בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך וויל צוריק באנייען אונזער נאנטקייט, איך טראכט אז דורך בריוו קען מען זיין נאנט, איך וויל דיר שרייבן שיינע זאכן וואס איך לערן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פון הייליגן רבינ'ס עצות.
מוהרא"ש דערציילט, מען האט אמאל געהערט ביים רבינ'ס ציון ווי איינער וויינט און חזר'ט אויפן קול די משנה (אבות ד, כא): "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם", די דריי זאכן, מקנא זיין, און תאוות, און גליסטן כבוד – נעמט אוועק דעם מענטש פון די וועלט; יענער האט געוויינט ביים ציון און געשריגן: "רבונו של עולם, צוליב אביסעלע קנאה, צוליב אביסעלע תאוה און אביסעלע כבוד – זאל איך פארלירן די וועלט און יענע וועלט? רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר איך זאל זיין ריין פון די זאכן, איך וויל נישט פארלירן די וועלט און יענע וועלט", און ווען אנשי שלומינו האבן געהערט זיינע בכיות האבן זיי אויך אנגעהויבן וויינען, און אלע האבן געבעטן און געוויינט מען זאל זיין ריין פון די זאכן.
אשרינו מה טוב חלקינו, מיר פארן שוין אט אט צום ציון המצוינת.