בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך האב זייער הנאה צו הערן פון דיר די אלע שיינע זאכן וואס טוט זיך אין סקול; די מיידלעך לעבן באחדות, עס הערשט נישט קיין אנגעצויגנקייט צווישן די מיידלעך ווער עס קען זיין שענער אנגעטון, נאר מיידלעך קומען מיט גענוצטע קליידער. מען שעמט זיך נישט צו קומען אין סקול מיט א מאנטל וואס מען האט באקומען בירושה פון א צווייטן און מען זוכט נישט צו געפעלן מיט די קליידער פאר א צווייטן.
נאך מער פריי איך מיר צו הערן אז אלע מיידלעך שפילן זיך אינאיינעם; עס פאסט פאר א מיידל צו גיין און קומען מיט אן אנדערע מיידל אפילו זי איז יונגער וכו' און מען שפילט מיט אלעמען אינאיינעם.
דו שרייבסט מיר: "ביי אונז אין סקול איז צניעות א זאך וואס איז ארויפגעקוקט"; מיט דעם האסטו מיר געגעבן לעבן. ווייל איך וויל זייער שטארק אויפשטעלן א קהילה וואס פירט זיך בצניעות, אז די פרויען און מיידלעך זאלן נישט אנקוקן צניעות ווי א קנס אדער א שטראף וכו' נאר קוקן אויף צניעות ווי א שיינע זאך, אן איידעלע זאך און א חשוב'ע זאך. די געפיל צו צניעות זאל זיין אז יעדעס מאל מען האט א ספק אויף צניעות זאל מען זיך אליינס פסק'נען לחומרה; צום ביישפיל אויב מען האט א ספק אויף א קלייד צי עס איז א משהו קורץ אדער נישט, זאל מען אליינס מחליט זיין אז מען טוט עס נישט אן; אזוי אויך ביי יעדע זאך.
איך שרייב דיר א שרעקעדיגע זאך וואס מוהרא"ש שרייבט אין א בריוו פאר אלע פרויען (יום ג' לסדר וארא, כ"ב טבת, ה'תשע"ה): "וַאֲנִי מְאֹד מְאֹד מְבַקֵּשׁ אוֹתָךְ שֶׁתִּתְחַזְּקִי יוֹתֵר וְיוֹתֵר בְּעִנְיָנֵי צְנִיעוּת", איך בעט דיר זייער דו זאלסט אכטונג געבן אויף צניעות, "כִּי זֶה הַמִּשְׁמָר שֶׁלָּנוּ שֶׁשּׁוֹמֵר אֶת נְשׁוֹת יִשְׂרָאֵל מִכָּל מִינֵי מַחֲלוֹת וָחֳלָאִים רָעִים", ווייל ווען מען פירט זיך בצניעות ווערט מען אפגעהיטן פון אלע ביטערע מחלות - השם ישמרינו, "וַאֲנִי תּוֹלֶה אֶת מַחֲלַת אִשְׁתִּי תִּחְיֶ' [עָלֶיהָ הַשָּׁלוֹם] מִפְּנֵי שֶּׁלֹא עוֹרַרְתִּי אוֹתָךְ יוֹתֵר וְיוֹתֵר בְּעִנְיָנֵי צְנִיעוּת", איך האלט אז דאס וואס מיין ווייב איז קראנק געווארן מיט די ביטערע מחלה השם ישמרינו קומט מיר ווייל איך האב דיר נישט גענוג מעורר געווען אויף צניעות.
ווען איך האב געליינט דעם בריוו האט מיר געגעבן א ציטער אין מיינע ביינער. איך האב געטראכט צו מיר: 'ווער האט נאך אזוי סאך מעורר געווען אויף צניעות ווי מוהרא"ש?' ווער עס לערנט אין 'אשר בנחל' די בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט פאר אנשי שלומינו און פאר די ווייבער, זעט מען כאטש איין מאל א וואך ווי מוהרא"ש איז מעורר אויף צניעות, מיט דעם אלעם שרייבט מוהרא"ש אז מען דארף נאך מער רעדן פון דעם; דעריבער אז דו שרייבסט מיר אז ביי אייך אין קלאס ביי די עלצטע כתה איז צניעות א חשוב'ע זאך פריי איך מיר זייער.
ווייז די בריוו פאר אלע מיידלעך פון דיין קלאס; זאלן זיי וויסן וואס מוהרא"ש האט געוואלט און וואס איז חשוב ביים אייבערשטן.