בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויסטייטשן דאס דאווענען און תהלים אויף זיך אליין
התחזקות, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל


דעם פרייטאג צו נאכטס ביים דאווענען, ביי קבלת שבת, האב איך געטראכט פשט אין די ווערטער: "הִתְנַעֲרִי מֵעָפָר", מען רעדט דא צו די שכינה, צו נשמות ישראל – שאקל זיך אפ פון דיינע בלאטעס, "קוּמִי" – הייב זיך אויף, זיי נישט אין מרה שחורה, און אפילו דו ביסט אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, "לִבְשִׁי בִּגְדֵי תִּפְאַרְתֵּךְ עַמִּי", קענסט זיך אנטון מיט שיינע קליידער, מיט תשובה און מיט מצוות און מעשים טובים, ווי אזוי? "עַל יַד בֶּן יִשַׁי בֵּית הַלַּחְמִי", דורך דוד המלך, דורך זאגן תהלים; ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין צו תשובה, "יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים", זאל זאגן תהילים; "קָרְבָה אֶל נַפְשִׁי גְּאָלָהּ", דורך זאגן תהילים וועסטו זוכה זיין צו דיין גאולה, דו וועסט ווערן אויסגעלייזט, "כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל מְאֹד לִתְשׁוּבָה".


עס איז א מחי' ווען מען טייטשט אויס דאס דאווענען אלעס אויף זיך, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן קכה), ווען מען זאגט תהילים איז דער עיקר - "לומר כל מזמורי תהלים על עצמו", צו זאגן און אויסטייטשן אויף זיך אליינס, "למצא את עצמו בתוך כל מזמור ומזמור", זיך אליינס טרעפן; אזוי אויך ביים דאווענען, דאס אויסטייטשן אויף זיך, מען ווערט ממש צוגעקלעבט צום אייבערשטן מיט א מורא'דיגע דביקות.


איך האב דיך ליב, און איך בענק זיך צו דיר.