בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויסמעקן עמלק מיט אלע ספיקות און קאפדרייענישן
אמונה, ספיקות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע חבורה תלמידי היכל הקודש ברסלב בירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר נעמט זיך צוזאם דאווענען אינאיינעם און איר פראוועט אינאיינעם שלש סעודות, מען איז זיך מחזק מיטן רבינ'ס ווערטער. איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אייך צו שרייבן יעדע וואך א בריוו, דאס זאלט איר לערנען ביי שלש סעודות. איינער זאל דאס פארלערנען הויך און קלאר; איר קענט מאכן קאפיס אז אלע זאלן קענען מיט האלטן.


מיר שטייען יעצט אין זייער א דערהויבענע צייט, מיר האבן יעצט די מצוה פון אויסמעקן עמלק וואס פארשטעלט דעם אייבערשטן, ער ברענגט אריין אינעם מענטש ספיקות אין די אמונה. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (פסיקתא דרב כהנא, הובא ברש"י שמות יז, ח), אמאל איז געווען א מענטש וואס איז געגאנגען א ווייטע וועג מיט זיין קינד, דאס קינד האט נישט געהאט קיין כח מער צו גיין האט אים דער טאטע גענומען אויפ'ן אקסל, אזוי איז ער געגאנגען און געגאנגען מיט'ן קינד אויפ'ן פלייצע, גייענדיג אויפ'ן וועג זעט דאס קינד ווי איינער פארקויפט געשמאקע עסן האט ער געבעטן זיין טאטע ער זאל אים געבן עסן און דער טאטע האט אים געגעבן עסן, גייענדיג ווייטער בעט ער זיין טאטע אז ער דארף טרינקען און דער טאטע האט אים געקויפט א טרינק, אזוי איז געווען מיט אלעס וואס דער קינד האט געזען, ער האט געבעטן זיין טאטע זאל אים דאס קויפן און דער טאטע האט אים אלעס געגעבן, גייענדיג ווייטער האט דאס קינד געזען איינעם גיין און האט יענעם געפרעגט: "האסט אפשר געזען מיין טאטע? איך ווייס נישט וואו מיין טאטע איז!" ווען דער טאטע האט דאס געהערט האט ער אראפגעווארפן דאס קינד פון זיין אקסל, איז געקומען א הונט און געביסן דאס קינד.


אזוי איז געווען ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים, דער אייבערשטער האט זיי ארויסגענומען פון מצרים, ער האט זיי געוויזן די גרויסע וואונדער, ער האט געשפאלטן דעם ים, זיי געגעבן צו עסן מן פון הימל, די ברונעם וואסער צו טרינקען און אזוי ווייטער, ביז די אידן האבן געפרעגט (שמות יז, ז): "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ?" דער אייבערשטער איז דא מיט אונז? דער אייבערשטער האט פארגעסן פון אונז? גלייך האט פאסירט די פרשה מיט עמלק, וַיָּבֹא עֲמָלֵק און ער האט געביסן די אידן.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג חזר'ן מיט אונז אז אלע ספיקות און קאפדרייענישן קומט פון עמלק; עמל"ק באטרעפט אזוי ווי ספ"ק, דער עיקר פון עמלק איז אריין צו ברענגען ספיקות אינעם מענטש: 'וועל איך נאך האבן א תקנה?' 'קען איך נאך תשובה טון?' 'דער אייבערשטער דארף מיר נאך האבן?' 'ווערן מיינע תפילות אויך אנגענומען?' דאס אלעס און נאך ברענגט עמלק אריין אינעם מענטש, אז דער מענטש זאל טראכטן אז דער אייבערשטער איז נישט מיט אים און אז דער אייבערשטער דארף אים נישט, אזוי ווי עס שטייט (שמות, שם): "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן"; און גלייך נאכדעם שטייט "וַיָּבֹא עֲמָלֵק".


אז מיר וועלן ארויס נעמען פון זיך די אלע ספיקות ובלבולים וועלן מיר ריכטיג מקיים זיין דעם מחיאת עמלק; אז מיר וועלן גלייבן אינעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער איז מיט אונז, ביי אונז און נעבן אונז און ער הערט צו אונזערע תפילות.


אזוי אויך דארפן מיר האבן אמונה אין זיך און שטענדיג טראכטן: 'יעדע זאך וואס איך טו, האט דער אייבערשטער א נחת רוח פון דעם'; בפרט ווען א מענטש האט שכל און ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, קען מען זיך נישט פארשטעלן וואס עס טוט זיך אפ אין הימל און וואס פאר א רעש עס ווערט דערפון. אלע קליפות און מקטריגים ווערן פארברענט פון דעם.


ווער האלט מלחמה מיט עמלק? די צדיקים וואס פארשפרייטן דעם אייבערשטן, זיי האלטן מלחמה מיט אים; זיי דערמאנען אונז נאכאמאל און נאכאמאל מיר זאלן געדענקען עס אז דא א באשעפער, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס; קיינער קען גארנישט טון נאר וואס דער אייבערשטער זאגט.


מיר געפונען ביי די פרשה פון עמלק, ווען משה רבינו האט געהאלטן זיינע הענט אינעם ריכטונג פון הימל האבן די אידן מנצח געווען, פרעגן חכמינו הקדושים (ראש השנה פרק ג, משנה ח): "וְכִי יָדָיו שֶׁל משֶׁה עוֹשׂוֹת מִלְחָמָה אוֹ שׁוֹבְרוֹת מִלְחָמָה?" צי טוט דען משה רבינו'ס הענט מאכן מען זאל מנצח זיין אדער פארלירן די מלחמה, "אֶלָּא כָּל זְמַן שֶׁהָיוּ יִשְׂרָאֵל מִסְתַּכְּלִים כְּלַפֵּי מַעְלָה וּמְשַׁעְבְּדִין אֶת לִבָּם לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם, הָיוּ מִתְגַּבְּרִים; וְאִם לָאו, הָיוּ נוֹפְלִין", נאר וואס דען, משה רבינו איז געזיצן און געוויזן מיט זיינע הענט אויף ארויף, ער האט געזאגט פאר די אידן: "קוקט ארויף צום אייבערשטן! האטס נישט מורא פון עמלק"; עמלק וויל אונז שוואך מאכן, ער כאפט די מענטשן וואס פאלן אראפ אין עבירות און ער זאגט זיי: "דו ביסט שוין פארפאלן, דו ביסט שוין דערנאך!" קומט משה רבינו און ווייזט אויף ארויף, משה רבינו זאגט: "קוק נישט וואס עמלק זאגט, הער נישט צו דעם יצר הרע, דו קוק צום אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו די ליכטיגקייט פון פורים; געבט אכטונג נישט צו טרינקען פורים ביינאכט, עס איז נישט דא קיין מצוה צו טרינקען פורים ביינאכט. נאכ'ן מגילה ליינען זאלט איר מאכן א סעודה און גיין שלאפן כדי איר זאלט קענען אויסנוצן דעם פורים אינדערפרי ווען דער מח איז נאך קלאר - מיט דאווענען און לערנען שיעורים כסדרן.


פורים איז זייער א גרויסער טאג, מען דארף לערנען און דאווענען; וואויל איז דעם וואס נוצט אויס אזא טאג אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען לערנט שיעורים כסדרן און מען איז זיך מתבודד, מען גייט ארום טראגן משלוח מנות פאר די עלטערן און פאר די ווייב'ס עלטערן און מען טאנצט און מען שפרינגט. עס איז כדאי צו דאווענען מנחה נאכמיטאג נאך פאר מען וואשט זיך צו די סעודה, שפעטער מאכט מען א סעודה און מען טרינקט אפאר כוסות ביז מען ווערט פרייליך.


א פרייליכן פורים און א ליסטיגן תמיד.