בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט די עצות פון רבי'ן, איר זאגט תהלים; איר האט שוין געענדיגט די פיר און דרייסיגסטע מאל תהלים.
בנוגע זיך אפשערן די האר; איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש צוויי קבלות אין דער זאך פון זיך אפשערן. איינס, דאס הארבקייט פון גיין מיט אפענע האר אין שטוב, אז דאס ברענגט אלע קללות, און אז די שענסטע זאך, די הייליגסטע זאך – אז א פרוי זאל זיך אינגאנצן אפשערן אירע האר, מיט דעם ברענגט זי אריין הייליגקייט אין שטוב און עס קומען הייליגע דורות; נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען וואס דאס איז אפשערן די האר.
צווייטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש, אז מען זאל חס ושלום נישט באצווינגען די פרוי דאס צו טון, מען זאל נאר רעדן פון דאס גרויסקייט, פון די הייליגקייט דערפון און מחזק זיין צו בעטן דעם אייבערשטן מען זאל טון וואס איז ריכטיג, אבער נישט באצווינגען.
דעריבער וועל איך אייך נאר מחזק זיין איר זאלט דאווענען, זיך גוט מתבודד זיין, דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן - ווי שווער עס איז אייך דאס צו טון, און פון די אנדערע זייט ליינט איר אזויפיל בריוו פון מוהרא"ש פון דאס גרויסקייט דערפון, און דורך תפילה וועט איר קומען צו א קלארקייט, איר וועט וויסן וואס צו טון.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.