בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיין ביזנעס, בזכות די צדקה וואס דו האסט געגעבן.
איך האב נעכטן געהערט אז דו האסט געוואלט איינשרייבן דיין טאכטער אין ... פארן זומער, און זיי האבן דיר געזאגט אז זיי נעמען נישט אן קיין קינדער פון ברסלב; אפילו דיין מיידל איז אינגאנצן צוויי יאר אלט.
קודם האט מיר דאס זייער וויי געטון און איך האב נישט געהאט קיין מנוחה דערפון; איך האב געמאכט התבודדות: "רבונו של עולם, וואס זענען מיר אזוי אפגע'פסל'ט? פארוואס זאלן מיר זיין אזוי פארשעמט? פארוואס זאל מען נישט אנעמען א קליין קינד פון צוויי יאר אלט אין דעי קעמפ פארן זומער ווייל זי גייט אין בית פיגא?"
איך בעט דיר זייער דו זאלסט נישט ווערן צעבראכן דערפון; קוק זיך אן, דו האסט געלערנט ביי זיי אין ישיבה און דו ביסט געווען דארט פון די גרויסע לומדים, ווי וואלסטו היינט געווען ווען דו טרעפסט נישט דעם הייליגן רבי'ן? וואס וואלט דיר יענער מפורסם געקענט העלפן? דו ביסט א אינגערמאן וואס דארף לויפן ארבעטן מבוקר עד ערב צו קענען שפייזן דיין משפחה, ווען נישט דעם דרך הלימוד וואלסטו געלערנט א אידיש ווארט? ווען נישט דעם רבינ'ס התחזקות ווי אזוי זיך צו פירן מיט א שווער און שוויגער, מיט טאטע מאמע, ווי אזוי זיך צו פירן מיט א ווייב, ווי וואלסטו געשטאנען היינט?! טאנץ פאר שמחה אז דו ווייסט פונעם הייליגן רבי'ן.
די גאנצע מחלוקת אויף ברסלב איז ליידער מעשה בעל דבר; דער ס"מ האט זייער מורא פונעם רבי'ן, ווייל ער ווייסט אז ווי נאר א מענטש ווערט געוואויר פון רבי'ן, א מענטש הייבט אן הערן דעם רבינ'ס עצות און חיזוקים - איז אויס וועלט; אלע וועלן אפלאזן זייערע נארישקייטן און אלע וועלן זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.
דער רבי האט א וועג פאר יעדן איינציגסטן איד צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דער רבי האט א שפראך צו אלע געפאלענע נשמות; דאס איז די סיבה פארוואס דער ס"מ האט זיך אזוי פארלייגט אויפן רבי'ן.
ר' נתן איז אמאל אריין געקומען צום רבי'ן און געזען ווי דער רבי וויינט זייער שטארק, דער רבי האט זיך אנגערופן צו ר' נתן: "אזאנס אויס צו טראכטן אויף מיר, אזאנע לשון הרע'ס וואס מען דערציילט אויף מיר רחמנא לצלן?" ר' נתן האט נישט געקענט צוקוקן ווי דער רבי וויינט איז ער ארויס פון שטוב. האט ר' נתן שפעטער דערציילט: "דעמאלט האט איך נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט אזוי, וואס גייט אן דעם רבי'ן וואס יענער זאגט?" אבער שפעטער ווען דער רבי איז אוועק פון דער וועלט און ער האט געוואלט אריין ברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די וועלט און עס האט זיך אנגעהויבן א שרעקליכע התנגדות, מען האט אים גע'רודפ'ט מיט שרעקליכע רדיפות, האט ר' נתן דעמאלט געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דער רבי האט אזוי געוויינט, נישט ווייל יענער האט גערעדט אויף אים, נאר ווייל ער האט געזען אז דורך די מחלוקת און דורך די לשון הרע וואס מען רעדט אויף אים וועלן מענטשן נישט מקורב ווערן צו אים און עס וועט זיין זייער שווער אריין צו ברענגען אין מענטשן די ליכטיגע עצות".
יעצט זע איך א סימן פון הימל אז איך זאל בלייבן אויפן זומער מיט די חדר און מיידל סקול אין שטאט; הגם רוב משפחות פארן אוועק אין די קאנטרי און עס בלייבן אינגאנצן איבער אפאר משפחות, וועל איך זיך אבער אנשטרענגען צו בלייבן אפן אפילו פאר צוויי דריי משפחות; איך וועל אם ירצה ה' אויסארבעטן אז דיין טאכטער זאל קענען בלייבן לערנען זומער אין בית פיגא.
באמת איז די גאנצע מיידל סקול וואס מיר האבן צו פארדאנקען די ... מוסד; זיי האבן ארויסגעווארפן א מיידל ווייל איר ברידער לערנט ביי אונז אין ישיבה, דעמאלט האט מוהרא"ש מיר געשריבן א בריוו אז מיר זאלן עפענען א מיידל סקול.
פון בזיונות קען מען נישט אנטלויפן, אויב עס איז באשערט אריבערצוגיין שוועריקייטן דארף מען דאס אריבערגיין; וואויל איז דעם וואס זיינע בזיונות זענען פארן אייבערשטן, אונזערע בזיונות זענען אז מיר זענען ברסלב'ע חסידים.
איך געדענק ווען מען האט מיר ארויסגעווארפן פון ... ישיבה האט מיר מוהרא"ש מחזק געווען מיט די ווערטער: "אַשְׁרֶי שֶׁנִתְפַּסְתָּ עַל דִּבְרֵי תּוֹרָה", וואויל איז דיר אז מען האט דיר ארויסגעווארפן וועגן גוטע זאכן, און מוהרא"ש האט מיר דערציילט: "יעצט האט מען ארויס געווארפן א מנהל פון א גרויסע ישיבה נאכדעם וואס מען האט אים געכאפט מיט עבירות; ער פלעגט נעמען יונגע ריינע בחורים און זיי באצוואונגען מיט עבירות רחמנא לצלן. ברוך השם אז דיר האט מען ארויסגעווארפן ווייל דו האסט מזכה געווען בחורים מיט לימוד משניות וכו'".
שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער.