בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, י' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
שבת אין שטעטל איז געווען הערליך שיין, א שבת מיט אנשי שלומינו האט אלע טעמים. מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מיר האבן פון רבי'ן.
שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט סידור עת רצון, די שטיקל פון פרשת התמיד. מוהרא"ש רעדט דארט, אנהויב ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן - שפירט מען א געשמאק, א ברען, אבער נאך א שטיק צייט - הויבט זיך אן זייער שווערע עבודות, מען שפירט ווי מען וועט שוין קיינמאל נישט זוכה זיין צו קומען צו די קדושה. אזוי ווי ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, אין אנהויב איז מוחין דגדלות, מען שפירט א ברען, א פייער, און ערגעץ ווי ווערט פארלאשן די פלאקער און ברען, מען דארף שווער ארבעטן, ווייל מען שפירט נישט און מען זעט נישט, מען זעט נאר פארקערט. מוהרא"ש איז דארט זייער מחזק מען זאל זיך אנהאלטן מיט אלע כוחות, מען זאל גלייבן אז דאס איז פארן תיקון פונעם מענטש, וואס מען דארף אלעס פאררעכטן.
שבת אינדערפרי ווען איך בין אין שטעטל גלייך איך צו לערנען אונטן אין וואלד צווישן די ביימער, מען הערט דארט די געזאנג פון די פייגלעך, עס איז זייער אנגענעם דארט צו לערנען, און דארט לערנען מיר די שיעורים פון פאַרן דאווענען.
אינדערפרי נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט די מעשה פון דעם מלך ועניו (סיפורי מעשיות, מעשה ו). דער רבי זאגט דארט, ווען מען וויל וויסן א זאך דארף מען הערן די קאטאוועס (ווערטלעך) פון די זאך, מיר האבן גערעדט די כלל אין לעבן, ווי אזוי ווייסט מען מיט וועם זיך צו דרייען? ווער איז א גוטער חבר? ווער איז א פארלעסליכער צו מאכן מיט יענעם געשעפטן? גוטע שכנים - וכדומה? דורך הערן יענעמ'ס ווערטלעך קען מען וויסן יענעמ'ס פנימיות; אז איינער מאכט ווערטלעך פון טשעפען און פארשעמען, ער פליקט און שטעכט און זאגט ער מאכט נאר א ווערטל - זאלסטו וויסן אז יענער איז א שלעכטער, שטיי ווייט פון אים, און אז מען הערט איינעם מאכן שמוציגע ווערטלעך השם ישמרינו - ווייסט מען אז יענער איז איין שטיק שמוץ. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות ניבול פה, סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל פֶּה, בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", ווער עס רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין גאנצע קאפ איז אים פארדארבן רחמנא לצלן, און אז מען הערט ווערטלעך אויף זאכן וואס צדיקים זאגן - איז א סימן אז דער גלייבט נישט אין צדיקים, ער וויל באמת רעדן אויף די צדיקים נאר ער האט מורא - רעדט ער אויף זאכן וואס דער צדיק טוט; דארף מען זיך זייער אכטונג געבן.
מיר האבן גערעדט פון דעם אז מען דארף זיך זייער אכטונג געבן מיט וועם מען פארברענגט און מיט וועם מען דרייט זיך, ווייל דורך נישט גוטע חברים קען מען אלעס פארלירן, און אז מען פארברענגט אינאיינעם מיט לצים, מען גייט אין שוויץ מיט לצים - קען מען אלעס פארלירן. אפילו איינער דארף גיין אין שוויץ פאר זיין געזונט, פאר זיינע ביינער וכו' - זאל ער נישט גיין מיט אינגעלייט און בחורים וואס זייערע ווערטלעך זענען אויף ערליכע זאכן, ווייל עס נעמט נישט לאנג צו פארלירן די תמימות, עס נעמט נישט לאנג צו ווערן אפגעקילט.
ווייל וויסן זאלסטו, דער סמ"ך מ"ם טוט אלעס צו ברענגען קשיות און ספיקות אויפן אייבערשטן און אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם די הייליגע אמונה, ער טוט אלעס אוועק צו נעמען דעם מענטש פון היכל הקודש, ער האט פיינט דעם רבי'ן און נאכמער היכל הקודש, ווייל אין היכל הקודש - דארט איז דער רבי.
אונזער שול אין בארא פארק האט זיך יעצט אריבערגעצויגן צו א פרישע פלאץ, מען האט זיך אויסגענומען קלאר אז זיי וועלן לאזן לייגן א טאוול "בית המדרש היכל הקודש". יעצט זענען געקומען שכנים און דאס אראפגעפליקט, זיי זאגן מען קען לייגן א טאוול "בית המדרש חסידי ברסלב", אבער די ווארט מוהרא"ש און די ווארט ראש ישיבה – "דאס וועלן מיר נישט צולאזן עס זאל שטיין"; זעסטו שוין קלאר די פיינטשאפט פון די טומאה צו היכל הקודש.
ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די פרשה, דער פסוק זאגט (במדבר ה, יב): "אִישׁ אִישׁ כִּי תִשְׂטֶה אִשְׁתּוֹ", וואס איז די לשון 'תשטה'? זאגט רש"י עס איז ווערטער פון די הייליגע חכמים (סוטה ג.; תנחומא נשא, ה): "אין אדם עובר עבירה", א מענטש טוט נישט קיין עבירות, "אלא אם כן נכנס בו רוח שטות", נאר אז עס גייט אריין אין אים א משוגעת, זאגט די תורה, דער מאן זאל איר נעמען צום כהן און דער כהן נעמט ארויס די משוגעת; דער צדיק געבט אונז עצות ווי אזוי ארויסצוטרייבן די שגעונות וואס איז דא אין אונז. מיר האבן געלערנט נאכאמאל די שיחה פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן יט) ווי דער רבי זאגט: "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אזא מענטש קען די תורה אויך העלפן, די תורה האט אזא כח אז עס קען אים ארויסנעמען פון די עבירות, "וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, "כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
אך בין צוריק געפארן קיין וויליאמסבורג צו די ישיבה, מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר ענדיגן דעם זמן קומענדיגע וואך מיטוואך, מיר פארן שוין ארויס קומענדיגע וואך דאנערשטאג פרשת שלח, מיר וועלן זיין זומער אין קרית ברסלב פאר די חדשים תמוז און אב, זיך גרייטן אויף די הייליגע טעג. קומענדיגע וואך בענטשט מען שוין ראש חודש תמוז, דאס דערמאנט אונז שוין פון די הייליגע טעג. תמו"ז איז די ראשי תיבות: ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין, עס קומט שוין ראש השנה, מען דארף זיך שוין גרייטן מיט אונזער נסיעה צום רבי'ן. מאך דיר דיינע פלענער ווען צו פארן און ווי אזוי צו פארן, עס איז דא כמה דרכים צו פארן, אדער דורך די טשארטער וואס אלי קנאלל מאכט, אדער דורך פוילן אדער טערקיי; ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.