מקום קבוע אין די מערה, ער איז געזעצן אויף די קליינע באנק ממש נעבן די שטיין וואו מען איז מתפלל, און ער זאגט: "נעם א בילד", דער איד האט אוועקגעשטעלט זיין בחור נעבן זיידי און גענומען א בילד. שפעטער זאגט מיר זיידי: "איך האב אים געזאגט ער זאל נעמען א בילד, ווייל אזא מאדערנער איד קען דאס העלפן אים ברענגען נענטער און נענטער צו אידישקייט"; איך האב אויך געזאגט דעם פאליציאנט אז ער קען נעמען א בילד. ער האט זיך געשטעלט נעבן מיר און ער האט געבעטן א צווייטן פאליציאנט זאל כאפן די בילד, און דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער בילד זאל אים העלפן קומען נענטער און נענטער צו תשובה.


עס איז געווען אין עירפארט לאנגע שורות ביים זיך דורכקוקן איידער מען גייט ארויף אויפן פליגער, אלי' האט מיך דורך גענומען אלע ווארטעס, אן דארפן שטיין אין די רייע, אבער זיי האבן מיך אויפגעהאלטן נאכן דורכגיין די מאשין. דער מאשין האט געוויזן אז מען דארף בודק זיין מיין רענצל פון מיין טלית ותפילין, עס האט געוויזן אויף די זילבערנע עטרה אז מען דארף דאס דורכקוקן, מיר האבן זיך מחזק געווען אז אויב עס איז באשערט צו ווארטן, העלפט נישט די אלע דריידלעך וואס מען מאכט, און אז מען פרובירט איינשפּאָרן, מען גייט א 'דרך קצרה' - איז נאכדעם דא די 'דרך ארוכה', מען קען גיין נאר ווען דער אייבערשטער הייסט.


איך האב געדאווענט מעריב אויפן פליגער און געציילט ספירה כ"ז לעומר, יסוד שבנצח. איך האב געהאט גרויס התעוררות, און געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר זענען ביים רבי'ן וואס האט געזאגט אז זיין זאך איז די מידה פון נצח, 'נצחתי ואנצח'; אזוי וועלן מיר קענען האבן די מידה פון יסוד, זיין הייליג און ריין; דאס איז פשט פון 'יסוד שבנצח'.


נאך אפאר שעה האבן מיר שוין געדאווענט שחרית און נאכאמאל זיך געלייגט שלאפן און זיך אויך מתבודד געווען, מלכה תחי' איז רוב וועג געווען רואיג אין שטיל, און מאמי האט אויך געקענט שלאפן.


*מאנטאג פרשת בהר, כ"ז לעומר*


מאנטאג בערך דריי אזייגער האבן מיר זוכה געווען אנצוקומען קיין ארץ ישראל. עס האבן מיך אפגעווארט די גבאים פון ירושלים שול, זיי האבן מיר געברענגט א קאווע און מיר האבן זיך אביסל מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מיר האבן.


אויך זענען געקומען פון בני ברק אפאר אינגעלייט מיט בחורים, איך האב נישט הנאה געהאט אז זיי זענען געקומען; יעדע זאך האט זיין פלאץ און מען דארף האבן שכל וואו צו קומען און וואו נישט צו קומען. איך האב זיי גארנישט געזאגט, אבער דיר זאג איך אז נישט איבעראל דארף מען זיך אריינשטופן, מען דארף וויסן וואו צו קומען.


פון דארט בין איך געפארן קיין בני ברק צו אונזער חדר, איך האב גערעדט צו די קינדער, זיי מחזק געווען, אויך מחזק געווען די מלמדים. מיר האבן גאר טייערע מלמדים, אבא חייא רייזמאן מיט ישראל סופר זענען זייער איבערגעגעבענע מלמדים. איך האב גערעדט צו די קינדער פון דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן און פון זיך נישט קריגן, און גערעדט צו די מלמדים פון דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד און לערנען מיט סבלנות.


פון חדר בין איך געגאנגען צום שול, מיר האבן געדאווענט מנחה און געשמועסט מיט אנשי שלומינו. מען האט געפרעגט שאלות און פון דעם איז געווארן א שיינער שמועס, מען האט געשמועסט פון הייליגן רבינ'ס וועג, נישט צו מאכן קיין תענתים, נישט מאכן קיין סיגופים, נאר עוסק זיין אין רעדן פשוט'ע ווערטער צום אייבערשטן, שמועסן מיטן אייבערשטן, אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטע פריינד, און אז דער רבי האט נישט געהאלטן פון די אנדערע וועג וכו', נאר פון עוסק זיין אין תפילה והתבודדות בתמימות ופשיטות.


נאכן שמועסן מיט אנשי שלומינו בין איך אריבער צום שטוב פונעם גבאי יואל לעווי, דער בעל מחבר פון די קונטרסים 'אשית עצות בנפשי', ער שרייבט אראפ וועכנטליך די ליל שישי שיעורים מיט די שמועסן און מאכט פון דעם ספרים, און מענטשן זענען זיך מחי' און מחזק. וואו איך בין נאר געגאנגען אין ארץ ישראל זענען געקומען מענטשן זיך זייער באדאנקען אויף די ספרים און קונטרסים.


מיר האבן דארט געלייגט קערנדלעך פאר א בית פיגא שולע, מיר האפן צום אייבערשטן צו עפענען די קומענדיגע זמן נאך א בית פיגא שולע, די דריטע בית פיגא שולע אין ארץ הקודש.


דאס איז ניסי ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט, אז מיט קוים דריי יאר צוריק האט זיך געעפנט די חדר אין ירושלים מיט צוויי קינדער, און היינט איז דא אין ארץ ישראל איבער זיבעציג תלמידים ותלמידות וואס לערנען אין אונזערע מוסדות היכל הקודש דחסידי ברסלב על טהרת הקודש, אן נעמען קיין איין שקל פון די מדינה של גיהנום, און אן קיין עשירים, נאר אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "איך האב געבויט די קלויז אין אומאן נישט מיט געלט פון עשירים - נאר מיט די רצונות און בענקעניש פון די ארעמעלייט.


מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין מירון, דער מנהל המוסדות פון ארץ ישראל, יצחק, ער האט מיר גענומען קיין מירון, אלעס איז אריבער בשלום.


מיר האבן געדאווענט מעריב מיט די בחורים, די בחורים פון אונזער ישיבה פון ירושלים זענען געקומען פאר צוויי טעג זיין מיט מיר, איך האב זייער געבענקט צו זיין מיט זיי, זיך אפגעבן פריוואט מיט זיי, איך האב זיי אלעמען שיין באגריסט.


נאך מעריב האב איך געלערנט מיט זיי א בלאט גמרא, איך האב הנאה געהאט צו זיין מיט זיי יעדע רגע, יעדע מינוט.


*דינסטאג פרשת בהר, כ"ח לעומר*


ביינאכט איינס אזייגער בין איך זיך געגאנגען לייגן שלאפן, אבער איך האב נישט געקענט שלאפן מער ווי דריי שעה, מלכה'לע האט געוויינט רוב נאכט; א האלבע נאכט האט מאמי איר פרובירט איינצושלעפן, און פיר אזייגער האב איך איבערגענומען, ביז איך האב איר געקענט איינשלעפן. בין איך געגאנגען אין מקוה, זיך מתבודד געווען, אביסל שפאצירט אויף די געסלעך אין מירון, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן פאר די חסד חינם וואס ער האט מיט מיר געטון, אז איך ווייס פון א רבי וואס איז א רבי אויף אלע רבי'ס, א רבי וואס ברענגט מיך נאנט צום אייבערשטן, א רבי וואס מאכט מיך טראכטן פון עלמא דאתי, א רבי וואס ווייזט מיר ווי צו לעבן דא בזה העולם מיט א ווייב און קינדער, זיין פארנומען, זיין גוט אויסגעמוטשעט - און אויך מיטן אייבערשטן.


איך בין געגאנגען ביי די דירה פון די בחורים און געלערנט מיט די בחורים. איך האב מסיים געווען ליקוטי מוהר"ן, געזאגט ח"י פרקים משניות, געלערנט תיקונים און נאכדעם געדאווענט שחרית מיט די בחורים. נאכן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור, דעם בלאט גמרא. נאכן לערנען בין איך אריבער צו זיידי אין חצר מיט די בחורים העלפן אנגרייטן דאס עסן פאר די געסט וואס קומען ל"ג בעומר, מיר האבן אנגעגרייט קוגל, פיש און נאך אסאך גוטע עסן פאר ל"ג בעומר.


איך האב געזאגט פאר די בחורים, ווען מען זעט א שיינע פאלאץ, מען וויל אריינגיין צום קעניג, נישט יעדער קען אריינגיין; נאר די גרויסע שרים, די שושקעס, נאר זיי קענען אנקומען צו אלע היכלות, אבער אין קאך - שיילן ירקות און רייניגן - דארט קענען יא קומען פשוט'ע לייט; מיר האבן זיך זייער מחזק געווען, אז עס קומט א גרויסער טאג 'ל"ג בעומר', אלע ווילן זיך אריינשטופן אין היכל פון רבי שמעון בר יוחאי, אבער אין קאך, אנגרייטן די עסן פאר די אלע געסט - דארט קענען אויך מיר פשוט'ע מענטשן קומען און האבן א חלק אין די הילולא.


שפעטער האבן מיר געדאווענט מנחה און געגעבן א שיעור התחזקות און געדאווענט מעריב.


*מיטוואך פרשת בהר, פסח שני, חסד שבהוד*


דינסטאג בין איך געווען אין מירון, געדאווענט מיט די ישיבה - די בחורים פון ירושלים. נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט אינאיינעם, אויך האבן מיר געלערנט ספר תיקונים. ווען דער רבי איז געווען אין מירון האט ער בעיקר עוסק געווען אין זאגן זוהר; הלואי זאלסטו זיך אויך מאכן א שיעור אין ספר תיקוני זוהר, עס רייניגט די נשמה, עס ברענגט נאנט צום אייבערשטן.


נאך שחרית איז געקומען א חתן פון צפת, ער זאגט מיר אז ער האט גרויס הכרת הטוב פאר אלעס וואס די שיעורים און חיזוק פון רבי'ן האט געטון מיט אים, ער האט געטראכט וואס פאר א מתנה ער קען מיר געבן, ער האט מחליט געווען אז ער ווארפט אוועק זיין סמארטפאון, דאס איז א מתנה פארן ראש ישיבה פארן אים אזוי אויפהייבן צום אייבערשטן. עס אז מיר געקומען טרערן פון פרייד, איך האב דאס דערציילט פאר מאמי. עס איז נישט צו באגרייפן וואס דער הייליגער רבי מאכט מיט אונז, ער שלעפט אונז ארויס פון שאול תחתית ומתחתיו - צו די שענסטע מדריגות.


פלוצלונג זאגט מען מיר אז די פאליציי זענען אינדרויסן, מען פארטרייבט אלעמען, מען פארשיקט יעדן איינעם, מיר האבן פארשלאסן די טיר און ווייטער געלערנט אין די דירה. די יאר האבן אלע געדארפט אליין שפירן א ברעקל פון וואס מען זינגט ביי ואמרת כה לחי: "הֻחְבָּא בְּתוֹךְ מְעָרָה", רבי שמעון איז געווען באהאלטן אין הייל - "מִפְּנֵי הַגְּזֵרָה" צוליב די רוימער.


ביי מנחה איז אנגעקומען אפאר חברים פון ירושלים, אויך שמעון עוזר דער מדפיס פון ירושלים איז אנגעקומען. ער האט מיר געפרעגט אויב איך וויל גיין קיין טברי' געבן א שיעור, איך זאג אים: "וואס איז מיט דיר? מען קען נישט גיין, מען קען נישט קומען", זאגט ער מיר אז ער נעמט אחריות מיך צוריק צו ברענגען קיין מירון. איך האב זיך זייער געפרייט, ווייל איך האב אזוי שטארק געוואלט גיין קיין יבנאל צו מוהרא"ש'ס ציון, זיך אביסל מתבודד זיין דארט, און בעטן פאר מיר, פאר דיר, פאר די גאנצע משפחה און פאר אנשי שלומינו.


מאמי איז אויך מיט געקומען, אויך שלמה אויך מלכה'לע. צום ערשט זענען מיר געפארן צו די בית פיגא סקול, עס געפינט זיך אין א דירה, קליין און שיין. עס האט מיר דערמאנט ווי מיר האבן אנגעהויבן אונזער בית פיגא אין אמעריקע, אין א קליינע חתן כלה דירה אין א שלאף צימער, און היינט איז עס אזוי צואוואקסן.


פון דארט זענען מיר געפארן צו די חדר, די חדר געפינט זיך אין אונזער שול אין טבריה, אויך א דירה, קליין און שיין. דארט איז דא צוויי טייערע מלמדים יוסל סאקס, מיט דוד אנשין. איך האב גערעדט מיט די קינדער און מיט די מלמדים, עס שפירט זיך א געשמאקע לופט, די קינדער האבן ליב חדר, זיי האבן ליב דעם מלמד, מען לערנט מיט סבלנות, מיט געפיל.


איך בין זייער איבערגענומען פון אונזער חדר און אונזער בית פיגא אין טבריה, די קינדער וואקסן אויף מיט אמונה, די מלמדים און די לערערינס זענען אזוי הארציג צו די קינדער, מען לייגט אריין אין די קינדער די הייליגע אמונה, די הייליגע תורה - מיט אזויפיל הארץ, מיט אזויפיל סבלנות, אשרינו שזכינו אז עס בויען זיך תלמוד תורה'ס מיט בית פיגא שולעס צוביסליך אין אלע שטעט אין ארץ ישראל, מען בויעט אויף א פרישע דור געטרייע ערליכע אידן אויף א געזונטע אופן, מען צעדרייט נישט דאס נפש זייערע, מען לערנט מיט ליבשאפט, מיט געפיל, מיט סבלנות.


פון דארט בין איך געפארן קיין יבנאל ביי מוהרא"ש, איך האב דארט געבעטן פאר דיר. עס איז אזא הייליגע פלאץ, מען קען פועל'ן ישועות ביי מוהרא"ש, עס איז א פלאץ צו פועל'ן ישועות. מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאוּ אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


ווען מיר זענען אנגעקומען קיין יבנאל זעט שלמה אז ער האט נישט זיין הוט, ער האט זיך דערמאנט אז בשעת ער האט געהאלפן מאמי אריינלייגן די קערידזש אין קאר האט ער אראפגעלייגט זיין הוט אויפן דאך פון קאר און ער האט פארגעסן אריינצולייגן זיין הוט אין קאר. מיר האבן גלייך געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל קענען טרעפן זיין הוט, און ביז אפאר מינוט קומט אן א קאר צום ציון מיט די הוט, זיי האבן עס געטראפן און געזען זיין נאמען, און געברענגט.


איך האב זייער שטארק געוואלט גיין צו רבי יצחק שליט"א נעמען שלום, למעשה האב איך געהערט אין יבנאל אז ער פירט זיך אלע יארן צו זיין פסח שני אין ירושלים, (אויך זיידי פון קארלסבורג זכותו יגן עלינו פלעגט אלע יארן זיין פסח שני אין ירושלים, ער פלעגט גיין צו קבר שמעון הצדיק און זיך וואשן צו א סעודה). ממילא איז נישט געווען שייך, איך האב געטראפן דארט אפאר פון זיינע אייניקלעך, איך האב זיך זייער געפרייט צו זיי.


יבנאל האט צוריק באקומען איר שיינקייט, ווי דו ווייסט איז עס געווען נאכגעלאזט זייט די פטירה פון מוהרא"ש, אסאך פרויען האבן געהאט נאכגעלאזט פון די צניעות, פון זיך שערן די האר, און נאך אסאך זאכן וואס האט געדארפט א תיקון, און הודו לה' כי טוב אז עס בויט זיך א נייע הערליכע דור, רבי יצחק בויט א הערליכע קהילה, די פרויען טוען זיך אן זייער איידל און פירן זיך אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט; דעם רבינ'ס טיש ווערט שענער און שענער, אלעס בזכות דעם הייליגן רבי'ן, אלעס בזכות די הייליגע תלמידים.


איך בין צוריק געפארן קיין טברי' צו אונזער שול, געגעבן א שמועס פאר אנשי שלומינו. מען האט גערעדט פון פסח שני; מען זעט יעדער איינער האט נאך די מעגליכקייט צו ווערן א צדיק, אפילו מען איז געווען אין די יוגנט בבחינת "אֲנַחְנוּ טְמֵאִים לְנֶפֶשׁ אָדָם" (במדבר ט, ז), מען האט נישט געהאט א ריינע יוגנט, מען האט נישט געהאט פסח ראשון, און אז מען בעט דעם אייבערשטן, מען בעט נאכאמאל און נאכאמאל אן אן אויפהער: "הייליגער באשעפער, 'למה נגרע', פארוואס בין איך אנדערש? פארוואס קען איך נישט זוכה זיין צו זיין הייליג? רבונו של עולם איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין דבוק צו דיר" - איז מען זוכה צו פסח שני.


מיר האבן זיך מחזק געווען צו אננעמען וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "לְעִנְיַן הִתְחַזְּקוּת לְבַל יִפֹּל הָאָדָם בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת רִבּוּי הַפְּגָמִים וְהַקִּלְקוּלִים שֶׁקִּלְקֵל עַל יְדֵי מַעֲשָׂיו", ווען מען טראכט 'וואס וועט זיין מיט מיר, איך האב דאך אזויפיל געזינדיגט, איך האב אזויפיל פוגם געווען, אזויפיל געטון נארישקייטן', "עָנָה וְאָמַר", האט דער רבי געזאגט: "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אז דו גלייבסט אין דעם אז דו האסט פוגם געווען און געטון נארישקייטן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", דארפסטו גלייבן אז דו קענסט אלעס פאררעכטן; מיר דארפן גלייבן אין דעם, און נאר אזוי וועלן מיר קענען פאררעכטן.


נאכן שיעור אין טבריה האב איך גערעדט מיט אנשי שלומינו, אויפגענומען קאפלס. פלוצלונג האט מען געהערט אן אויפרייס, אין אנהויב האבן מיר געמיינט אז דאס איז א באמבע פון די מלחמה, מיר האבן זיך זייער דערשראקן, אבער מיט די התחזקות פון רבי'ן זענען מיר אלע געבליבן רואיג און פרייליך, שפעטער האבן מיר געהערט אז עס איז נישט פון די מלחמה.


פון דארט בין איך געפארן צו קבר רבי מאיר בעל הנס, עס איז אנגענומען אז פסח שני איז די יארצייט פון דעם הייליגן תנא. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן מען זאל האבן אלעס גוטס.


פסח שני איז געווארן א יאר פון דיין בר מצוה, פאריאר האסטו זוכה געווען צו בר מצוה האבן אין מירון, אויך זיידי הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז געקומען צו פארן לכבוד דיין בר מצוה. אז דו ווילסט זיך עפעס גוטס פארנעמען לכבוד דיין געבורטס טאג זאלסטו זיך פארנעמען נישט צו רעדן מיט די הייליגע תפלין. היינט האט מיר געפרעגט א בחור פון די ירושלים ישיבה, א בני ברק'ער בחור, וואס ער קען זיך פארנעמען לכבוד זיין געבורטסטאג, האב איך אים אויך געזאגט דאס, ער זאל זיך פארנעמען נישט צו רעדן מיט די הייליגע תפלין. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט (רגעי מוהרא"ש, סעיף קטן י) אז פאר זיין בר מצוה האט אים זיין מאמע עליה השלום גענומען צום בעלזער רב נעמען א ברכה, זיין טאטע דער טאקייער רב איז שוין געפארן דעמאלט קיין אמעריקע, ער איז נישט געווען ביי די בר מצוה, נאר די מאמע איז געווען מיט מוהרא"ש. דער הייליגער בעלזער רב האט אים אנגעזאגט דריי זאכן: א - ער זאל נישט רעדן מיט די תפילין, ב - ער זאל זיך נישט ארום דרייען ביים דאווענען, ג – ער זאל זייער אכטונג געבן אויף א גוף נקי (ער האט אים געזאגט בזה הלשון: "ווען מען רייניגט זיך דארף מען נוצן אסאך פאפיר"; ער האט איבערגעזאגט אפאר מאל "אסאך פאפיר"), און ער האט אויסגעפירט: "אויב דו וועסט דאס מקיים זיין וועסטו אויסוואקסן א גדול בישראל"; זאלסטו זיך פארנעמען לכבוד דיין געבורטסטאג נישט צו רעדן מיט די תפילין, וועסטו זוכה זיין צו גרויסע קדושות.


ווען איך בין געווען אין טבריה האב איך געהערט אז די פאליציי זענען געקומען צו זיידי שליט"א און אים געבינדן די הענט אים צו לייגן אין תפיסה, פארן זיין אין מירון קעגן זייער ווילן. איך האב זיך דערשראקן, מיר האבן מתפלל געווען אז אלעס זאל זיין גוט, נאכדעם האבן מיר געהערט אז מען האט אים גארנישט שלעכט געטון, נאר נאכאמאל געווארענט אז די קאך, די חצר מיט די שול - מוזן זיין פארשפארט.


אויפן וועג צוריק האט מען שוין געזען אז די וועגן זענען פארשפארט, נישטא קיין וועג אנצוקומען צוריק קיין מירון. מיר האבן מתפלל געווען, און שמעון עוזר האט אונז גענומען אויף א וועג דורך די וואלד, איך האב זיך דערמאנט וואס דער רבי זאגט: "איך פיר ענק אויף א נייע וועג וואס פירט צוריק צום אלטן וועג"; מען איז געפארן שטילע וועגן, געדרייטע און זאמדיגע, ביז מירון אן זיך אפשטעלן.


די בחורים זענען אהיים, נישט מחמת פחד, נאר אזוי איז געווען אפגעשמועסט פון פאראויס, אז זיי קומען אויף צוויי טעג.


די קאר האט ער פארקירט אינדרויסן אויפן שאסיי און מיר זענען אריין צופיס. עס זענען געשטאנען די פאליציי און זיי האבן נישט אריינגעלאזט, מיר האבן נישט אויפגעהערט צו מאכן תפילות: "הייליגער באשעפער העלף מען זאל אונז צוריק אריינלאזן אין מירון", מאמי האט געבעטן אין ענגליש: "מיר ווילן קומען דאווענען דא", (ווען מען רעדט צו זיי אין ענגליש האבן זיי מער דרך ארץ), האבן זיי געזאגט: "ענק קענען אריינגיין".


*דאנערשטאג פרשת בהר, ל' לעומר*


איך בין צוריק געקומען גאר שפעט פון טבריה, איך בין שוין געבליבן אויף ביז וותיקין, שלמה האט זיך אראפגעלייגט אויף א שעה. פיר אזייגער פארטאגס בין איך געגאנגען אין מקוה און ארויף מיט זיידי און מיט שלמה דאווענען אין די מערה. די וועג ארויף איז געווען ליידיג, די גאסן אין מירון זענען געווען ליידיג, אבער ווען מען קומט אריין אין די מערה זעט מען גארנישט קיין פאליציי, פארטאגס איז די מערה געווען אנגעפילט מיט הונדערטער אידן וואס גרייטן זיך צום דאווענען, איך האב גומל געבענטשט נאך קריאת התורה.


איך האב זיך אביסל אראפגעלייגט און זיך אויפגעוועקט פון די קולות פון באמבעס, די קולות זענען געווען זייער שטארק, די באמבעס זענען נישט געווען אין מירון, נאר גאר ווייט אוועק.


רוב טאג בין איך געווען איינגעשפארט אין חצר, נישט ארויס פון שטוב, ווייל די פאליציי זענען ארומגעגאנגען ארויסטרייבן פון די דירות, איך האב געלערנט מיינע שיעורים ביי מיר אין די דירה.


מנחה האבן מיר געדאווענט ביי רבי שמעון בר יוחאי אין די מערה, נאך מנחה בין איך ארויף מיט מאמי און מיט שלמה צו זיידי'ס ציון, מיר האבן דארט אסאך מתפלל געווען. נאכדעם בין איך צוריק אין די מערה, געלערנט מיינע שיעורים, ח"י פרקים משניות און בערך צען בלאט גמרא, געדאווענט מעריב און אראפ געקומען מיט זיידי.


עס איז געווען שמועות אז די פאליציי גייען פון שטוב צו שטוב און מען טראגט ארויס די משפחות וואס וואוינען נישט אין מירון, מיר האבן זיך אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך פארשפארט אין די דירה און פארלאשן די לעקטער.


*ערב שבת פרשת בהר, ל"א לעומר*


איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך וויל אויפשטיין צו וותיקין, פיר אזייגער הער איך א שטארקע אויפרייס פון א באמבע, דאס האט מיך ארויסגענומען פון בעט. שפעטער האב איך געהערט אז די באמבע איז געפלויגן פון איראק, עס איז געפאלן נעבן צפת. איך האב זיך אפגעגאסן נעגל וואסער און געגאנגען אין מקוה. אנהייב האט מיר זיידי געזאגט איך זאל נישט ארויפגיין מיט אים דאווענען אין די מערה, ווייל עס איז געווען שמועות אז די פאליציי כאפן די מענטשן און מען טראגט זיי ארויס פון מירון, און נאר די וואס וואוינען אין מירון די מעגן זיין. זיידי האט א דירה, ער איז גערעכנט ווי אן איינוואוינער, זיידי איז אליין ארויף, אבער נאך אפאר מינוט האב איך געטראכט, דער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמט): "עִקַּר הַגְּבוּרָה בְּהַלֵּב", דער עיקר שטארקקייט איז אין הארץ, "כִּי מִי שֶׁלִּבּוֹ חָזָק וְאֵינוֹ מִתְיָרֵא מִשּׁוּם אָדָם וּמִשּׁוּם דָּבָר", ווייל דער מענטש וואס האט א שטארקע הארץ און האט נישט מורא, "יָכוֹל לַעֲשׂוֹת גְּבוּרוֹת נוֹרָאוֹת", קען מאכן גרויסע זאכן, "וְלִכְבּשׁ הַמִּלְחָמוֹת", און אייננעמען מלחמות, "עַל יְדֵי חֹזֶק וְתֹקֶף לִבּוֹ שֶׁאֵינוֹ מִתְיָרֵא וְרָץ לְתוֹךְ תֹּקֶף הַמִּלְחָמָה", דורכדעם וואס מען האט נישט קיין שרעק און מען האט א שטארקע הארץ.


איך בין ארויף מיט מיין שוואגער איתמר לייפער, אנהויב וועג האבן מיר געהאט אביסל פחדים אז מען קען אונז כאפן און אוועק פירן פון מירון, אבער אנקומענדיג אויבן ביי די מערה האבן מיר געזען אז עס איז נישטא קיין איין פאליציי, מיר האבן זיך מחזק געווען אז דאס איז ממש די ווערטער וואס דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן מו): "שֶׁמֶּלֶךְ אֶחָד הִנִּיחַ אוֹצָר גָּדוֹל בְּמָקוֹם אֶחָד", א קעניג האט אוועקגעלייגט א גרויסע פארמעגן, "וְסִבֵּב בַּאֲחִיזַת עֵינַיִם כַּמָּה וְכַמָּה חוֹמוֹת סְבִיב הָאוֹצָר", און דאס ארומגענומען מיט מויערן וואס זענען נישט געווען קיין עכטע מויערן, נאר עס האט אויסגעזען ווי מויערן, "וּכְשֶׁבָּאוּ בְּנֵי אָדָם לְאֵלּוּ הַחוֹמוֹת, נִדְמֶה לָהֶם שֶׁהֵם חוֹמוֹת מַמָּשׁ וְקָשֶׁה לְשַׁבְּרָם", אבער פאר די אויגן פון מענטשן האט דאס אויסגעזען ווי עכטע מויערן, מען האט געמיינט מען קען דאס נישט צעברעכן, "וּקְצָתָם חָזְרוּ תֵּכֶף", א טייל האבן זיך גלייך אויסגעדרייט און אפגעלאזט, "וּקְצָתָם שִׁבְּרוּ חוֹמָה אַחַת", א טייל האבן דורכגעבראכן איין מויער, "וּבָאוּ אֶל הַשְּׁנִיָּה וְלא יָכְלוּ לְשַׁבְּרָהּ", אבער ביים צווייטן מויער האבן זיי אויפגעגעבן, "וּקְצָתָם שִׁבְּרוּ יוֹתֵר", א טייל האבן נאך מער אויפגעבראכן, "וְלֹא יָכְלוּ לִשְׁבֹּר הַנִּשְׁאָרִים", אבער נישט געקענט ענדיגן, "עַד שֶׁבָּא הַבֶּן מֶלֶךְ", ביז דער זון פון קעניג איז געקומען און געזאגט, "אָמַר, אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁכָּל הַחוֹמוֹת הֵם רַק בַּאֲחִיזַת עֵינַיִם", איך ווייס אז די אלע מויערן זענען נאר אן אויגן פארבלענדעניש, "וּבֶאֱמֶת אֵין שׁוּם חוֹמָה כְּלָל", און עס איז בכלל נישטא קיין מויערן, "וְהָלַךְ לָבֶטַח עַד שֶׁעָבַר עַל כֻּלָּם", און ער איז געגאנגען זיכערערהייט און איז אריבער אלע מניעות, און דער רבי פירט אויס: "וּמִזֶּה יָבִין הַמַּשְׂכִּיל הַנִּמְשָׁל מֵאֵלָיו", פון די משל קען יעדער ארויסנעמען גוטע חיזוק פאר עבודת השם, "עַל כָּל הַמְּנִיעוֹת וְהַהֲסָתוֹת וּפִתּוּיִים שֶׁהֵם בְּחִינַת חוֹמוֹת, שֶׁיֵּשׁ עַל אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם שֶׁבֶּאֱמֶת אֵינָם כְּלוּם", אויף אלע שוועריקייטן וואס מען האט ווען מען וויל דינען דעם אייבערשטן, אז באמת איז דאס נאר אין מח, עס זעט נאר אויס שווער, "וְהָעִקָּר לֵב חָזָק וְאַמִּיץ, וְאָז אֵין לוֹ שׁוּם מְנִיעָה", דער עיקר דארף מען האבן א שטארקע הארץ.


למעשה אינמיטן שחרית זענען אריינגעקומען די פאליציי און אנגעהויבן פארטרייבן, מען האט זיך איינגעבעטן זיי זאלן לאזן ענדיגן שחרית, זיי האבן געזאגט זיי געבן נאך צען מינוט, מען האט שנעל געענדיגט דאווענען, און זיי האבן געהייסן ארויסגיין. זיידי האבן זיי געלאזט בלייבן ווייל ווער עס איז א תושב מירון - האבן געמעגט בלייבן ביז זיבן אזייגער, מיר האבן זיי געהייסן ארויסגיין. ארויסגייענדיג זאגט מיר איינער: "געב אכטונג, גיי נישט ארויס דורך די חצר, ווייל אלע וואס גייען ארויס פון דארט ווערן ארויפגעלייגט אויף א באס און מען טראגט אוועק ווייט פון מירון", יענער זאגט מיר: "לויף אריין אין וואלד", איך האב נישט געהאט די כוחות צו לויפן אין וואלד, איבערשפרינגען די צוים, איך האב זיך צוגעבינדן צום אייבערשטן און ארויס רואיג געלאסן. די פאליציי האבן מיך אפגעשטעלט און געזאגט: "דו דארפסט גיין צום באס", איך האב זיי געזאגט: "איך וואוין דא, איך בין א תושב מירון", בעט ער מיר מיינע שריפטן, זאג איך אים: "איך האב נישט, עס ליגט אין שטוב", זאגט ער מיר: "דעמאלט ארויף אויפן באס". איך האב נאכאמאל גערעדט צו זיי רואיג מיט ישוב הדעת, איך האב זיי געזאגט: "מיין ווייב איז אין די דירה, מיט מיינע קינדער, איך גיי נישט אין ערגעץ", זאגט ער מיר: "דעמאלט דארפסטו באקומען רשות פון קצין". איך האב זיך גוט צוגעבינדן צום אייבערשטן, געמאכט מיט די ליפן שטילע תפילות און גערעדט צום סארדזשענט רואיג, אים געקוקט אין די אויגן און אים געזאגט: "מיינע שריפטן ליגט אין די דירה", דער סארדזשענט זאגט מיר: "קענסט גיין".


איך האב דאס געלערנט פון רבי נחמן טולטשינער זכותו יגן עלינו, ער איז געווען אויפן וועג קיין אומאן, מען האט אים אפגעשטעלט און געבעטן זיין פאספארט, ער האט נישט געהאט, האט ער געזאגט פארן פאליציי: "דו מיינסט איך פאר אן א פאספארט? ווי קען זיין א מענטש זאל פארן אן א פאספארט?!" ער האט דאס געזאגט מיט אזא זיכערקייט אז מען האט אים געלאזט גיין. אזוי האב איך געטון, אלע מאל וואס איך בין געגאנגען צום מערה, אלע מאל מען האט מיר אפגעשטעלט האב איך געענטפערט מיט ישוב הדעת און מיט תפילה, האט מען מיר געלאזט גיין.


מיט מיר איז געווען הבחור יושע סופר, ער איז געבליבן אין מירון, ער האט נשיט געוואלט אהיים גיין, ער האט אנגעהויבן לויפן, איך האב אים געזאגט: "קום מיט מיר", ער האט זיי געזאגט אז ער איז מיין זון, דאס איז נישט קיין ליגנט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ", מען האט אים אויך געלאזט גיין, מיר זענען אראפ צו די דירה, זיך איינגעשפארט און געלערנט פאר אפאר שעה תיקונים.


*שבת אין מירון*


עס איז געווען א הערליכער שבת, נאך אזויפיל שרעק פון די ערב רב וואס הערן נישט אויף פייניגן די ערליכע אידן - איז ביים זמן שבת געווארן אויסגעשפרייט א רואיגקייט אויף הר מירון, אלע פאליציי זענען אוועק געגענגען, מען האט געקענט האבן א הערליכע שבת.


מנחה האבן מיר געדאווענט ביי קארלסבורג, נאך מנחה זענען מיר ארויף צו די מערה. אנקומענדיג צו די מערה בין איך געווען אין שאק צו זען טויזנטער טויזנטער מענטשן אין די חצר און אין אלע שטיבלעך, א נאדל איז נישט אריין אין די מערה. נאכן אוועק שטעלן אזויפיל פאליציי, נאכן אויסליידיגן דירות נאכט נאך נאכט זאלן זיין אזויפיל מענטשן ביי רבי שמעון... מען האט געזען די השתוקקות וואס אלע האבן צו רבי שמעון, אפילו מען דארף זיין פארשפארט פאר אפאר טעג - איז קיינער נישט אוועק געגאנגען.


זיידי האט געזאגט פאר מאטי הערצאג אז ער איז זייער קלוג פארן קומען, איך האב זיך אנגערופן אז ער האט מיר געפרעגט אויב יא קומען אויב נישט, איך האב נישט געענטפערט פאר קיינעם צו קומען אין אזא צייט, און ער אליין האט יא מחליט געווען צו קומען אפשערן זיין זון, האט זיידי געזאגט: "זייער גוט, מען קען נישט ענטפערן פאר איינעם וואס פרעגט וכו', אבער אז מען קומט איבער אלע מניעות - איז זיכער גוט".


משה דער גבאי פון בני ברק'ער שול איז געקומען קיין מירון מיט זיין משפחה און די פאליציי האבן אים געכאפט און פארטריבן, אויך האב איך געזען בערל לעווי ליל שישי, ער האט מיר געזאגט אז ער איז געקומען מיט זיין משפחה און מער האב איך אים נישט געזען, קען זיין ער איז געבליבן פארשפארט פון שרעק ביז נאך ל"ג בעומר, אדער האט מען אים אויך אוועק געטריבן.


פרייטאג צו נאכטס ביי קבלת שבת האב איך געהאט גוטע התעוררות, איך האב געקענט זאגן אפאר ווערטער פארן אייבערשטן און פאר רבי שמעון. מען האט געטאנצן "בר יוחאי" און "אמר רבי עקיבא", זיידי האט פארגעזאגט און אלע האבן געענטפערט דעם זיסן ניגון מיט די זיסע ווערטער: "אשריכם, אשריכם, אשריכם ישראל..."


אינמיטן די סעודה זענען געקומען אסאך מענטשן פון די ארומיגע וועלדער וואו זיי האבן זיך באהאלטן, עס זענען געווען בחורים און אינגעלייט וואס זענען געגאנגען פיר פינף שעה אין פעלדער און אין וועלדער, זיידי און באבי האבן זיי זייער שיין אויפגענומען.


שבת אינדערפרי האבן מיר געדאווענט אין קארלסבורג ביי זיידי שליט"א, זיידי האט מיך מכבד געווען מיט דאווענען שחרית, און ביי די סעודה האט זיידי מכבד געווען דעם דיין רבי יונה זאל זאגן אפאר ווערטער. זיידי איז אים זייער מכבד, ער איז א תלמיד, ער האט געלערנט דארט אין כולל און גענומען שימוש.


אויך האט מיך זיידי מכבד געווען צו רעדן, איך האב דערציילט די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מעילה יז), אמאל איז געווען א גזירה, די רוימער האבן נישט געלאזט האלטן די תורה, האבן די חכמים געפרעגט, וועם זאלן מיר שיקן צו מבטל זיין די גזירה? "ילך רבי שמעון בן יוחאי שהוא מלומד בנסים", זאל רבי שמעון גיין, ווייל דער אייבערשטער מאכט אים ניסים. די גמרא דערציילט, עס איז אריין א שד אין די קיסר'ס טאכטער און זי האט געשריגן: "ברענגט מיר רבי שמעון, ברענגט מיר רבי שמעון", און ווען רבי שמעון איז געקומען האט ער געזאגט פארן שד זאל ארויסגיין, און דער קיסר האט מבטל געווען די גזירה.


האבן מיר גערעדט אז אלע פראבלעמען וואס גייט אריבער אויף אונז איז פון די נישט גוטע וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש, ווען א מענטש זינדיגט איז דאס א שד וואס איז אין אים, ווען מען האט שלעכטע מידות, שלעכטע תאוות - איז דאס א שד, אויף דעם קומען מיר צו רבי שמעון בר יוחאי און מיר שרייען: "רבי שמעון, נעם ארויס דעם שד פון מיר, רבי שמעון הייל מיך אויס".


אויך האבן מיר גערעדט אז ביי לימוד הזוהר האלטן מיר אייניג אז דאס איז לימוד התורה, ביי משניות און גמרא איז דא חלוקי דעות, אין ברסלב איז זאגן - לערנען, און אין קארלסבורג דארף מען פארשטיין, אבער ווען עס קומט ל"ג בעומר דארפן מיר אלע נעמען דעם זוהר הקדוש און עוסק זיין אין גירסא, זאגן יעדן טאג אביסל זוהר, דאס רייניגט און לויטערט דעם מענטש.


מיר דארפן זיך אויך אביסל מער צופלייסן אין אונזער שיעור שבת אינדערפרי, אז אויף קומענדיגע יאר זאלן מיר קענען מסיים זיין דעם גאנצן ספר הזוהר ל"ג בעומר ביי רבי שמעון. מיר האלטן פרשת תרומה, פינקט האלב האבן מיר געלערנט. איך האף צום אייבערשטן אנהויבן צוריק אונזער שיעור שבת אינדערפרי מיט דיר.


ביי שלש סעודות האב איך זיך אנגעהויבן נישט גוט שפירן, איך האב געבראכן אביסל, איך בין אריין אין בעט אפגעשוואכט.


*מוצאי שבת, ל"ג בעומר*


בערך א האלבע שעה נאכן זמן אז געווארן א פחד, די פאליציי זענען אנגעקומען און אויפגעבראכן דירות ביי אונז אין חצר, זיי האבן אויפגעבראכן די שטוב פון דיין רבי יונה שליט"א, אויך די דירה פון מאטי הערצאג, און די דירה פון ארי פיש. איך בין געשלאפן, איך האב נישט מיטגעהאלטן, ביז מאמי האט מיך אויפגעוועקט אז מען דארף פארמאכן אלע לעקטערס און אויסשאלטערן די ערקאנדישן, מען זאל נישט הערן אז מיר זענען דא. מאמי איז געווען אין בעט, איר גאנצע קערפער האט זיך זייער געטרייסלט פון פחד, זי האט אנגעהויבן ניצן די עצה פון חזר'ן אויפן קול (נישט צי הויעך) ווערטער פון אמונה: 'קיינער קען מיר גארנישט טון', 'דער אייבערשטער איז דא', 'דער אייבערשטער ווייסט וואס איז גוט פאר מיר', זי האט דאס איבערגעזאגט הונדערטער מאל ביז זי איז געקומען צו זיך, שפעטער האט איינער גערופן זאגן אז זיי זענען אוועק פון חצר. איך האב נישט געוואלט בלייבן מיט די פחד, בין איך ארויס פון די דירה מיט מאמי צו די חצר פון זיידי.


מיר האבן געהערט אז די פאליציי זענען נאכאמאל געקומען צו זיידי און אוועקגעפירט הבחור שלמה צבי פערל, זיי האבן אים דערקענט, ווייל מען האט אים שוין אוועק געפירט ערב שבת און ער איז צוריקגעקומען, ער איז איינגעשטאנען ביי זיידי, ער האט זייער שטארק געהאלפן צוגרייטן און רייניגן, מיט וואס מען האט געדארפט. אויך יושע סופר האבן זיי אוועק געטראגן ערב שבת, און ממש ביים זמן איז ער צוריק געקומען, זיך געשלעפט אין פעלדער און אין וועלדער, ער איז געווען זייער אויסגעמאטערט, עס האט אויסגעזען ווי ער גייט חלש'ן, מען האט אים געגעבן עסן און א בעט צו שלאפן, ער זאל קומען צו זיינע כוחות.


מען האט מיך פארגעהאלטן היתכן פארן אינמיטן א מלחמה, דאס מיינט אז מען האט קלאר הנאה פון די מדינה; וואלטן די געקומען זען וואס די ערב רב טוען מיט די ערליכע אידן - וואלטן זיי אלע מער נישט געהאט קיין שום ספיקות, די האבן אזוי פיינט די פרומע אידן, די גאנצע אפהאלט צו קומען קיין מירון האט גארנישט צוטון מיט היטן אויף מענטשן, זיי האבן פיינט די ערליכע אידן, און נאר צוליב דעם טוען זיי דאס.


אונזער קאזין משה אברהם ראזנער איז געקומען צו מיר, אז ער קען מיר שאפן א וועג ארויף צו די מערה. איך בין ארויף מיט מאמי, מלכה און אויך שלמה. מען האט געדארפט לאנג ווארטן, אבער עס האט זיך געלוינט. איך האב געזאגט די תיקון הכללי און אויך די תפילה פון ליקוטי תפילות אויף די הקדמה פון ליקוטי מוהר"ן (ליקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), די תפילה איז א הארצרייסנדע תפילה, איך האב זיך זייער צואוויינט ביי צוויי פלעצער פון די תפילה, איך האב שוין לאנג נישט זיך אזוי גוט אויסגעוויינט צו א צדיק און צום אייבערשטן, ביי די ווערטער וואס מען בעט רבי שמעון: "רבי רבי רבי, איך תוכלו לסבול צרות ישראל", ווי אזוי קענסטו אויסהאלטן די צרות וואס אידן גייען אריבער? אוי איז דאס גוטע תפילות צו בעטן פון רבי שמעון, און אויך ביי די ווערטער: "'רבונו של עולם', הייליגער באשעפער, 'תן בלב הצדיק הקדוש והנורא הזה', געב אריין אין הארץ פון דעם הייליגן צדיק רבי שמעון 'ובלב כל הצדיקים אמתיים', און אין די הארץ פון אלע אמת'ע צדיקים 'לבל יסתירו פניהם ממני', זיי זאלן זיך נישט באהאלטן פון אונז, מען בעט דעם אייבערשטן זאל אריינלייגן אין רבי שמעון און אין אלע צדיקים זיי זאלן אונז נישט אגנארירן, נישט אויפגעבן אויף אונז, 'ואל אקוץ בעיניכם', הייליגער רבי שמעון ווער נישט נערוועז פון מיר אז איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך פאלג נישט די עצות וכו' כו'", איך האב זיך זייער אויסגעגאסן דאס הארץ, איך האב מתפלל געווען פאר דיר און פאר די גאנצע משפחה, און פאר אלע תלמידים וואס האבן מזכיר געווען זייערע בקשות סיי יעצט ביי די נסיעה און סיי אלע בקשות וואס מען בעט דורכן יאר.


נאכדעם האבן מיר געטאנצן אין חצר פרייליכע טענץ, אין אנהויב איז נישט געווען קיין מוזיק, די פאליציי האבן נישט געלאזט, ביז עס זענען אנגעקומען אפאר אינגעלייט און געמאכט הויכע פרייליכע מירונע מוזיק, איך האב געטאנצן און געמאכט קאדאטשקע מיט א פלאש אויפן קאפ; עס איז נישט שייך אראפצולייגן אויפן פאפיר וואס פאר א ליכטיגקייט מען שפירט אין מירון ל"ג בעומר.


אויפן וועג אראפ פון ציון האבן מיר מיט געהאלטן ווי עס קומען ארויס פון די וועלדער צענדליגע בחורים און אינגעלייט און צעברעכן די צוים וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט נישט אריין צו לאזן די ערליכע אידן, און ווי די פאליציי טיילט מערדערליכע קלעפ. אויך אויפן וועג אראפ, צוריק אריין אין די געסלעך וואו מען וואוינט האבן זיי אונז נישט אריינגעלאזט, זיי האבן געבעטן שריפטן, מיר האבן זיי געזאגט מיר וואוינען אין די דירה, זיי האבן אונז נישט געגלייבט און דאך האבן זיי אונז געלאזט גיין.


*זונטאג פרשת בחוקותי, ל"ג בעומר*


מיר האבן זיך נישט געלייגט שלאפן, עס איז שוין געווען פיר אזייגער פארטאגס, מיר זענען אויפגעבליבן דאווענען וותיקין, געדאווענט שחרית אין קארלסבורג. נאכן דאווענען האבן מיר געטאנצן: "בר יוחאי", "ואמרתם כה לחי", "אמר רבי עקיבא".


איך האב מסיים געווען ספר תיקונים, איך וויל דיר בעטן זאלסט אנהויבן א שיעור אין ספר תיקונים, לערנען יעדן טאג אביסל פארן דאווענען. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכח): "אין ספר תיקונים ליגן אלע חכמות פון די וועלט".


איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן פאר אפאר שעה. דורכן טאג האט אויסגעזען אז מען וועט נישט קענען עפענען די חצר ביי זיידי, די פאליציי האבן געטיילט מכות רצח, אבער צוביסליך זענען זיך צאמגעקומען הונדערטער און טויזנטער אידן, זיידי האט מיט זיין שטארקקייט געזאגט יא עפענען די חצר און אנהויבן טיילן עסן פאר אלע געסט, מען האט געעפעט די חצר און געטיילט ווארעמע עסן; זופ, קוגל, פערפל, פיש מיט גרינצייג; מענטשן זענען געקומען עסן ווי פאר'חלש'טע מענטשן וואס קומען פון מדבר, קיינער האט די יאר נישט געטיילט עסן, נאר ביי זיידי האט מען געטיילט עסן, אויך איז געווען מנינים נאך מנינים מנחה.


מיר האבן געלערנט תיקונים מיט אפאר חברים, אדורכגעלערנט די גאנצע הקדמה. נאכדעם מנחה, נאכדעם האט מען געמאכט א הדלקה.


מענטשן האבן געוויינט פון התרגשות, מען האט געמיינט אז מען וועט נישט קענען די יאר מאכן קיין הדלקה, און ביים סוף האט דער אייבערשטער געהאלפן מען האט אנגעצינדן די הדלקה, יעדער האט געלייגט וואטע מיט אויל. איך האב געטראכט, וואס איז דאס לייגן וואטע מיט אויל? אז דער הייליגער רבי שמעון מיט די צדיקים, זיי נעמען וואטע און צינדן עס אן, מענטשן וואס זענען ווייט פונעם אייבערשטן דאס איז די וואטע, און מען גיסט אויף זיי שמן משחת קודש, מען ברענגט זיי צום אייבערשטן.


די טענץ, די הדלקה, די שמחה - איז אלע יארן אין לשער, בפרט די יאר; די מסירות נפש פון צענדליגער טויזנטער אידן וואס זענען געקומען פון די וועלדער, געגאנגען צופיס צענדליגע שעות, און ביים אנקומען האבן זיי געכאפט מערדערליכע קלעפ. איך האב דאס געזען מיט מיינע אויגן, ווייל זיידי'ס חצר געפינט זיך ביי די לינקע זייט פון מירון, נעבן דרך מהדרין. עס זענען אריינגעקומען א גאנצן טאג צעקלאפטע צעבלוטיגטע מענטשן, פון כאפן קלעפ פון די רוצחים.


עס האט זיך ארויסגעוויזן אז מירון איז נישט א פלאץ וואו מען קומט זיך אויסלופטערן, מענטשן פלעגן אוועק מאכן דאס פארן אויף מירון אז דאס איז א פלאץ וואו מען פארט זיך אויסלופטערן, אבער וואס קענסטו זאגן די יאר ווען מענטשן כאפן מכות רצח, פשוט כמשמעו, זיי הרג'ענען מענטשן מיטן טענה אז מען דארף זיי באשיצן פון ווערן גע'הרג'ט, און מען קומט ווייטער צום צדיק נעמען ישעות.


ביי חצות הלילה בין איך אוועק געפארן פון מירון קיין ירושלים.


*מאנטאג פרשת בחוקותי, ל"ד בעומר*


שלמה איז אהיים געפארן זונטאג נאכט, ער איז אוועק געפארן פון מירון פארנאכטס. אינמיטן וועג האט ער זיך געכאפט אז ער האט איבערגעלאזט זיין פאספארט, איך האב גלייך געבעטן דעם אייבערשטן פאר אים ער זאל האבן א וועג ווי צו באקומען זיין פאספארט און קענען אנקומען אהיים. עס איז נישט געווען א וועג ער זאל קענען צוריק קומען קיין מירון, די פאליציי האבן נישט אפגעלאזט, ווער עס האט געוואלט אריינקומען האט געכאפט מכות רצח.


אברהם רוטמאן האט געשאפט א וועג צום עירפארט, אים געטראגן די פאספארט. אברהם האט מיר זייער געהאלפן ביי די נסיעה מיט די וועגן, מיט די דירות, סיי אין מירון סיי אין ירושלים. ער האט צוגעשטעלט אלעס וואס מען דארף, און אויך וואס מען דארף נישט. ביסט דאך געווען פאריאר ל"ג בעומר, האסטו דאך אלעס אליינס מיטגעהאלטן.


שחרית האבן מיר געדאווענט אין שול, א מחי' צו זיין מיט אנשי שלומינו, אזא דרך ארץ, אזא איינגענעמע לופט, מען רעדט 'בדרך הישר והרצוי לפניך', און דאס איז דער סימן וואס שרייט ארויס פון א תלמיד היכל הקודש, 'דרך ארץ', 'די שפראך ווי מען רעדט איינער צום צווייטן', און אז דו זוכסט א גוטע חבר צווישן אנשי שלומינו - זאלסטו בודק זיין די שפראך, די וועג ווי יענער רעדט צו א צווייטן.


נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, נאכן שיעור האבן מיר גערעדט פון דעם וואס די תורה זאגט (ויקרא כו, ו): "וחרב לא תעבור בארצכם", זאגן די הייליגע חכמים (תענית כב:): "אפילו חרב של שלום", מען קען זען צווישן נאנטע מענטשן וואס זענען כלומר'יש חברים די וועג ווי זיי רעדן, מען שטעכט זיך, מען פליקט זיך, מען בריקעט זיך, און דאס איז כלומר'יש חברים, זאגט אבער די תורה: "אם בחקותי תלכו", אויב מען וועט זיך פירן ערליך, וועט זיין: "וחרב [של שלום] לא תעבור בארצכם", א פרידליכע שווערד וועט נישט זיין צווישן ענק, מען וועט זיך נישט שטעכן.


אוי וויי, אוי געוואלד, וואלטן מיר זיך ליב געהאט, וואלט געווען שלום צווישן אנשי שלומינו, מען וואלט גערעדט מיט כבוד איינער צום צווייטן - וואלט דער רבי אונז געברענגט צו די העכסטע מדריגות, ובעוונותינו הרבים פעלט צווישן אונז די ליבשאפט, און דאס מאכט חרוב אלעס. אזוי ווי רש"י זאגט (ויקרא כו, ו, דבור המתחיל 'ונתתי שלום'): "הרי מאכל, הרי משתה", מען קען אלעס האבן, עסן און טרינקען, "אם אין שלום, אין כלום", אבער אן שלום האט מען גארנישט, און דאס מיינט מען אויך עסן און טרינקען פון די נשמה, מען האט דעם רבינ'ס אוצרות, די קוואל וואס פליסט, די נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אבער 'אם אין שלום אין כלום'.


עס רייסט מיר ביים הארץ אז מען שפירט נישט אין אלע שולן וואס טראגט מיין נאמען אויפן טאוועל א ליבשאפט, וואלט מען געגאנגען התבודדות און געבעטן דעם אייבערשטן אויף דעם: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, הייליגער באשעפער, נאך אביסל בין איך א גוסס, נאך אביסל בין איך א מת, מען וועט מיך לייגן אין קבר, עס וועט וואקסן אויף מיר קוצים וברקנים, הייליגער באשעפער וואס איז מיט מיר? איך פארגעס פון עלמא דאתי, איך מאך מחלוקת, איך מאך רייבערייען, איך טראג לשון הרע, באלד וועט קריכן אויף מיין צינג ווערעם, זיי וועלן קריכן פון בויך אריין אין מויל, צוליב די זינד פון לשון הרע, צוליב רעדן פון אנדערע", וואלט מען זיך מתבודד געווען יעדן טאג אויף דעם, צו געדענקען פון יענע וועלט - וואלטן מיר שוין פון לאנג זוכה געווען צו קומען צו הויכע מדריגות הצדיקים.


טייערער ליבער נחמן נתן, מיין טייערער זון, זיץ נישט אין קיין מושב לצים. וואו עס זיצן צוויי מענטשן און מען רעדט נישט פון תכלית - זאלסטו זיך אויפהייבן און נישט זיצן דארט, "משה קיבל תורה מסיני" - און געזאגט: "שנים שיושבין, ואין ביניהן דברי תורה" - איז א מושב לצים, משה רבינו זאגט אונז פון בארג סיני (אבות ג, ב) מען זאל נישט זיצן ביי שמועסן וואס מען רעדט פון דעם און פון יענעם, און אויב שטייט אויפן טאוועל בנשיאות מיין נאמען, האט דאס פלאץ גארנישט מיט מיר, "ובקהלם אל תחד כבודי", איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל נישט זיין אין אונזערע ד' אמות קיין שום ליצנות.


מיר זענען געבליבן אין שול ביז מנחה, מיר האבן געדאווענט מנחה. נאכדעם דורכן טאג איז געווען קבלת קהל, די משפחות וואס האבן געהאט שאלות זענען געקומען. אויך איז געקומען שמואל הכהן, דער וואס מאכט די ענגלישע גליון "ווערטער פון חיזוק", ער האט געמאכט א סיום הש"ס, ער איז געקומען מיט זיין גאנצע משפחה, מיט אלע קינדער, עס איז געווען א גרויסע שמחה.


אויך איז געקומען א פארפאלק, און די ווייב האט געזאגט אז זי האט זיך אפגעשוירן ל"ג בעומר. איר מאמע שערט זיך נישט די האר, אויך נישט די שוועסטער, אבער פון די חיזוק וואס זי הערט אין היכל הקודש פון דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר - האט זי דאס געטון.


אויך האבן מיר אסאך אינגעלייט געזאגט אז ביי זיי אין שטוב האט מען זיך נישט געשוירן, און נאר בזכות די חיזוק וואס מען רעדט כסדר פון דאס הייליגקייט פון זיך שערן - דאס געבט זיי די שטארקקייט דאס צו טון.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, עס איז דא צייטן וואס מען שפירט ביי זיך ווי מען טוט גארנישט, מען שפירט זיך אזוי ווייט, מען שפירט ווי מען ווערט אויס, דעמאלט טראכט איך: 'וועל איך האבן נאר די זכות פון ברענגען קדושה וטהרה ביי אידישע שטיבער, פרויען זאלן זיך שערן די האר נאך די חתונה - איז מיר שוין אלעס כדאי', און דאס אליין וועט מיך ראטעווען פון אלעם שלעכטס. ווייל רבי שמעון זאגט (תיקונים תיקון ע דף קכד ע"א): "וְאִתְּתָא בְגִין דְּאִיהִי מִסִּטְרָא דִשְׂמָאלָא, לָא צָרִיךְ לְאִתְגַּלְיָא בָּהּ שַׂעֲרָא, דְּלָא יִשְׁתְּמוֹדְעִין בָּהּ מָארֵי דְּדִינָא", ביי א פרוי מיט האר איז דא דינים רחמנא לצלן; וואלטן פרויען געוויסט וואס פאר א צרות די האר ברענגט - וואלטן אלע דאס אראפגענומען אן קיין קרעכץ, נאר מיט די גרעסטע שמחה.


ביינאכט איז געווען א שיעור, עס האט זיך אנגעהויבן מיט א סיום הש"ס פון א אינגל משה ארי' יוזשעף, אויך א ברודער זיינע, דוד - בן ישראל, האט געמאכט א סיום אויף משניות. דער עולם איז געווען אזוי איבעראשט, זען קינדער וואס לערנען אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מיר האבן גערעדט ביים שיעור שיינע חיזוק, קענסט הערן די שיעור אויפן האטליין.


*דינסטאג פרשת בחוקותי, ל"ה בעומר*


אינדערפרי איז געקומען משה שמואל דער מגיד שיעור אין ירושלים מיך באגלייטן צו גיין דאווענען שחרית, מיר האבן גערעדט ווי אזוי מען קען מאכן בעסער מיט די תלמידים. נאך שחרית האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא (בבא מציעא, דף צ), מיר האבן געלערנט אינעם דף, רבי יוחנן זאגט: "עקימת שפתים הוי מעשה", מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די גמרא, ווייל מענטשן זאגן מען דארף עפעס טון, מען קען נישט נאר רעדן צום אייבערשטן, דא זאגט די גמרא אז מאכן מיט די ליפן הייסט טון, עס איז א מעשה. מיר האבן גערעדט וואס רבי נתן זאגט: "מענטשן זאגן 'אז מען טוט העלפט דער אייבערשטער', איך זאג פארקערט, 'אז דער אייבערשטער העלפט קען מען עפעס טון'", און אז מען בעט דעם אייבערשטן - דאס איז טון, און מען דארף נאר דאס טון, בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן.


אויך איז געקומען דער סופר דוד קליערס מיט די ערשטע יריעה, איינער פון אנשי שלומינו פון שטעטל הרוצה בעילום שמו, הויבט אן שרייבן א ספר תורה, איך האב געשריבן די ווארט בראשית.


נאך דעם האט מיך דער מנהל יצחק גענומען אין חדר, ממש א חלום; עס זיצן מלמדים, יוסי כ"ץ און יענקי גוטמאן, און לערנען מיט די קינדער מיט אזוי סאך הארץ, מיט אזוי סאך געדולד, די קינדער זענען גליקליך אז זיי זענען אין היכל הקודש חדר, וואס מען האט סבלנות צו זיי, מען לערנט זיי אמונה, אהבת ה' יתברך, מען מאכט נישט קיין אונטערשייד צווישן ארעם אדער רייך, ביי אונז דארף מען חיזוק אויף פארקערט, אויך ליב צו האבן די קינדער וואס די עלטערן האבן געלט, וואס זענען זיי שולדיג אז זייער טאטע האט געלט? ווייל ביים בעל תפילה אז מען וויל איינעם טשעפען - טשעפעט מען אים אז ער האט אסאך געלט, (עיין ספורי מעשיות, מעשה יב).


אויך בין איך געווען אין בית פיגא, די טיטשערס זענען זייער איבערגעגעבן, זיי ארבעטן מיט א שטארקע געפיל. איינע פון די לערערינס האבן מיר געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו זאגן יעדן טאג מיט די קינדער ביי שלא עשני גוי "שכוח אייבערשטער איך בין נישט קיין גוי, איך שמיר נישט מיין ליפן, איך שמיר נישט מיינע אויגן וכו' וכו'"; איך האב געזאגט, מען דארף לערנען ריכטיג, נאר אזוי קען מען מצליח זיין, מען קען נישט צולייגן וכו', מען ווערט נישט קיין גוי אז מען שמירט זיך וכו', מען דארף זינגען: "שלא עשני גוי, שכוח אייבערשטער איך בין א איד, איך בין נישט קיין גוי", און באזונדער לערנען די קינדער דאס שיינקייט פון זיין איידל, פון זיין באשיידן; נאר אזוי איז מען מצליח, אז מען לערנט ריכטיג.


נאכדעם בין איך אהיים און אויפגענומען מענטשן, שמעון עוזר פערל האט מיך אהיים גענומען מיט די קאר.


נאכמיטאג זענען די בחורים געקומען אין די דירה דאווענען מנחה, איך האב זייער הנאה געהאט צו שמועסן מיט זיי.


איך בין געגאנגען געבן שלום פאר הרב רבי שמעון שפירא שליט"א. איך האב געהערט פון משה שמואל אז ער וויל קומען צו מיר אפנעמען שלום, עס איז מיר נישט איינגענעם צו זען אז אזא פערזענליכקייט קומט צו מיר, איך האב זיך נאכגעפרעגט וואו איך קען גיין צו אים, מען האט מיר געזאגט אז ער זיצט אין די ברסלב'ע שול אין מאה שערים, בין איך אהין געגאנגען צו אים מיט שמעון עוזר. ער האט זיך זייער געפרייט, ער האט מיך ארויפגענומען אין ווייבער שול, מיר געוויזן פון דארט דעם רבינ'ס בענקל, איך האב זיך זייער געפרייט אים צו באגעגענען.


איך בין אויך געגאנגען מנחם אבל זיין ר' אהרן גאלדשטיין, זיין טאטע איז נפטר געווארן ל"ג בעומר פארנאכטס. אהרן איז א גרויסער מפיץ, ער פארשפרייט א גאנצן טאג ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש. דארט זענען געזיצן א גרויסער עולם, אלע האבן זיך באדאנקט פאר די שיעורים. אויך אין מירון האבן מיר בלי גוזמא הונדערטער אינגעלייט און בחורים געזאגט שכוח פאר די שיעורים, ספרים און גליונות, וואס דאס איז זייער גאנצע חיות.


די יאר איז געווען אין קארלסבורגער חצר דער פלאץ וואו אלע זענען געקומען עפעס טועם זיין, און אלע אן אויסנאם האבן זיך באדאנקט.


מען זעט אז אנשי שלומינו אין ארץ ישראל טוען מער אין הפצה ווי אנשי שלומינו אין אמעריקע, וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט זאגט מען שכוח פאר די חיזוק בריוו, און אזוי ווייטער, זיי זענען פריש אין הפצה, און דאס האלט זיי אליינס בלייבן פריש ביים רבי'ן; ווייל נאר אז מען איז עוסק אין הפצה בלייבט מען פריש מקורב, און אז מען האלט עס נאר פאר זיך - ווערט מען אלט און אויסגעלאשן.


אויך איז מיט געקומען ישראל גרומאן פון הר יונה, ער איז געקומען מיר ווייזן דעם ספר תורה וואס ער שרייבט יעצט פאר די קהילה, א קליינע ספר תורה צו קענען מיטנעמען קיין אומאן אויף ראש השנה. מיר האבן געהאט שיינע שיחות אויפן וועג גייענדיג, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען צו לערנען יעדן טאג דעם רבינ'ס ספרים, ווי דאס טוט ראטעווען דעם מענטש.


*אויפן וועג אהיים*


דינסטאג נאכט בין איך געפארן קיין בני ברק, איך בין געגאנגען צו זיי א צווייטע מאל, סיי ביים אנקומען און סיי ביים אהיים גיין, ווייל זיי זענען זייער פריש אין הפצה. דארט ברענט א פייער פון הפצה, אין א געוויסע זין מער ווי אין אנדערע שטעט.


אויפן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביים הר המנוחות, דארט ליגן זיידי און באבי פרידמאן, רבי יצחק דוד הכהן פרידמאן און באבי רחל עליהם השלום, מיר האבן מתפלל געווען. אויך בין איך צוגעגאנגען צום קבר החיד"א, איך פלעג גיין אסאך אלס בחור מיט עלטער זיידי מקארלסבורג דארט מתפלל זיין.


אין בני ברק אין שול האבן זיך צאמגעזאמעלט א ריזיגן עולם, מיר האבן קודם געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. עס איז געווען א סיום הש"ס פון וואלווי לעווי, א זון פון דער גבאי אין בני ברק שול ר' יואל, עס איז געווען אזוי שיין צו זען ווי א יונגער בחור האט מסיים געווען גאנץ תלמוד בבלי.


ביים אנקומען אין בני ברק איז מאמי געגאנגען אין שטוב פון משפחת לעווי, עס זענען זיך צאמגעקומען דארט פרויען פון אנשי שלומינו. מאמי האט זיך זייער גוט געשפירט צווישן זיי, איין זאך איז איר נישט איינגענעם געווען, ווען זי איז אריינגעקומען האבן זיי זיך אלע אויפגעשטעלט, מאמי האט דאס נישט געקענט נעמען, זיי מיינען אז דאס איז א רבי'סטעווע, א רבי מיט א רעביצין, זיי ווייסן נישט אז מיר זענען פשוט'ע מענטשן, און די אלע זאכן האט נישט קיין שייכות מיט אונז.


אויך האב איך היינט געהאט א ברית אין ישיבה, זושא דער גבאי פון מאנסי שול איז געקומען קיין וויליאמסבורג מאכן די ברית, ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, אבער איך האב געזען אז עס איז דא זיידעס חשוב'ע אידן, תלמידי חכמים, האב איך געזאגט פארן זיידע: "זושא האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, און איך בין אייך מכבד מיט די כיבוד"; און דאס דארפן אלע אינגעלייט וויסן, אז מען האט זיידעס ערליכע אידן - געבט מען זיי די כיבודים. איך דארף נישט די זאכן, איך ווייס נישט וואס מען וויל דא פון מיר, מען דארף מכבד זיין די זיידעס, און אז מען וויל איך זאל זיין סנדק - קען מען ברענגען דעם קינד שפעטער אין חדר און אין ישיבה אלע יארן לערנען און דאווענען, דאס איז אויך סנדקאות.


*מיטוואך פרשת בחוקותי, ל"ו לעומר*


מיטוואך פארטאגס זענען מיר אנגעקומען אין אמעריקע, אלי האט מיך אפגעווארט, ער איז מיר זייער געטריי. עס האט גענומען אביסל לענגער, ווייל מיר האבן געהאט אין א זעקל טרויבן, מיר האבן נישט געוויסט אז דאס איז אזוי הארב. אינמיטן קומט א פאליציי מיט א הונט און דער הונט האט געשמעקט אונזער זעקל און געגעבן א היס, מען האט צוגענומען מאמי'ס פאספארט און אונז אויפגעהאלטן פאר א שטיקל צייט. ברוך השם אז מען האט אונז נישט באשטראפט נאר צוגענומען די טרויבן, און מיר זענען אהיים געקומען בשלום.


איך בעט דיר זייער, גיי יעדן טאג אביסל התבודדות, שמועס זיך אויס דאס הארץ מיטן אייבערשטן; אז מען גייט התבודדות ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


אין מירון האבן די בחורים מיך געפרעגט אויב איך ווייס וואו די פתח המערה פון רבי שמעון איז, ווייל איך האב זיי דערציילט אז די פלאץ נעבן די הכנסת אורחים וואס שטייט דארט א טאוועל 'דא איז דער פתח המערה' - דאס איז נישט וואר, דאס איז א פלאץ וואו מען מאכט געלט פון אמעריקאנער וואס לאזן זיך מעלקן, און עלטער זיידי האט מיר געזאגט אז רבי אשר זעליג האט אים געוויזן וואו דער פתח המערה איז, האבן מיר די בחורים אנגעהויבן מוטשען אויב איך ווייס וואו דאס איז, איך האב זיי געזאגט איך קען זיי ווייזן, זיי זענען געווארן זייער פרייליך, איך האב זיי געוויזן אויפן מויל, די מויל איז די עפענונג צו די מערה, מערה איז א לשון פון זיין באהאפטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (מלכים א' ז, לו): "כְּמַעַר אִישׁ וְלֹיוֹת סָבִיב", זאגט רש"י: "לשון אחיזה ודיבוק", אזוי ווי מען נעמט זיך ארום, מען ווערט איינס, אויך איז דא אין משניות די לשון (עוקצין ג, ח): "וּמְעֹרֶה בַקְּלִפָּה"; די מויל איז די פתח המערה, די וועג צו ווערן ארומגענומען מיטן אייבערשטן, ווערן איינס מיטן אייבערשטן; אז מען גייט יעדן טאג התבודדות, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, מען דערציילט אלע שלעכטע בלוט וואס מען האט, אלע שווערע נאטורן, אלע שלעכטס וואס דער סמ"ך מ"ם ברענגט, מען וויינט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל אויך זיין א איד, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, נאר רעדן פון דיר" - קומט מען אן אין די מערה פון די צדיקים, מען ווערט באהאפטן צום אייבערשטן מיט די שטערקסטע מדריגה.


איך האב דיר געשריבן נאר ממש א פינטל פון וואס עס איז אריבער, און פון די געפילן וואס מען איז זוכה ביי די צדיקים, איך האף דו וועסט ענדיגן ש"ס די יאר, וועל איך דיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף נעמען קומענדיגע יאר ל"ג בעומר.


אויך וויל איך זייער שטארק ענדיגן מיט דיר דעם גאנצן זוהר און מאכן ל"ג בעומר די סיום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - מקרב זיין יעדן, אבער מיט שכל
חברים, שכל, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן זאלסט האבן קשר מיט אנשי שלומינו, באגריס יעדן איינעם און רעד צו אלעמען, בעיקר מיט די שטילערע וואס רעדן נישט מיט קיינעם, זיי דארף מען באגריסן און מקרב זיין.


ודעת לנבון מען דארף האבן שכל ווי אזוי צו רעדן און וואס צו זאגן, נישט צו גיין אויף די נערווען, יענעם דענערווירן, ווייל נישט אלע ווייסן ווי אזוי צו מקרב זיין און מחזק זיין, מען דארף שמועסן סתם זאכן, יענער זאל שפירן אז ער האט מיט וועם צו רעדן, און נישט אנהויבן זאגן: "ביסט אזוי חשוב, ביסט אזוי גוט".


איך געדענק נאך גוט, ווען איך בין אנגעקומען אין היכל הקודש זענען געווען פון אנשי שלומינו וואס האבן מיך געוואלט מקרב זיין, אבער זיי האבן נישט געוואוסט ווי אזוי, און עס האט געפעלט א האר איך זאל אוועקגיין פון היכל הקודש צוליב זיי, זיי האבן מיך געגלעט און געזאגט ווי גוט איך בין און ווי חשוב איך בין, דאס האט אזוי נערוועז געמאכט.


איך האף דו וועסט מיר העלפן מיט דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - אז דער מאן שפירט אז זיין ווייב שעצט אים, דארף ער נישט קיין שלעכטס
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שכל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער מאן וויל איר זאלט קוקן מיט אים זאכן – זאלט איר אים חס ושלום נישט געבן דעם געפיל אז איר זענט מער פון אים, דאס וועט אים זייער צעברעכן און אים אראפקלאפן; נאר מיט חכמה זאלט איר אים מאכן שפירן גוט און חשוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "נתן הקדוש ברוך הוא בינה יתירה באשה יותר מבאיש", א פרוי האט מער פארשטאנד פונעם מאן, און מיט חכמה קען מען אלעס מאכן גוט.


מאכט פילן אייער מאן ווי ער איז דער צדיק, ער איז חשוב, ווי ער איז ערליך, געבט אים די גוטע געפיל - וועט ער אליינס אפלאזן די זאכן וכו'; ווייל די רגע וואס דער מאן שפירט ווי ער איז עפעס ווערד, ער שפירט ווי זיין ווייב שעצט אים - דארף ער שוין נישט קיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - עס זאל דיך נישט שטערן אז דיין ווייב וויל נישט גיין צו די ארבעט
שלום בית, לימוד התורה, שכל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זאל דיך נישט שטערן אז דיין ווייב וויל נישט גיין צו די ארבעט; א פרוי דארף נישט ארבעטן, זי מעג ארבעטן אבער זי דארף נישט ארבעטן; זאל דיר עס נישט אנגיין.


בלייב נישט אין שטוב אינדערפרי איר וועקן פאר שעות לאנג, גיי ארויס אינדערפרי דאווענען און לערנען און גיי ארבעטן, און אז זי בעט דיר הילף אויפצושטיין, זי בעט דו זאלסט איר וועקן - זאלסטו איר אויפוועקן, אבער נישט אויסדרייען דיין סדר היום.


דו זאלסט איר נאר פרייליך מאכן, זאלסט איר געבן אסאך גוטע ווערטער. גיי שפאצירן מיט איר, שפאצירן איז געזונט פארן גוף און נאך מער פארן נפש; ביים שפאצירן זאלסטו איר אויסלויבן, זאג איר שיינע ווערטער. אזוי ווי אדם הראשון האט געזאגט פאר חוה (בראשית ב, כג): "לְזֹאת יִקָּרֵא אִשָּׁה", זאגט דער זוהר הקדוש (בראשית מט:) אדם הראשון האט געזאגט פאר חוה: "דָּא הִיא דְּלָא יִשְׁתַּכַּח כַּוָּותָהּ, דָּא הִיא יְקָרָא דְּבֵיתָא, כֻּלְּהוֹן נָשִׁין גַּבָּהּ כְּקוֹפָא בִּפְנֵי בְּנֵי נָשָׁא", דו ביסט א ווייב, אלע אנדערע זענען בכלל נישט אינטערעסאנט, נאר דו ביסט שיין און טייער.


לערן יעדן טאג משניות און גמרא; דארפסט נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, זאג די ווערטער, דאס וועט דיר געבן כוחות אנצוגיין אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - נישט רעדן פון היכל הקודש מיט משפחה
כיבוד אב ואם, היכל הקודש, שכל

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויגש, עשרה בטבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', צפת


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס דארפט איר רעדן פון היכל הקודש מיט אייער משפחה? וואס דארפט איר זיך אליינס מאכן א חוזק?! איז דען נישטא גענוג זאכן פון וואס צו רעדן מיט א מאמע און שוועסטערס? יעדע שמועס מוזט איר רעדן פון היכל הקודש און ווארטן מען זאל לאכן פון אייך?!


מיט א מאמע און שוועסטערס רעדט מען הוידל בוידל, מיט א מאמע און שוועסטערס רעדט מען פון די קינדער, און אז זיי בעטן חיזוק זאגט מען חיזוק וואס וועט זיי נישט קראצן אין זייער אויער, מען דערציילט מעשיות פון השגחה פרטית, מען זאגט עס אויף זייער שפראך. אויב די ווארט 'שכוח אייבערשטער' און די ווארט 'א מעשה פון תפילה' קראצט זיי אין אויער - זאגט מען 'א מעשה פון השגחה פרטית', 'א מעשה פון לויבן דעם אייבערשטן'; וואס פעלט אויס זיך מאכן צו שאנד און צו שפאט ביי די משפחה?!


אז מען האט א שוועסטער וואס האט אויך געטרינקען פון די אונגארישע וויין פון טאקיי, די רויטע טאקייער וויין - דעמאלט קען מען שמועסן אפן, אבער כל זמן די משפחה לאכט פון היכל הקודש - איז נאריש צו רעדן, מען טוט גארנישט אויף, מען ווערט א געשפעט.


איך האב געהאט א באבע א גרויסע צדיקת, רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, וואס איז געווען אין אוישוויץ ביי די דייטשע רוצחים און האט איבערגעלעבט די קריג מיט ניסי ניסים. איר מעלה איז געווען, אויסער איר ערליכקייט איז זי געווען גאר א קלוגע; זעלטן צו געפינען א פרוי מיט אזויפיל חכמת נשים. זי פלעגט אונז שטענדיג דערציילן אז נאכן קריג האט זי גערעדט טאג און נאכט פון אמונה, נאר דאס האט איר געקענט האלטן ביים זינען; שטעלט זיך פאר א יונג ווייבל וואס האט קוים אנגעהויבן איר לעבן, האט פארלוירן אירע קינדער מיט איר מאן און געבליבן אליין, נאר אמונה, דאס האט איר געהאלטן. איין טאג הערט זי ווי אירע חבר'טעס רעדן שטילערהייט און זאגן: "רחל לאה איז נעבעך בארירט געווארן, זי רעדט טאג און נאכט פון משיח און פון באשעפער". מיין באבע האט דערציילט: "איך האב פון דעמאלט פארמאכט מיין מויל און גערעדט מיט אלעמען הוידל בוידל, אויב רעדן פון אמונה מיינט בארירט געווארן - רעד איך נישט"; מיט אונז האט זי גערעדט טאג און נאכט פון אמונה, אבער זי איז געווען אזוי קלוג צו קענען דערשמעקן וואס צו רעדן מיט יעדן איינעם, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תצוה, דף קפו:): "זַכָּאָה מַאן דְּמַלִּיל עַל אוּדְנִין דְּשָׁמְעִין", וואויל איז דער מענטש וואס רעדט צו אויערן וואס הערן אויס.


א גוט שבת.

#20 - די ווייב איז גערעכט
שלום בית, שכל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב דיך זייער ליב און איך וויל נאר דיין גוטס; איך בעט דיר זייער, טו אלעס אויף די וועלט אז דיין ווייב זאל זיין רואיג און צופרידן. דו האסט א טייערע ווייב, דו אליינס זאגסט אז זי איז טייער, נאר זי פאלט אריין אין א פארלוירנקייט וכו', דארפסטו טון אלעס איר צו בארואיגן און פרייליך מאכן, אז דיין שטוב זאל חס ושלום נישט צעפאלן.


ברודער ליבער, ווי קלוג מיר זענען נאר - איז דער רבי קלוגער פון אונז און מיר מוזן פאלגן מיט פארמאכטע אויגן. אז דער רבי זאגט א ווייב דארף מען געבן גערעכט, (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רב) די ווייב איז אלץ גערעכט; מען קען נישט אויפווייזן אז זי איז נישט גערעכט, איז אך און וויי פאר א מאן וואס האלט זיך קלוגער פון רבי'ן און ער ווייזט אויף פאר די ווייב 'ביזט נישט גערעכט'; די גאנצע שטוב וועט צעפאלן און ער וועט יעדן קענען זאגן: "איך בין גערעכט"...


וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן און געבט אכטונג מיט אלע כוחות אויף די כבוד פון די ווייב; וועט ער זוכה זיין צו די וועלט און יענע וועלט.

#19 - ווען די ווייב מיט די שווער און שוויגער זענען אויף מעסער שטעך
שלום בית, שווער און שוויגער, שכל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך דארף א טובה, זאלסט רעדן מיט האברך ... מען דארף אים געבן צו פארשטיין ווי צו גיין צווישן די טראפן ווען די ווייב מיט די שווער און שוויגער זענען אויף מעסער שטעך; מיט אביסל שכל קען ער האבן א חיים טובים.


לערן אים אויס די שכל וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, דער סיפור וואס מוהרא"ש האט דערציילט פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו, ווען זיין מאמע איז געקומען צו אים און גערעדט קעגן זיין ווייב - האט ער איר אויסגעהערט מיט דרך ארץ און געשאקלט מיטן קאפ, געוויזן אז ער שטימט צו צו אירע רייד און איר געגעבן גערעכט, און נאכדעם ווען זיין ווייב אזי געקומען רעדן צו אים קעגן זיין מאמע - האט ער איר געגעבן גערעכט.


זיינע עלטערן רעדן צו אים קעגן זיין ווייב, על כל פנים אזוי זאגט זי, און זי רעדט צו אים קעגן זיי, און עס איז א שאד די שטוב זאל צעפאלן; לערן אים ער זאל נישט טענה'ן מיט זיין ווייב, ער זאל אכטונג געבן אויף איר, און אז זי לאזט אים נישט רעדן צו זיינע עלטערן - זאל ער איר נישט אויפרעגן, נאר מיט חכמה טרעפן ווען צו רעדן און ווי צו רעדן מיט זיי, און ער מוז נישט דערציילן יעדע מאל ער רעדט מיט זיי.


א גרויסן יישר כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - ס'איז נישט גוט נאכצוקוקן דעם מאן
שלום בית, שכל, הדרכות, עצות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ...


איך האב ערהאלטן אייער לאנגע בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א): "הַיֵּצֶר הָרָע מִתְלַבֵּשׁ עַצְמוֹ בְּמִצְווֹת", דער יצר הרע קומט צום מענטש, ער רעדט אים איין עס איז א מצוה, "וּמַטְעֶה אֶת הָאָדָם כְּאִלּוּ מְסִיתוֹ לַעֲשוֹת מִצְוָה", ער רעדט איין דעם מענטש מיט מצוות; ביי פרויען קומט ער זיי איינרעדן צו זיין פארנומען מיטן מאנ'ס עבודת השם, ביז ער צעשטערט די שלום בית, און די שכינה הקדושה גייט אוועק פון זיי רחמנא לצלן.


ווער האט אייך געבעטן צו האלטן חשבון ווען אייער מאן שטייט אויף? וואס קוקט איר אים נאך וואס ער טוט, וואו ער איז און אויב ער קומט צו די שיעורים? איך בעט אייך מיט רחמנות, גייט אוועק פון די משוגע'נע וועג, ווייל נישט נאר עס וועט נישט העלפן, נאר דאס וועט מאכן אייער מאן זאל דארפן אנהויבן מיט ליגנט, נאר איר אליינס וועט צוגרינד גיין.


נעמט זיך איין פליכט, פרייליך מאכן אייער מאן. אז ער שלאפט אריין אין טאג – זאלט איר זאגן: "שכוח אייבערשטער פאר מיין מאן", און אז ער גייט נישט דאווענען – איז דאס נישט אייער געשעפט.


איך ציטער וואס וועט דא זיין, איך האב אזויפיל געטון פאר ענקער שידוך און פאר ענקער לעבן, און יעצט הויבט זיך אן א פרישע געשעפט, איר הויבט אן מיט זיין רוחניות.


ווער ווייסט אויב דאס מאכט ער זאל נישט אויפשטיין פרי און גיין דאווענען, ער שפירט אז איר האט אים נישט אזוי ליב ווי אמאל און איר טראסט אים נישט.


אז איר ווילט האבן א מאן וואס שטייט אויף צייטליך, דאווענט מיט חיות און דינט דעם אייבערשטן – זאלט איר טון די איין זאך, מאכן זיכער ער זאל זיין פרייליך, איר זאלט נישט אויפהערן שמייכלען און גארנישט מער.


די אלע מענער וואס זענען מצליח – איז ווייל זיי האבן א ווייב וואס מאכט זיי פרייליך, א ווייב וואס האלט פון זיי; ווייל נאר דאס הויבט אויף א מענטש, ווען ער ווייסט 'מיין ווייב איז דא פאר מיר, זי קוקט מיך נישט נאך, זי געטרויעט מיר'.


נעמט אן מיינע ווערטער וואס איך שרייב אייך פון הארץ, וועט זיך אלעס טוישן צום גוטן.

#17 - וויפיל שעה א טאג ליידסטו אינדערהיים?
שלום בית, התחזקות, הפצה, סבלנות, בזיונות, חלישות הדעת, שכל, גט

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א איד איז געקומען צו א גדול בישראל אז ער וויל זיך גט'ן, ער ליידט פון זיין ווייב, ער וויל נישט מער ליידן; האט אים דער גדול געזאגט: "איך וויל זאלסט מיר ברענגען א פינקטליכער באריכט פון דיין סדר היום, וויפיל דו שלאפסט, וויפיל דו ארבעטסט, וויפיל דו לערנסט, ווי לאנג עס נעמט דיר צו עסן, און אפילו ווי לאנג דו זיצט אין בית הכסא; שרייב מיר אראפ אלעס פינקטליך". דער איד איז צוריק געקומען מיט א פינקטליכער באריכט אפגעשריבן, פרעגט אים דער גדול: "ווען דו שלאפסט ליידסטו פון דיין ווייב?" זאגט ער: "ווען איך שלאף - שלאף איך, איך לייד נישט", זאגט דער גדול: "האסטו שוין אכט שעה פונעם טאג וואס דו ליידסט נישט, נאכדעם ווען דו ארבעטסט רוב טאג ליידסטו פון איר? אויך נישט, דו ביסט דאך ביי די ארבעט, נאכדעם די איבריגע צייט וואס דו דאווענסט און דו לערנסט דיינע שיעורים - האסטו אויך נישט מיט איר, און אזוי ווייטער; קומט אויס א שעה א האלב אדער ווייניגער האסטו מיט איר, איז דער צרה נישט אזוי גרויס, איז וואס לוינט דיר זיך צו גט'ן? זיין פארוואגלט, נישט האבן קיין בעט, נישט קיין דירה און ליידן א גאנצן טאג צוליב די ביסל צייט?" ודברי פי חכם חן.


איך האב געהערט אן עצה פון א צדיק פון ברסלב אז דורך הפצה האט מען שלום בית. ווייל יעדן איינעם איז באשערט בזיונות און חלישות הדעת; אדער גייט מען הפצה און מען נעמט די חלישות הדעת ביי די הייזער, און מען כאפט די בזיונות אין שול ביי הפצה - האט מען שוין באקומען דאס באשערטע; וועט די ווייב אפווארטן מיט א שמייכל, און אז מען האט נאכנישט געהאט די חלישות הדעת - קומט מען אהיים און דעמאלט הייבט זיך אלעס אן.


זאלסטו יעדן טאג עוסק זיין אין הפצה, וועט דיר זיין גרינגער אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן שבת.

#16 - ווי אזוי צו נעמען וואקאציע
שלום בית, שכל, וואקאציע

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האף דו האטס פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט וועגן פארן אויף וואקאציע, א שאד די געלט, א שאד די מי – ווען מען קען מאכן וואקאציע אין שטוב; נאר פאר איין זאך לוינט צו פארן וואקאציע – צו זען אז דער אוצר איז אין שטוב, דער אוצר איז אונטערן פריפעטשיק.


איך וויל דיר לערנען וואקאציע; ווען דו קומסט אהיים נאך א טאג שווערע ארבעט – זאלסטו אנטפאנגען דיין ווייב מיט א גרויסע שמייכל, און מיט חכמה זאלסטו דערגיין וואס איז די מצב, ווי פעלט אויס שנעלע הילף. נעם צוזאם די שטוב, טראג ארויס די מיסט, נעם צוזאם די שפילצייג, געב צו עסן פאר די קינדער, באד זיי אפ, ליין מיט זיי קריאת שמע און לייג זיי שלאפן, דאס אלעס דארף נישט נעמען לאנג. נאכדעם זאלסטו זיך אוועקזעצן שמועסן מיט דיין ווייב, הער אויס ווי איר טאג איז געווען, דערצייל איר עפעס אינטערעסאנט, געב גוטע ווערטער – ויקרא שמו 'וואקאציע'.


קענסט אויך גיין א שפאציר און איינקויפן אן אייסעס, אייסקריעם, פאפקארן – און זיך שפארן דאס צעטיילן די קינדער, זיך שפארן פארן, פליען, גיין און קומען, זיך קריגן.


איך זאג דיר אן ליצנות, א שאד די געלט, א שאד די מי. נעם יעדן טאג וואקאציע

#15 - מער אמונה, ברענגט מער רחמנות און מער פרנסה
אמונה, סבלנות, פרנסה, מדות טובות, שכל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער חבר ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ווי מער מען נעמט אריין אין זיך אמונה, מען חזר'ט טאג און נאכט די אמונה אז עס איז נישטא גארנישט אויסערן באשעפער – אלץ מער קען מען יעדן איינעם ליידן, מען קען מיט יעדן איינעם לעבן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן נו, אות ו): "וכל מה שמתרבה הדעת, מתרבה הרחמנות והשלום", ווי מער מען ווייסט פונעם אייבערשטן – אלץ מער רחמנות האט מען אויף יעדן איינעם, און מען קען זיך מיט אלעמען אויסקומען; אזוי ווי עס שטייט (ישעיה יא, ו) ווען משיח וועט קומען: "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְגוֹ', אפילו צוויי פארקערטע נאטורן וועלן לעבן אינאיינעם; ווייל משיח וועט אריינברענגען אזא שכל אין די וועלט, צו וויסן אז אלעס איז אייבערשטער.


אויך, ווי מער מען נעמט אריין אמונה – אלץ מער פרנסה האט מען. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "כי פרנסה בנקל תולה בדעת", גרינג פרנסה קומט פון דעת, פון וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער און גארנישט אויף די וועלט פאסירט פון זיך אליין, אלעס איז פון אים, און אז מען האט נישט קיין דעת, מען לעבט אָן אמונה – דארף מען שווער ארבעטן. אזוי ווי דער זוהר זאגט (פרשת בשלח, סג.) אויפן פסוק (במדבר יא, ח): "'שָׁטוּ הָעָם וְלָקְטוּ', בִּשְׁטוּתָא", דאס מוטשען זיך איז פון 'שטותא', פון פארגעסן פונעם אייבערשטן.


אשרינו מה טוב חלקינו טויזנט מאל אז מיר האבן אזא רבי וואס לערנט אונז אמונה, ער לערנט אונז צו וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער, און נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן.

#14 - רעד מיט דיין ווייב אירע זאכן
שלום בית, חסידות ברסלב, אומאן, שכל, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב זאגט דיר זאלסט אונטערשרייבן אז דו פארסט מער נישט קיין אומאן אויף ראש השנה, ווייל זי שפירט אז זי איז נישט אזוי חשוב ביי דיר, דו האלסט דעם רבי'ן חשוב'ער ווי איר – זאלסטו איר אודאי אונטערשרייבן אז דו פארסט נישט קיין אומאן, אבי עס זאל זיין שלום, און דו זאלסט איר האלטן זייער טייער, זאלסט איר געבן נאר גוטע ווערטער און זיך זארגן פאר איר אז זי זאל זיך שפירן די נענסטע צו דיר.


א אינגערמאן האט מיר דערציילט, נאך די חתונה האט ער אזוי סאך גערעדט צו זיין ווייב פון אלוקית ביז זיין ווייב פרעגט אים איין טאג: "וועם דארפסטו מער, מיך אדער אלוקית?" האט ער געזאגט: "אודאי אלוקית"; דער איד זאגט מיר: "עד היום לייד איך פון דעם..." ער האט נישט געכאפט דעם לימוד וואס דער רבי לערנט אונז, ער האט נישט געהאט מוהרא"ש זאל אים עפענען די אויגן ווי אזוי צו לעבן מיט די ווייב. מוהרא"ש לערנט אונז, מיט א ווייב רעדט מען אירע זאכן, מען לאזט זיך אראפ, מען רעדט פון קליידער, פון איינקויפן, פון שיך און שטרומפ, וואס זענען די זעלבע קאליר וכו' וכו' און מען ווארפט אמאל אריין ברעקלעך אמונה, מעשיות פון השגחה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כג:) עס איז געווען א צדיק רבי יונה, ווען מען האט געדארפט אין שטוב עסן האט ער געזאגט פאר זיין ווייב אז ער האט גייט איינקויפן, און למעשה איז ער געגאנגען התבודדות; ער האט זיך באהאלטן אין א טיפע טאל און דארט האט ער זיך גוט אויסגעוויינט צום אייבערשטן, און שפעטער איז ער צוריק געקומען, האט ער מיט איר גערעדט איר שפראך, נישט פון אלוקית, נישט העכער פון איר דרגא; ער האט גערעדט די ביזנעס שפראך, אז ער זעט אז די פרייז גייט פאלן, טראכט ער ענדערש זאל מען איינקויפן מארגן.


שרייב אונטער פאר דיין ווייב. איך געדענק ביי מוהרא"ש אזא מעשה, איך בין געווען אין צימער ווען איינער פון אנשי שלומינו איז געקומען וויינען צו מוהרא"ש נאך ראש השנה אז זיין ווייב האט זיך אפגעשיידט פון אים, זי וויל מער נישט לעבן מיט אים - ביז ער זאגט צו אז ער פארט מער נישט קיין אומאן, זי פארלאנגט ער זאל אונטער שרייבן אז ער גייט מער נישט פארן קיין אומאן.


מוהרא"ש האט אים געזאגט: "אודאי זאלסטו אזוי טון, זאג איר צו אז דו פארסט מער נישט קיין אומאן"; מוהרא"ש האט אים געזאגט: "ווען דו זאגסט צו - זאלסטו טראכטן, דו זאגסט צו דו פארסט מער נישט, פינטל". אזוי ווי יעקב אבינו האט געזאגט פאר זיין טאטע יצחק (בראשית כז, יט): "אָנֹכִי עֵשָׂו בְּכֹרֶךָ", זאגן די הייליגע חכמים (תנחומא הישן, ט; הובא ברש"י) ער האט געזאגט "אָנֹכִי", איך בין, פינטל, איך בין ווער איך בין, "עֵשָׂו בְּכֹרֶךָ", עשיו איז דיין בכור. מוהרא"ש זאגט אים: "דו טראכט, איך זאג צו איך פאר נישט מער", פינטל, וואו? צו די לבנה, און מוהרא"ש זאגט אים: "זאלסט טאקע מער נישט פארן צו די לבנה, קיין אומאן אויף ראש השנה פאר איך יעדע יאר"; מוהרא"ש האט געשמייכלט, און ברוך השם יענער אינגערמאן איז צוריק מיט זיין ווייב און ער פארט יעדעס יאר קיין ראש השנה, מיט דעם וואס ער האט צוגעזאגט.


מען דארף טון אלעס אויף דער וועלט עס זאל זיין שלום אין שטוב, און אז די ווייב איז אנגעגעסן אויף ברסלב, זי שפירט אז דו דארפסט איר נישט און זי זאגט אז ברסלב איז שולדיג אין דעם - זאלסטו איר איבערבעטן און טון אלעס אויף דער וועלט אז זי זאל דאס נישט שפירן, זי זאל שפירן אז זי איז נומער איינס ביי דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#13 - א שניר מיט א שוויגער פארטראגן זיך נישט
חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, שכל, עצות

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן, א שניר מיט א שוויגער פארטראגן זיך נישט, א שוויגער האט פיינט איר שניר. מוהרא"ש זאגט, די שוויגער איז מקנא איר שניר פון נארישע קנאה, זי טראכט 'איך האב זיך געפלאגט אלע יארן מיט מיין זון און יעצט קומט די שניר און נעמט אים אוועק', (נישט אלע זענען אזוי, אבער זייער אסאך טראכטן אזוי).


ווערט נישט צעפאלן אז אייער שוויגער מאכט אייך אוועק, מישט זיך אריין אין אייער לעבן און רעדט צו אייער זון קעגן אייך; א שוויגער האט פיינט א שניר, עד כדי כך, די הייליגע חכמים דערציילן (שבת כו.) עס איז געווען א שוויגער וואס האט אזוי שטארק פיינט געהאט איר שניר, זי האט געזאגט פאר איר שניר: "איך האב דיר געקויפט א גוטע שעמעקעדיגע בשמים, גיי שמיר זיך אן מיט דעם", נאכדעם ווען זי האט געצינדן די שבת ליכט - "אינפח בה נורא ואכלתה" האט זי זיך פארברענט, די בשמים האט געהאט אין זיך אויסגעמישט א פלאמעדיגע זאך וואס מאכט אויפפלאמען; זעט מען פון דעם ווי ווייט די פיינטשאפט גייט.


מיט דעם אלעם, מיט די עצות פון רבי'ן - קען מען לעבן א חיים טובים. איר זאלט זאגן אלץ פאר אייער מאן גוטע ווערטער אויף זיין מאמע, און אויך זאלט איר זאגן פאר די שוויגער ווי שטארק איר האט זי ליב - וועט זיין שלום. ווייל שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער זעט מען זיך - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד; אזוי איז א מענטש צום חבר - ווען מען שמייכלט שמייכלט יענער צוריק, און ווען מען איז שלעכט, איז יענער שלעכט צוריק צו דיר; געדענקט, די גאנצע לעבן איז אזוי ווי א 'שפיגעלע', אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל', זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק און אויב מען ווייזט א זויערע פנים צום 'שפיגל' - זעט מען א זויערע פנים.


אז איר וועט נאר געבן גוטע ווערטער, איר וועט זיך שטענדיג באדאנקען - וועט זי זיך בייגן, זי וועט טוישן איר צוגאנג צו ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - א יונגער בחור מיט אזויפיל שכל
בחור, עבודת השם, משניות, שכל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיר אזוי מחי' געווען מיט דיין בריוו, איך האב אזוי הנאה צו הערן פון א יונגער בחור מיט אזויפיל שכל; דו לערנסט ח"י פרקים משניות יעדן טאג און דו האסט יעצט מסיים געווען די איין און צוואנציגסטע מאל ששה סדרי משנה. אויך מיט דעם וואס דו שרייבסט אז דו גייסט יעדן טאג שפאצירן מיטן אייבערשטן, דו שמועסט אויס דיין הארץ מיט אים.


גיי אן מיט דיין עבודת השם, דו וועסט אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - געווינען די לאטערי, וועט מיר מאכן פרייליך?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, פרנסה, תכלית, שכל, ראש ישיבה, דמיונות, לאטערי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כה): "כִּי צָרִיךְ כָּל אָדָם לְהוֹצִיא אֶת עַצְמוֹ מֵהַמְדַמֶּה וְלַעֲלוֹת אֶל הַשֵּׂכֶל", א מענטש דארף ארויסגיין פון זיינע דמיונות און באקומען שכל; וואס איז דאס שכל און וואס איז דאס דמיונות? אלעס וואס האט מיט'ן אייבערשטן - דאס איז שכל; א מענטש טראכט: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מהוה די גאנצע בריאה, דער אייבערשטער האט מיך ליב, ער ווארט איך זאל אנטון תפילין, ער ווארט איך זאל רעדן צו אים' - דאס איז שכל; אנדערע זאכן וואס מען טראכט און מען רעדט, 'אויב דער וועט געווינען - וועט זיין גוט און אויב יענער וועט געווינען וועט זיין נישט גוט' - דאס איז אלעס כח המדמה, און אז מען טראכט: 'אויב איך וועל געווינען די לאטערי וועל איך זיין פרייליך' - דאס איז אלעס דמיון.


ווי אזוי גייט מען ארויס פון כח המדמה? דורך תפילה והתבודדות; אז מען באנוצט זיך מיט די עצה פון משיח, וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט - מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, מָשִׁיחַ איז דער לשון פון מֵסִיחַ אִלְּמִים, משיח וועט מאכן אלע שטומע זאלן שמועסן; וואס מיינט שטום? אז מען רעדט צו יעדן איינעם און פון יעדן איינעם - אויסער צום אייבערשטן און פונעם אייבערשטן.


אז מען גייט יעדן טאג אביסל רעדן מיט'ן אייבערשטן, מען דערציילט דעם אייבערשטן אלעס וואס מען טוט, אלעס וואס מען טראכט, ווי שטארק איך בין פארנארט; איך מיין אז איך גיי לעבן פאר אייביג, איך מיין אז איך האב, איך מאך און טו, איך פארגעס אז איך בין גארנישט און איך וועל נאך אביסל דארפן אוועקגיין פון די וועלט און איבערלאזן מיין האב און גוטס פאר מענטשן וואס איך קען נישט, מען בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען גיין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל היינט עפענען א חומש, א משניות; איך זאל זיך מיט קיינעם נישט קריגן" - דאס איז שכל.


היינט נאכט וועל איך געבן די וועכנטליכע שיעור אפילו איך בין זייער איבערגעשטרענגט, איך היס נאך זייער שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - פארדינט פוינטס, און פארלוירן איבער הונדערט טויזנט דאלער
סבלנות, חובות, שכל, פארנארן, קרעדיט קארד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קען נאכנישט קומען צו זיך פון וואס דו האסט מיר דערציילט, ווי דו האסט זיך אזוי באנארישט; האסט געגעבן דיין קרעדיט קארד פאר דיין בעל הבית, ער זאל איינקויפן זיינע סחורה און באצאלן סוף חודש - פאר נארישע פוינטס, און יעצט האט ער דיר אזוי אנגעזעצט, דו זיצט מיט קרוב צו הונדערט טויזנט דאלער אינדרויסן, און ער זאגט דיר: "אין לי לשלם!"


ווי קען זיין נאכן לערנען אין ישיבה אזויפיל יאר און הערן הונדערטער דרשות פון דעם, אז מען זאל נישט טראסטן קיינעם, מען זאל נישט פארבארגן די קרעדיט קארדס אפילו פאר דעם באגלייבסטער מענטש – האסטו אזא נארישקייט געטון?!


יעצט דארפסטו רחמי שמים דו זאלסט צוריק זען די געלט; חוץ פון וואס עס קאסט דיר יעדע חודש אזויפיל געלט נאר צו באצאלן די פראצענט.


איך האב פאר דיר אן עצה ווי אזוי דו זאלסט צוריק זען דיין געלט. בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג, און אפאר מאל א טאג, בנוסף לזה זאלסטו רעדן צו דיין בעל הבית יעדן טאג שיינערהייט, זאלסט זיך נישט קריגן מיט אים, ווייל בדרך כלל ווען מען פארבארגט געלט – זוכט דער לוה מען זאל שרייען אויף אים, אזוי שפירט ער זיך בעסער נישט צו באצאלן, מיט'ן טענה: "האסט געשריגן! האסט מיך פארשעמט וכו'!" רעד צו אים טאג טעגליך ער זאל אנהויבן באצאלן שטייטליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ארויסגיין פון דיינע חובות; מיט תפילה און סבלנות וועסטו זען ניסים.

#9 - אביסל שכל ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן
שלום בית, שכל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב סטראשעט דיר, זי גייט נישט וכו' - זאלסטו איר איבערבעטן און איר געבן גערעכט, אזוי וועט זי גיין וכו'; טו אלעס אין די וועלט אז דיין ווייב זאל זיין מיט דיר וכו'.


מען דארף בעטן דעם אייבערשטן ביי די ברכה פון אתה חונן לאדם דעת אז מען זאל באקומען אביסל שכל און וויסן ווי אזוי צו קענען גיין צווישן די טראפן; נישט אלעס וואס די ווייב זאגט דארף מען טון, אבער מיט שכל דארף מען פארשטיין אז מען דארף זיך מיט איר נישט טענה'ען; מען געבט איר גערעכט און מען טוט וואס מען האט צו טון.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי צו קענען אריבערגיין די וועלט אן זיך קריגן און אן ווערן גענארט פון די וועלט. דער רבי האט אונז געלערנט א וויכטיגע זאך; נישט געווען א שיעור וואס מוהרא"ש זאל דאס נישט איבער'חזר'ן פאר אונז, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; עס קומט די מינוט וואס מען רופט צוריק דעם מענטש, מען נעמט דעם מענטש מען לייגט אים אריין אין א גריבל און מען באדעקט אים מיט ערד, די משפחה גייט אהיים און מען בארואיגט זיך, די ווייב האט חתונה מיט א צווייטן, די קינדער הויבן אן לעבן ווייטער זייער לעבן און קיינעם אין די וועלט פאלט נישט ביי וואס די נשמה הויבט יעצט אן אריבערצוגיין, וואס פאר א שרעקליכע פיין און ליידן זי גייט אריבער; מען נעמט אפיר דעם מענטש, דארט איז נישט אינטערעסאנט ווער איז דער ממלא מקום וכו', דארט איז נישט אינטערעסאנט ווער האט מער מענטשן, ווער איז דער חד בדרא, דארט איז אינטערעסאנט נאר די פרקים משניות און דפים גמרא, דארט איז חשוב יעדע ווארט וואס מען האט גערעדט צום אייבערשטן, דארט איז חשוב דער וואס האט ליב געהאט א צווייטן איד, גערעדט שיין צו א צווייטן, ווער עס האט מחנך געווען זיין שטוב מיט שלום, מיט תורה און מיט קדושה.


איך וועל דיר נישט ענטפערן אויף דיינע אנדערע פראגעס, ווייל וואס האט דאס מיט דיר און וואס האט דאס מיט מיר? עס איז מיר נישט אינטערעסאנט צו רעדן פון דעם און פון יענעם; איך בין זייער פארנומען, איך האב קוים צייט צו ליינען בריוו, ווער רעדט נאך פון ענטפערן; איך האב דיר נאר געענטפערט ווייל ביי מוהרא"ש איז געווען דער ענין פון שלום בית פאר אלעס, און אז דו שרייבסט מיר דיין ווייב וויל נישט גיין וכו', זי וויל נישט האבן מיט דיר וכו', זי סטראשעט דיר וכו' - זאלסטו חס ושלום נישט מאכן קיין עסק אין שטוב פון די זאך.


געדענק: "מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט!" די ווערטער קלינגען מיר אין די אויערן, די ווערטער האב איך געהערט ביי מוהרא"ש הונדערטער מאל: "מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט", "מיט א ווייב טענה'עט מען נישט", "מיט א ווייב גייט מען נישט אין ויכוחים".


איך האף דו וועסט ארויסנעמען פונעם בריוו רמזים ווי אזוי צו קענען גיין צווישן די טראפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - מיט תפילה באקומט מען שכל ווי אזוי צו האנדלען אין שטוב
תפילות אויף אידיש, שלום בית, שכל, הדרכות, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' בהר, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ...


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב און געבעטן אן עצה וכו' האב איך דיר געזאגט איך וועל רעדן מיט דיר פריוואט, למעשה בין איך אוועק געפארן קיין ארץ ישראל, יעצט בין איך אין מירון, איך ווייס נישט ווען עס וועט אויסקומען צו רעדן, וועל איך דיר קודם שרייבן ברמיזה, ווען עס וועט אויסקומען צו רעדן פנים בפנים – וועלן מיר רעדן.


די זאך איז אזוי, אז די ווייב שפירט ווי איר מאן לויפט איר נאך – וועט זי זיך אוועקציען, ווי נאר די ווייב באקומט די הרגשה אז איר מאן לויפט איר נישט נאך, איר מאן איז איר מכבד, ער זארגט פאר איר, ער העלפט איר און רעדט שיין צו איר – וועט זי טון רצון בעלה; דאס איז בדוק ומנוסה.


דער פראבלעם איז אז נישט יעדער כאפט דאס, אדער כאפט מען יא וואס מען האט צו טון – אבער מען האט נישט כח און סבלנות דאס צו טון, דאס אויסצואווארטן; דארף מען טון די עצה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן אויף די פשוט'ע שפראך: "רבונו של עולם, העלף מיר, געב מיר שכל איך זאל וויסן וואס מיינט מכבד זיין - דאס צו טון, און וואס מיינט נאכלויפן – איך זאל דאס נישט טון; ווי אזוי טוט מען, וואס טוט מען, וויפיל טוט מען וכו' וכו'", מען דארף בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל לעבן מיט מיין ווייב א געזונטע לעבן, איך וויל לעבן מיט איר, נישט איר באצווינגען, ווי אזוי טוט מען דאס?"


מיט תפילה באקומט מען שכל. מוהרא"ש זאגט, "שכל" איז די ראשי תיבות פונעם פסוק (איכה ב, יט): "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ", גיס זיך אויס דאס הארץ פאר'ן באשעפער; דאס איז שכל, תפילה והתבודדות געבט שכל, מען ווייסט וואס מיינט 'יענעם ליב האבן', און וואס איז 'זיך אליינס ליב האבן'; א ווייב קויפט נישט אפ דאס זאגן מען האט איר ליב – ווען די געפילן זאגן 'האסט זיך אליינס ליב וכו''.


איך וועל רעדן מיט דיר פנים בפנים.


דערווייל זיי זיך קובע שיעורים אין מקרא, משנה, גמרא און מדרש. אויך זאלסטו גיין אין פעלד יעדן איינציגסטן טאג; שריי צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


איך מוז מקצר זיין, איך הער מען קען גיין צו די מערה, איך לויף ארויף.

#7 - עס איז געווען כדאי די גאנצע התקרבות נאר כדי צו הערן דעם בריוו
דרשות, בית המדרש, בריוו, שכל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער גבאי ... נרו יאיר, בני ברק


איך באקום יעדן טאג בריוו פון פרישע מקורבים; איינער שרייבט מיר: "פרשת שמות האב איך זוכה געווען צו זיין ביי שלש סעודות אין בית המדרש אין בני ברק, עס איז געווען זייער שיין; דער גבאי נרו יאיר האט פארגעלערנט גאר א שטארקע בריוו, אין עצתו אמונה חלק ב' מכתב קז, וועגן די ענין פון שלום בית, אז נאכלויפן די ווייב הייסט נישט געבן ליבשאפט, נאר נעמען ליבשאפט; זייער א יסודות'דיגע בריוו. יענער שרייבט: 'עס איז געווען כדאי די גאנצע התקרבות נאר כדי צו הערן דעם בריוו; אזא שכל וואס איז נישטא אין קיין שום אנדערע פלאץ אויף די וועלט'".


איך שיק דיר א בריוו פאר האברך ... נרו יאיר, געב אים איבער די בריוו און זאג אים פערזענליך א גרויסן יישר כח פאר'ן בארגן די ספר תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - מאכן פשוטע שמחות, אבער מיט שכל
שטעטל, אידיש געלט, שכל, שמחות

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך בעטן, היות איר העלפט זייער געטריי דא אין וויליאמסבורג אלע שמחות פון אנשי שלומינו מיטן צושטעלן די סעודה בחנם, דורך צאמנעמען אלע משפחות, יעדער מאכט עפעס; עס איז אזוי געשמאק, אזוי בא'טעמ'ט. וויל איך אייך בעטן, אפשר קענט איר העלפן אוועקשטעלן אין שטעטל, אין קרית ברסלב - אזא סארט זאך; די משפחות זאלן דארט העלפן מיט די סעודה ביי שמחות, בר מצוה'ס וכדומה.


מען דארף עס אוועקשטעלן מיט שטארקע תקנות; פון איין זייט זאל עס זיין פשוט, נישט איבערגעטריבן, מען קען נישט מאכן טייער; פון די אנדערע זייט זאל עס נישט זיין קיין חוזק, מען קען נישט געבן אלטע דענישעס וואס מען האט שוין צוריק געלייגט אין פריזער צען מאל.


שטעלט אוועק א פרוי וואס זי זאל דאס פירן מיט שכל און פארשטאנד; א פרוי וואס קען בעטן אנדערע, אויך זאל זי פארשטיין אז ווען א משפחה זאגט זיך אפ זאל מען נישט מאכן אן עסק וכו', א פרוי וואס וועט פארשטיין אנדערע, זוכן נאר דאס גוטס ביי אנדערע.


וואויל איז דעם וואס טוט חסד מיט אנדערע און וואויל איז די וואס זענען משמש דעם רבי'ן.

#5 - פארוואס גיין אנגעטון פראסט? איך האב דיר אנגעקוקט מער פארשטענדליך
צניעות, קדושה, שלום בית, שטעטל, שכל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס טוט מיר וויי צו הערן אז דיין ווייב גייט אנגעטון פראסט; זייט די חתונה האט זי זיך אינגאנצן געטוישט, עס זעט מיר אויס ווי דו שלעפסט איר אראפ, דו מאכסט חוזק פון גיין אנגעטון איידל. אלס מיידל האט זי זיך אנגעטון זייער שיין, זי האט געהאט חן, יעצט זעט זי אויס חלשות, השם ישמרינו.


עס באדערט מיר; זי האט מיר שטענדיג געבעטן אז זי דארף אן ערליכער בחור וואס וועט זיך פירן ערליך, אלעס טון אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. זי זעט אויס אינגאנצן אנדערש, זי זעט נישט אויס פרייליך, איך האב מורא דו געוועלטיגסט אויף איר, זי האט מורא פון דיר, דו מאכסט חוזק; זי וויל נישט זיין קיין חוזק אין דיינע אויגן.


איך האב געמיינט אז דו ביסט מער דערוואקסן, איך האב דיר אנגעקוקט מער פארשטענדליך, מען קען דאך האבן א זיס לעבן מיט'ן אייבערשטן; פארוואס נאכמאכן דעם גוי? פארוואס גיין אנגעטון פראסט? פארוואס גיין אנגעטון קורץ, אויסגעשניטן און געפאסט אויפ'ן קערפער?! עס איז דאך עקלדיג און גרויליג! עס איז אפילו נישט קיין נסיון צו קוקן אויף אזא איינעם, וואס האסטו פיינט איידלקייט און שיינקייט?! איידל און שיין - דאס האט חן.


אויך טוט מיר וויי אז דו מאכסט א צאמקום פון אפאר קאפלס, מען שפילט מענער און פרויען אינאיינעם. דאס איז שוין חוצפה! דו קומסט אין שטעטל וואס קאסט מיר בלוט און שווייס, פיר און צוואנציג שעה א טאג גייט מיר אוועק פאר'ן שטעטל, אויפצושטעלן א שטאט פאר אונזערע דורות, א פלאץ פון קדושה וטהרה, א פלאץ וואו מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, א פלאץ פון איידלקייט - מאכסטו אזעלכע זאכן? פארוואס זאלסטו דאס טון צו מיר?!


איך בין געווען אין ארץ ישראל ווען איך האב דאס געהערט, איך בין אזוי צעבראכן געווארן פון דעם; דאס האסטו געלערנט ביי מיר? דיין ווייב איז דיר נישט אינטערעסאנט? נאר ווען די חברים מיט זייערע ווייבער זענען דארט?!


איך בעט דיר זייער, דריי אויס דעם רעדל און הייב אן פארן די גוטע וועג; פארברענג מיט דיין ווייב, מאך איר פרייליך. אלעס קענסטו טון מיט איר אליינס אן קיין חברים, אן קיין בילדער, אן קיין אינסטעגראם וכו', און מאך נישט קיין מסיבות פון קאפלס. עס איז עקלדיג, גרויליג, ברעכאכץ; ווילסט שפילן? שפיל מיט איר; ווילסט עסן, גרילן, טשילן, שיפלען, בייקן, הייקן - מיט איר אליינס, און דיין אזויגערופענער חבר - לאז אים פארברענגען מיט זיין ווייב, מיש נישט קיין יוצרות.


 

#4 - די ריכטיגע פארשטאנד צו וויסן וואס צו רעדן און צו וועמען צו רעדן
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, רעדן, שכל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה פון בית פיגא ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייערע עלטערן ווילן אייך געבן מעדעצין צוליב דעם וואס איר ווילט אזוי שטארק חתונה האבן – זאלט איר אויפהערן מוטשען פאר א שידוך, ווייל מען וועט אייך נאך ארויפלייגן אויף מעדעצין; אנשטאט מוטשען אייערע עלטערן זאלט איר צוריק גיין צום אייבערשטן, אים קענט איר בעטן און מוטשען.


איר דערמאנט מיך א מעשה, מיין באבע עליה השלום, מיין מאמע'ס מאמע, זי איז געווען א גרויסע צדיקת און זייער א קלוגע, האט זי דערציילט אז נאכן קריג איז זי געווען אזוי זיכער אז משיח קומט שוין אט אט אז זי האט גערעדט מיט יעדן איינעם נאר פון משיח, איין טאג הערט זי ווי מען רעדט אונטער איר רוקן אז זי איז משוגע געווארן, ווייל זי רעדט צופיל פון משיח, האט זי דעמאלט אויפגעהערט צו רעדן; זי איז געווען גענוג קלוג צו וויסן פון וואס צו רעדן און מיט וועם צו רעדן.


דאס זעלבע וואונטש איך אייך, איר זאלט האבן די ריכטיגע פארשטאנד צו וויסן וואס צו רעדן און צו וועמען צו רעדן. רעדט צום אייבערשטן, דער אייבערשטער זעט אייער צעבראכן הארץ, אייער ווילן, ווי שטארק איר ווילט זיין גוט, איר ווילט חתונה האבן צו ווערן גאנץ, צו אנהייבן לעבן.


אויך בעט איך אייך זייער, פרובירט מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך; עס איז טאקע שווערער – יעצט ווען מען ווארט אויף א שידוך – צו זיין פרייליך, אבער אז דער רבי זאגט מען זאל זיין פרייליך – דארף זיין א וועג אויך יעצט צו זיין פרייליך.

#3 - בארעכנט אייך וואס איר ווילט אין לעבן
קדושה, שידוכים, סמארטפאון, שכל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה אז איר זענט אפן מיט מיר, איר דערציילט מיר אינעם בריוו איז איר האט א באהאלטענע אייפאון און אז איר האט אראפגענומען די פילטער; זייער גוט צו זיין אפן, אזוי קען איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אייך פרובירן צו העלפן און בעטן פאר אייך.


איין זאך וויל איך אייך פרעגן, זאגט מיר דעם אמת, נאך אביסל זענט איר אין די יארן פון ווערן א כלה, וואס פאר א חתן ווילט איר? א בחור וואס האט באהאלטענערהייט א טעלעפאן און קוקט אויף אלע עקלדיגע גוי'טעס? א בחור וואס ווייקט זיך אין שמוץ? א בחור וואס וועט זיין גאנץ לעבן אייך אויסשפילן? ער וועט זיך מאכן כאילו ער דארף אייך און באמת וועט ער נעמען זיין הנאה פון קוקן עבירות? אדער איר דארפט א ריינער בחור וואס היט די אויגן, ער וועט נאר קוקן אויף אייך, ער וועט נאר אייך דארפן, נאר אייך וועלן און נאר אייך ליב האבן?


וויסן זאלט איר, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", מען ברענגט א זיווג לויט די מעשים פונעם מענטש; אז איר וועט זיך מתגבר זיין אויף די נסיון, איר וועט אפלאזן די נארישע זאכן, וועט אייער מאן אויך נישט קוקן די זאכן, און אז נישט וועט די לעבן זיין זייער נישט גוט.


איך גיי נישט זאגן פאר קיינעם אייער עבר, איך האף איר וועט זיך בארעכענען און שוין אפלאזן די נישט גוטע חבר'טעס און זיך חבר'ן מיט גוטע מיידלעך; גלייבט מיר, איך מיין נאר אייער גוטס, נאר איר וועט בענעפיטירן אז איר וועט זיך היטן פון נישט גוטע חבר'טעס.


איך וועל אייך אויסקלויבן א גוטער בחור וואס וועט אייך זיין געטריי אייער גאנץ לעבן.


שרייבט מיר אייערע סיומים פון תהילים, שרייבט מיר אז איר גייט אפלאזן די נישט גוטע חבר'טעס; איר זענט א גאר גוטע מיידל, בלייבט שטארק.