בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דאס וואס איר שפירט אז אייער מאן דארף אייך נישט - איז נישט אמת, ער דארף אייך יא, ער איז פשוט פארמאכט פון אלס קינד וכו'; זיינע עלטערן האבן געלייגט אזא טעראר וכו', אזא אנגעצויגנקייט - אז ער איז פארמאכט געווארן, ער ווייסט נישט ווי אזוי מען זאגט פאר א ווייב 'שכוח, ווי אזוי מען זאגט 'איך האב דיך ליב', ווי אזוי מען זאגט 'איך דארף דיך'.
עס וועט נעמען אביסל צייט ביז ער וועט זיך קענען אויסהיילן פון די פארמאכטקייט פון אלס קינד, אבער גלייבט וואס איך זאג אייך, ער וויל אייך יא און ער האט אייך ליב, מיר זאגט ער אלץ אז עס איז אים אזוי גוט מיט אייך, ער ווייסט פשוט נישט ווי אזוי מען געבט גוטע ווערטער, און ווי אזוי מען מאכט שפירן די ווייב אז מען וויל איר און מען האט איר ליב.
עס איז גוט אז ווען איר שפירט ווי איר דארפט א גוט ווארט זאלט איר אים געבן א גוט ווארט, זאגט אים: "איך האב דיך ליב", אזוי וועט ער אייך ענטפערן: "איך האב דיך אויך ליב", און אז ער בלייבט שטיל, ער ווייסט נישט ווי אזוי מען זאגט צוריק, קענט איר אים פרעגן: "האסט מיך אויך ליב?" וועט אים זיין גרינגער צו זאגן: "יא", אזוי צוביסליך וועט אויפגעבויט ווערן זיין זעל, און ענק וועלן האבן א שטארקע שלום בית.
זאגט יעדן טאג תהילים, און אויך פארגעסט נישט צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אייער טייערער מאן, וועלן געשען ניסים.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.