בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט מיט קינדער די הייליגע תורה, און דו לייגסט אריין אין זיי יראת שמים, אמונה און קדושה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "'וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד' אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", א מלמד וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער - איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט; מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, וואס איז די זאך פון די שטערנס? נאר אזוי ווי עס איז נישט מעגליך אפצוציילן די שטערנס פון די וועלט - אזוי קען מען נישט אפציילן די גרויסע זכותים וואס א מלמד האט.
אויף דיין פראגע וכו'; זייער גוט האסטו געטון, און אזוי זאלסטו ווייטער טון, ווען דו הערסט קינדער רעדן נישט איידל - זאלסטו רעדן צו זיי, זאג זיי אז מען טאר נישט רעדן ניבול פה, מען דארף רעדן צו קינדער פון זיין ערליך און הייליג, און אז מען זאגט איין מאל, צוויי מאל, דריי מאל און מען הערט ווייטער רעדן - דארף מען שוין געבן א קנס אויסצולערנען צו זיין איידל און ערליך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.