בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויסלויבן און אויסרימען, און זיי ליב האבן
חינוך הילדים, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו


דאס וואס מיר האבן גערעדט וכו'; מען דארף וויסן אז מען קען נישט טאג און נאכט קריטיקירן, מוהרנ"ת האט אונז געלערנט אז פאר יעדע לעפל מוסר דארף מען גיסן א שיסל התחזקות; בפרט פאר קינדער, מען דארף זיי אויסלויבן און אויסרימען, און זיי ליב האבן, אז די מוסר זאל האבן ווי חל צו זיין; אמאל טראכטן קינדער 'וואס האב איך צו פרובירן צו זיין גוט און פאלגן וכו' – אז איך בין סיי ווי נישט גוט, איך בין סיי ווי א שלעכט קינד, מיינע עלטערן האבן מיך סיי ווי נישט ליב...'


רוב פעלער, אויב נישט אלע, וואס קינדער גייען אוועק פון די וועג פון די עלטערן – איז צוליב דעם וואס זיי האבן א געפיל אז מען האלט סיי ווי נישט פון זיי, מען האט נישט קיין טראסט אין זיי; דאס איז די גורם זיי זאלן זיך נישט גוט פירן.


זעט אויסצולויבן, אויסרימען און פארלאנגען, אבער מיט אסאך ליבשאפט.