בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
ביטע רעדט צו מרת ... איר מחזק זיין; זי האט באקומען א טייערער מאן, א גאלדענע הארץ, מיט יראת שמים, און זי טשעפעט אים וכו', אנשטאט זי זאל אים מכבד זיין ווי מען איז מכבד א קעניג - פירט זי זיך צו אים זייער נישט שיין, ער פירט זיך צו איר ווי מען פירט זיך צו א מלכה, ער רעדט צו איר מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, און זי גרויסט זיך אויף אים געפערליך, זי מוז זיך טוישן, זי מוז אנהויבן זיין פרייליך, איך קען נישט זען ווי ער גייט איין.
דאס דארף מען לערנען מיט די מיידלעך אין בית פיגא, אז איר האט די זכיה צו זיין א טיטשער אין בית פיגא פאר די עלטערע מיידלעך - זאלט איר רעדן אסאך פון דעם; ווי אזוי מען לעבט מיט א מאן, מיט גוטע מידות; זיי אויסלערנען ווי אזוי מען פירט זיך צום מאן, מען קען נישט קוועטשן און בלאזן וכו' וכו', מען קען נישט צעטרעטן דעם מאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.