בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אהיימרופן די עלטערן פון קעמפ
חינוך הילדים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


מיר פארן שוין כמעט אין קעמפ, נאך צוויי וואכן וועלן מיר זיין אינדרויסן פון שטאט, א מחי' די זומער וואכן צווישן די ביימער, א גאנץ יאר ווארט איך אויף די צען וואכן צו זיצן מיט די בחורים אין וואלד, לערנען און דאווענען, שמועסן פון הייליגן רבי'ן, און זיך אנגרייטן אויף ראש השנה.


איך וויל דיך מחזק זיין טייערער ..., די גאנצע צייט וואס דו ביסט אין קעמפ זאלסטו נישט פארגעסן פון דיינע עלטערן, געדענק אהיים צו רופן יעדן טאג, געדענק פון דיינע טייערע עלטערן, זיי צו מאכן א נחת רוח; דערצייל זיי גוטע זאכן, מאך פרייליך דיינע עלטערן; מיט דעם וועסטו פרייליך מאכן די שכינה הקדושה. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (קידושין ל:): "הִשְׁוָה הַכָּתוּב כְּבוֹד אָב וָאֵם לִכְבוֹד הַמָּקוֹם", אז מען איז מכבד די עלטערן - איז מען מכבד דעם אייבערשטן, און אז מען מאכט פרייליך די עלטערן - מאכט מען פרייליך די שכינה, עס גייט אינאיינעם.


קענסט בעטן דיינע עלטערן זיי זאלן דיר באזארגן מיט די זאכן וואס דו דארפסט האבן אין קעמפ, דיר שיקן וועש, עסן, וכדומה, אבער זיי געווארנט די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו זיי; צו עלטערן דארף מען רעדן זייער איידל און שיין, פרעג זיי איידעלערהייט אויב זיי קענען דיר העלפן מיט וואס דו דארפסט; עס פעלט דיר א העמד, א הויזן, א בעקיטשע וכו', אבער חס ושלום קומען מיט טענות: 'היתכן האסט מיר נישט געמאכט?' 'היתכן האסט מיר נישט געשיקט?' 'היתכן האסט מיר נישט געקויפט?' דאס איז א פגם אין כיבוד אב ואם, דאס איז נישט קיין דרך ארץ; אויך א גאנץ יאר ווען דו דארפסט עפעס האבן, דו דארפסט אז דיינע עלטערן זאלן דיר העלפן, זיי זאלן דיר ערלעדיגן זאכן - דארף מען זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען בעט און ווי אזוי מען פארלאנגט, מען זאל נישט פוגע זיין אין זייער כבוד; נעם אריין אין דיר אז קיינער קומט דיר גארנישט, דיינע עלטערן קומען דיר גארנישט; אלעס וואס זיי טוען פאר דיר, אלעס וואס זיי זארגן פאר דיר - איז א מתנה; אזוי וועסטו רעדן צו זיי ווי מען רעדט צו די העכסטע און חשוב'סטע פון די וועלט.


אויך זאלסטו יעדן ערב שבת רופן דיינע זיידעס און באבעס, די מצוה פון מכבד זיין עלטערן נעמט אויך אריין זיידעס און באבעס, און ווען דו קענסט נאר דורכן יאר ארויפגיין צו א זיידע, צו א באבע - זאלסטו גיין צו זיי, און אז דיין זיידע זאגט דיר מוסר ווי אזוי זיך צו פירן - זאלסטו נישט ווערן באליידיגט, און אז די באבע זאגט, שרייט און קוויטשעט - זאלסטו זיך נישט אונטער לאכן, זאלסט וויסן אז מען געבט זיך איין דריי און מיר וועלן זיין די זיידעס פון שטאט. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן סא), די גאנצע לעבן איז ווי א פערטל שעה; עס איז נישט שיין ווי אייניקלעך פירן זיך צו די עלטערע דור, מען לאכט זיך אונטער און מען שפעט פון זיי, אין אפאר מינוט זענען מיר די זיידעס, און ווער וועט קוקן אויף אונז? ווער וועט רעדן מיט אונז? אז מיר וועלן זיך פירן מיט דרך ארץ צו אונזערע זיידעס, אונזערע קינדער וועלן זען ווי אזוי מיר רעדן מיט אונזערע זיידעס, מיט אונזערע עלטערן - וועלן זיי אונז מכבד זיין, און אז נישט - וועט מען אונז אריינווארפן אין א מושב זקנים, קיינער וועט נישט קוקן אויף אונז.


אז דיין זיידע זאגט דיר, די באבע זאגט דיר, און כל שכן אז דיין טאטע זאגט דיר מוסר, דיין מאמע זאגט דיר מוסר - זאלסטו דאס אננעמען און זיך פרייען אז דו האסט ערליכע עלטערן וואס זארגן פאר דיר. שלמה המלך, ווען זיין מאמע האט אים געשטראפט, זי האט אים גע'מוסר'ט - האט ער געזינגען פאר איר דעם קאפיטל: 'אשת חיל מי ימצא', ער האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן פאר די טייערע מאמע וואס זאגט אים וואס איז ריכטיג, ווי אזוי זיך צו פירן; דעריבער יעצט אין קעמפ ווען מען איז אוועק פון שטוב - דארף מען געדענקען אז מען האט א שטוב, מען האט עלטערן, מען דארף געדענקען פון וואו מען שטאמט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.