בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, בארא פארק
איך הער זאגן אז דו גייסט אריבער שוועריקייטן וכו'; איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט גיין דאווענען אין שול יעדן טאג די דריי תפילות שחרית, מנחה און מעריב, איך בין זיכער אז בזכות דעם וועסטו ארויסגיין פון דיין פלאנטער, ווייל ווען מען קומט אין שול, מען דאווענט די דריי תפילות – העלפט דער אייבערשטער אין אלעס וואס מען דארף.
אזא שאד דו האסט אפגעלאזט די הייליגע חבורה פון "היכל הקודש", אזא שאד, דערמאן זיך די גוטע צייטן, ווי דו האסט געלעבט מיטן אייבערשטן, מיט אמונה שלימה, מיט תורה און מיט תפילה; אפשר איז דער סמארטפאון שולדיג אין אלעס? נישט אפשר, נאר זיכער די סמארטפאון נעמט אוועק די ישוב הדעת, מען קען מער נישט טראכטן פון תכלית, מען קען מער נישט זיין ביים צדיק; הלוואי דו זאלסט אוועק ווארפן דיין טעלעפאן און צוריק קומען צום רבי'ן.