בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב געהאט די וואך א גוטע בזיון, איך בין געווען ביי א שמחה און אפאר בחורים האבן מיך אנגעגאסן מיט וויין, מיינע ווייסע זאקן זענען געווארן אינגאנצן רויט, איך האב געדארפט ארויסגיין פון זאל זוכן ווער עס קען מיר געבן פרישע זאקן, איך בין געווארן גוט פארשעמט; האב איך מתפלל געווען פאר דיר, דו זאלסט זוכה זיין צו זרע של קיימא, איך האב געזאגט פארן אייבערשטן אז די בזיון געב איך אוועק פאר די וואס ווארטן אויף שידוכים און קינדער.
איך האב זיך דערמאנט וואס רבי נתן איז אריבער ווען ער איז געפארן חתונה מאכן זיין זון הרב הצדיק נחמן, קיין ליפאוויץ, די כלה'ס היימשטאט. דער מנהג פלעגט זיין אז ווען דער חתן מיט זיין משפחה פלעגן אנקומען אין שטאט, פלעגט די כלה'ס משפחה ארויסגיין זיי מקבל פנים זיין מיט מוזיק און געזאנג און זיי אריינפירן אין שטאט. ווען די מתנגדים פון ליפאוויץ האבן געהערט אז רבי נתן קומט, זענען זיי ארויס אים מקבל פנים זיין מיט אן אנדערע סארט קבלת פנים, מיט שטעקענעס און שטיינער, און די כלה'ס משפחה האט גערופן די פאליציי וכו', און ביז דערווייל איז רבי נתן אנטלאפן אין וואלד. ווען די פאליציי האט געמאכט סדר איז מען געגאנגען זוכן רבי נתן, האט מען אים געטראפן אינמיטן זיך מתבודד זיין מיט די ווערטער: "הייליגער באשעפער, ווער אין דער וועלט באקומט אזא קבלת פנים ווי איך? אפילו ווען דער פשוט'ער וואסער טרעגער מאכט חתונה זיין זון באקומט ער נישט אזא קבלת פנים, רבונו של עולם וואס קומט מיר אזא קבלת פנים? איז דאס נאר ווייל איך אנטפלעק דעם הייליגן רבינ'ס גרויסקייט און זיינע עצות פאר די וועלט", נאכדעם האט רבי נתן זיך מחזק געווען מיטן רבינ'ס ווערטער: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען", ער האט געזינגען צו זיך די ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל, מיטן ניגון פון אשת חיל, נאכדעם האט ער באמערקט ווי זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער שטייט נעבן אים, איז ער מיט אים געגאנגען צו די חתונה און זיך זייער געפרייט; איך האב געטראכט צו מיר 'וואס קומט מיר אז איך זאל דארפן ארויסלויפן פון א משפחה שמחה, מען זאל מיך טשעפען? איז דאס אויך נאר פארן אנטפלעקן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די וועלט, דאס קאסט א טייערע פרייז'.
ווי זאגט רבי נתן אין די בריוו? "אשרינו אז מיר זענען נישט פון די מתנגדים אויפן הייליגן רבי'ן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.