בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אוועקווארפן דעם שרץ, און דערנאך זיך רייניגן
טעלעפאן, שמירת עינים, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


די וואך ווען מען ליינט פרשת פרה זאלסטו זיך מקבל זיין אוועק צו ווארפן אלע כלים וואס מען קען זען אויף דעם עבירות, און אויך די כלים וואס דו האסט שטילערהייט באהאלטן, וואס קיינער זעט נישט און קיינער ווייסט נישט - זאלסטו אוועק ווארפן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה ווערט מען ריין נאר אויב מען ווארפט אוועק די טויטע שרץ, און אויב מען כאפט ווייטער אן די טויטע שרץ, אפילו דער מענטש וועט זיך טובל'ן אין אלע מקוה'ס פון די וועלט, בלייבט ער טמא; אז מען וויל תשובה טון, מען וויל זיך רייניגן פארן אייבערשטן - איז די ערשטע זאך אפלאזן די טויטע שרצים, די כלים וואס ברענגט טויט.


טייערער ברודער, אויך די כלים וואס מען דארף האבן פאר ביזנעס זאלסטו זען עס זאל האבן די בעסטע און שטערקסטע פילטערס, מען זאל חס ושלום נישט אנקומען צו זען עבירות און ליצנות, ווייל עס לוינט נישט די גאנצע ביזנעס אויב חס ושלום מען קען צוקומען צו זען עבירות, ליצנות וכו'.


צדיקים זאגן אז די וואך שבת פרשת פרה קען מען זיך מטהר זיין, מאך יעצט דיין גוטע החלטה און בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן ריינע אויגן, הייליגע אויגן, איך זאל אוועק ווארפן אלע כלים וואס פארשמירן מיך און זענען מיך מטמא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.