בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אוי לנו אז עס זענען דא עלטערן וואס זענען מפקיר זייערע טעכטער פאר געלט; מען שיקט די טעכטער ארבעטן אין אן אפיס פאר א פאר דאללער.
קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך אין א אפיס וואו עס זיצט א מיידל מיט א פרעמדע מאן; קודם כל איז דאס אן איסור יחוד וואס דאס איז זייער א הארבע עבירה, לויט רוב פוסקים איז איסור יחוד גאר א דאורייתא. און אפילו אז מען ארבעט אויס עס זאל נישט זיין דער איסור, ווערט מען אבער פארברענט מיט שלעכטע מחשבות.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות; מען הייבט אן רעדן איינער מיטן צווייטן פריינטליך ביז מען פאלט אראפ אין שאול תחתית רחמנא לצלן. ווען די פריערדיגע צדיקים וואלטן דאס געזען וואלטן זיי דאס נישט אויסגעהאלטן, זיי וואלטן פארבאטן צו ארבעטן אויף אזא אופן.
בנוגע דיין ארבעט, אז דיין בעל הבית האט אריין גענומען מיידלעך זיצן מיט דיר אין איין אפיס, קודם האט ער געזאגט אז מען וועט מאכן א באזונדערע צימער פאר די מיידלעך אבער למעשה האט ער זיי געלייגט צוזאמען מיט דיר אין איין אפיס, זיי לאכן ארום און פירן זיך נישט אויף בצניעות וכו'; רעדט צו דיין בעל הבית, זאג אים אז די מיידלעך זענען נישט געלערנט ווי אזוי זיך צו פירן בצניעות, זיי קומען פון סקול ארויס, זיי ווייסן נישט אז מען דארף זיך פירן איידל און באשיידן מיט א פרעמדע מאן, און אזוי ווי עס איז יעצט טויג נישט. שעם דיך נישט, און אויב עס ווערט נישט בעסער זאלסטו זוכן אן אנדערע פרנסה; ווי איידער ווערן פארברענט מיט טראכטן פון ניאוף זאלסטו זיך זוכן אן אנדערע פרנסה.
זיי נישט דערשראקן אז דו וועסט נישט האבן קיין פרנסה ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער, געדענק וואס דער הייליגער תנא עקביא בן מהלל האט געזאגט פאר די חכמים (עדיות ה, ו): "מוּטָב לִי לְהִקָּרֵא שׁוֹטֶה כָּל יָמַי, וְלֹא לֵעָשׂוֹת שָׁעָה אַחַת רָשָׁע לִפְנֵי הַמָּקוֹם", איך וועל ענדערש זיין א שוטה מיין גאנץ לעבן ווי צו זיין פאר איין מינוט א רשע פארן אייבערשטן; אסאך זענען געווארן אומגליקליך פון ארבעטן אין אן אפיס מיט מיידלעך און פרויען.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.