בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#385 - נאר געזונטע נאנטשאפט מיט חבר'טעס
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלום בית, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט א נס אז איר האט אפגעהאקט די קשר מיט די חברט'ע, ווייל ווען עס ווערט א נאנטקייט מיט א חברט'ע וואס מען קען נישט אנגיין איינער אנעם צווייטן וכו' - איז דאס נישט קיין געזונטע נאנטקייט, עס קען זיין גאר שעדליך פאר די לעבן.


מען קען רעדן מיט חבר'טעס, און מען דארף האבן חבר'טעס, אבער עס דארף זיין געזונט; דאס מיינט מען קען רעדן - אדער נישט רעדן, מען קען שפאצירן - אדער נישט שפאצירן, עס איז יא - יא, ניין - ניין, אבער אויב ווערט אז מען מוז רעדן און מען קען נישט אן דעם, מען רעדט גאנצע נעכט, און מען גייט שפאצירן יעדן טאג אינאיינעם, און מען קען נישט אן דעם - דאס איז א סימן פון א קראנקע נאנטקייט וואס מען ליידט דערפון שפעטער אין לעבן, אז מען קען נישט האבן שלום בית וכו'.


דאס אז זי פלעגט רעדן צו אייך פון זאכן פון נאך די חתונה - דאס איז זייער נישט גוט, און אז זי פלעגט אייך זאגן נישט אויס צו הערן אייער מאמע וכו'; איז זייער גוט האט איר געטון אז איר האט אפגעהאקט קשר מיט איר.


נעמט זיך חבר'טעס פון בית פיגא וואס רעדן איידל און וואס זענען פרייליך, נעמט חבר'טעס וואס העלפן אין שטוב און פירן זיך מיט א שטארקע כיבוד אב ואם און זענען אייך מחזק צו פאלגן א מאמע וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#384 - איידל און צניעות'דיג, אפילו ווען מ'איז אליין
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, יראת שמים, שלחן ערוך, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב צער פון וואס איר שרייבט אינעם בריוו, אז איר טוט זיך אויס ווען איר זענט אליין אין אייער שלאף שטוב און איר גייט צום שפיגל וכו'; א אידישע טאכטער טאר זיך נישט אזוי אויפפירן, מען דארף זיין אנגעטון אפילו מען איז אליין אין שטוב, מען דארף מורא האבן פונעם אייבערשטן; די ערשטע סימן אין שלחן ערוך הייבט זיך אן מיט די הלכה, אז אפילו מען איז אליין אין א הויז - דארף מען זיך פירן אזוי ווי מען וואלט געווען מיט מענטשן, מען דארף טראכטן: 'ווי אזוי וואלט איך זיך געפירט ווען איך בין אין מיין צימער מיט א קעניג? איך וואלט זיך זיכער אויפגעפירט איידל, און אזוי דארף איך זיך פירן אפילו ווען איך בין איינער אליין, ווייל דער אייבערשטער איז דא'.


איר ווילט אן ערליכע שידוך, און איר ווילט ערליכע קינדער, איר ווילט זיך נישט דארפן מוטשען אין לעבן מיט קינדער וואס זענען נישט ערליך, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק א, סימן ט): "נאר אז מען איז איידל האט מען ערליכע קינדער"; און דאס הייבט זיך שוין אן אלס מיידל, און אפילו מען איז אליין אין שטוב דארף מען וויסן אז מען איז נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר.


אז איר וועט זיך אכטונג געבן פון היינט און ווייטער צו זיין איידל אפילו ווען איר זענט אליין, און איר וועט חרטה האבן אויף וואס איז געווען ביז אהער - קענט איר נאך אלעס פאררעכטן און נאכאלץ זוכה זיין צו אן ערליכע שידוך מיט ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#383 - פרענדס טוישן זיך, אבער א מאמע בלייבט א מאמע
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, מוהרא"ש, עלטערן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זעט צו העלפן אייער מאמע, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע, נישטא קיין גרעסערע זאך פאר א מיידל וואס זיך צו מקבל זיין אדער מאכן עפעס א סגולה וכו' - ווי זיך מקבל זיין צו העלפן מער די מאמע.


איך בעט אייך זייער, זייט נישט ווי די מיידלעך וואס זענען פארנארט מיט פרענדס, יעדע איבריגע מינוט וואס מען האט - רעדט מען מיט פרענדס, מען שפאצירט מיט פרענדס, מען גייט מיט פרענדס וכו'; פרענדס זענען אזוי ווי קליידער, היינט טוט מען עס אן און מארגן לייגט מען עס אין מיסט, אזוי זענען פרענדס, אבער א מאמע בלייבט א מאמע; א מאמע איז די איינציגסטע פרענד, די איינציגסטע זאך וואס בלייבט.


יעצט ווען ענק האבן געהאט א צווילינג למזל טוב דארפט איר מער העלפן, אז אייער מאמע זאל זיך קענען אביסל אפרוען און קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


בנוגע וכו'; איך וויל נישט זאגן אנדערש ווי אייער טאטע מאמע, איר האט טייערע עלטערן, און איך גיי נישט זאגן אנדערש וואס זיי זאגן; פרעגט אייערע עלטערן אויב זיי זענען מסכים, און אויב זיי זאגן יא איז גוט איר זאלט עס האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#382 - וואשן נעגל וואסער ביים בעט
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, נעגל וואסער, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא בני ברק


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די ערשטע זאך ווען איר שטייט אויף - זאלט איר זיך אפגיסן נעגל וואסער, טרעטס נישט אראפ פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער, און אז אייער מאמע רופט אייך, זי ווארט אז איר זאלט איר קומען העלפן - זאלט איר זיך ערשט אפגיסן נעגל וואסער און שנעל לויפן צו איר, אבער חס ושלום אראפגיין פון בעט אן נעגל וואסער, ווייל אז מען גיסט אפ נעגל וואסער ביים בעט - נעמט מען אוועק פון זיך אלע טומאות און אלע מזיקים.


זעט צו העלפן אייער מאמע, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי העלפן א מאמע, ווען מען העלפט א מאמע מאכט מען א נחת רוח פארן אייבערשטן און מען איז זוכה צו באקומען א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#381 - נישט געפערליך אז מ'זאגט נישט פונקטליך די ווערטער
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, שערן די האר, מחשבות, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען איר זאגט תהלים און עס קומען אריין מחשבות: 'אפשר האב איך נישט גוט געזאגט די ווערטער, אדער גאר אויסגעלאזט א ווארט?' - זאלסט איר זיך נישט וויסנדיג מאכן פון זיי, ווייל עס איז נישט געפערליך אז מען זאגט נישט פינקטליך ארויס די ווערטער, און אויך אז מען לאזט אויס א ווארט - איז אויך נישט געפערליך; זאלט איר זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די מחשבות.


ענדערש זאלט איר נישט איבערזאגן די ווערטער, ענדערש זאלט איר גיין ווייטער, ווייל די מחשבות - אויב מען געבט זיי נאך, מען פאלגט זיי - קומען זיי צוריק נאכאמאל און נאכאמאל, און אמאל קען מען בלייבן שטעקן ביי איין ווארט, דאס איבער זאגן און איבער זאגן אן א שיעור מאל, און דאס מאכט שוואכע נערווען השם ישמרינו.


דאס וואס אייערע לערערינס זאגן אז אויב מען שערט די האר נאך די חתונה איז מען פארזיכערט אז נאכן אוועק גיין פון די וועלט וועט זיין אין קבר רואיג, מען וועט נישט ליידן - יא דאס איז אמת; א פרוי וואס פאלגט די הייליגע צדיקים, זי שניידט אירע האר יעדע חודש - וועט ליגן אין קבר זייער רואיג, אן קיין יסורים, אן קיין חיבוט הקבר.


וואס איר דארפט זאלט איר נאר בעטן דעם אייבערשטן, וועט אייך גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#380 - זיך גוט אויסלערנען ווי אזוי מען דאווענט שמונה עשרה
חיזוק פאר מיידלעך, טשעפען, דאווענען, תפילה, בית פיגא, אהבת ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו די טייערע תלמידות בית פיגא פון בית שמש, שתחיו


איך פריי זיך זייער צו הערן פון ענקערע לערערינס אז ענק גייען אנהייבן דאווענען שמונה עשרה; איך וויל ענק בעטן ענק זאלן זיך גוט אויסלערנען ווי אזוי מען דאווענט שמונה עשרה, די הלכות און די פירוש המילות; אזוי וועלן ענק קענען דאווענען ווי מען דארף צו דאווענען ענקער גאנץ לעבן.


די גרעסטע זאך ביי א איד איז דאווענען צום אייבערשטן, ווען מען דאווענט צום אייבערשטן - ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן, און מען קען פועל'ן אלעס וואס מען דארף, דאווענען איז די שטערקסטע זאך, דאווענען קען איבערדרייען די טבע, און אפילו על פי טבע איז דא די שלעכטע זאך - קען מען מיט דאווענען דאס איבערדרייען.


אויך בעט איך ענק טייערע בית פיגא תלמידות פון בית שמש, ענק זאלן נישט וויי טון איינער דעם צווייטן; אז מען טוט וויי א צווייטע מיידל - טוט מען ווייי די שכינה, מען מאכט צער פארן אייבערשטן, און אויב מען בעט נישט איבער קען מען באשטראפט ווערן. איך בעט ענק, קיינמאל זאלן ענק נישט וויי טון א צווייטן, קיינמאל זאלן ענק נישט טשעפען, ענק זאלן נאר זוכן דאס גוטס ביי אנדערע און נאר זוכן שלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#379 - וואס וועט העלפן דאס זארגן?
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט, א שאד צו זארגן, אייער שידוך האט מען שוין אויסגערופן אין הימל נאך איידער איר זענט געבוירן; איז וואס וועט העלפן דאס זארגן? א שאד צו טראכטן טאג און נאכט: 'ווער? ווער וועט זיין מיין חתן?'


געבט זיך איבער צום אייבערשטן, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז ער מאכט אזעלכע ניסים מיט אייך, און בעטס אים ער זאל אייך העלפן איר זאלט אויפשטעלן ערליכע ליכטיגע געזונטע דורות.


כאפט אריין – ווילאנג איר זענט א מיידל – צו העלפן אייער מאמע; וויפיל איר וועט נאר העלפן איז נישט גענוג, א מאמע דארף מען העלפן אן א שיעור, בפרט איר וואס איר האט אזא טייערע מאמע, איינס אין דער וועלט; זאלט איר איר העלפן און איר פרייליך מאכן.


געבט א גרוס פאר אייער טאטע.

#378 - זאגן פון אינעווייניג די ברכה פון אשר יצר
חיזוק פאר מיידלעך, חול המועד, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פרייז זיך זייער צו הערן אז איר פאלגט אייערע עלטערן, און אז איר האט זיך איינגעהאלטן נישט צו שרייבן חול המועד ווען אייערע עלטערן האבן אייך געזאגט אז חול המועד שרייבט מען נישט, און אפילו עס איז אייך אנגעקומען שווער, איר האט זייער שטארק געוואלט שרייבן א בריוו צו וויסן וואס זיך צו מקבל זיין פאר אייער געבורטס טאג – דאך האט איר געטון וואס די הלכה פארלאנגט (שלחן ערוך אורח חיים סימן תקמה, סעיף א).


נעמט זיך פאר לכבוד אייער געבורטס טאג, יעדע מאל איר דארפט זאגן די ברכה פון אשר יצר – דאס צו זאגן פון אינעווייניג. בעטס אייערע עלטערן אויב מען קען לייגן ביי די סינק נעבן די בית הכסא אן 'אשר יצר טאוול', און יעדעס מאל נאכן ארויסגיין – זאלט איר זיך וואשן די הענט מיט א טעפל און זאגן די ברכה אריינקוקנדיג אין די אותיות.


עס זעט אויס ווי א קלייניקייט, אבער דאס איז א גרויסע זאך. דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, ווען ער האט געפרעגט וואס ער זאל זיך מקבל זיין צו טון עפעס א גוטע זאך פאר זיין מאמע'ס נשמה, "זאג די ברכה פון אשר יצר מיט כוונה" - האט אים דער רבי געזאגט; זעט מען אז זאגן די ברכה פון אינעווייניג, וואס איז מעורר די כוונה – איז א גרויסע זאך.


איר זענט א "בית פיגא" תלמידה, בעט איך אייך איר זאלט קיינמאל נישט וויי טון אנדערע מיידלעך, אלץ זאלט איר שפילן מיט די מיידלעך וואס קיינער וויל נישט מיט זיי שפילן; קוקט זיך אום אויף די צעבראכענע הערצער, מיט זיי זאלט איר שפילן, מיט זיי זאלט איר רעדן; דאס וועט מאכן מען זאל פון הימל אויף אייך רחמנות האבן, און אייך געבן אלעס גוטס.

#377 - זיך פארנעמען צו בענטשן אינעווייניג
חיזוק פאר מיידלעך, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תשא, שבת פרה, י"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז פאריאר ביי אייער געבורטס טאג האט איר זיך מקבל געווען אנצוגרייטן נעגל וואסער יעדע נאכט איידער איר גייט שלאפן, און זיך אפגיסן ביים בעט, און נישט אראפטרעטן פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער, און אויך טוט איר די מצוה פון כיבוד אב ואם, איר גרייט אן נעגל וואסער פאר אייער טייערע עלטערן און פאר אייער שוועסטער.


איר פרעגט וואס איר זאלט זיך פארנעמען די יאר, עפעס א גוטע קבלה, לכבוד אייער צענטע געבורטס טאג; נעמט זיך פאר צו בענטשן ברכת המזון אינעווייניג אין א בענטשער אדער א סידור. ווייל דער וואס בענטשט ברכת המזון ווערט אפגעהיטן פון אלע צרות, ווייל אין די גאנצע בענטשן איז נישטא די אות 'ף' וואס ווייזט אויף דינים, ווייל דורך בענטשן ברכת המזון מיט כוונה נעמט מען אוועק די 'אף' און 'קצף', מען ציט צו זיך רחמים וחסדים.


פירט זיך אין בית פיגא מיט דרך ארץ, און זאגט פאר אייערע חבר'טעס אז איך בעט זיי אלע זיי זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ; נישט רעדן ווען א טיטשער רעדט און זיך שטענדיג באדאנקען פאר יעדן איינעם.


געבט א גרוס פאר אייערע טייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#376 - זעט אויס טונקל און שווארץ
חיזוק פאר מיידלעך, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט זיך מיט אלע אייערע כוחות, און אפילו עס זעט אייך אויס ווי אלעס איז טונקל, אלעס איז שווארץ, זאלט איר אויפזוכן אין די טונקלקייט דאס גוטס וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אייך, דער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קצה), מיר זאלן אויפזוכן דאס גוטס און דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם, דער רבי זאגט אז דאס איז געווען ווי אזוי דוד המלך האט זיך געקענט דערהאלטן אין זיינע צרות, ער האט שטענדיג געזוכט אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, און אזוי האט ער זיך מחיה געווען און געווארן פרייליך און געקענט אנגיין אין לעבן.


העלפט אין שטוב אייער מאמע, און אז איר האט איבריגע צייט - זאלט איר זאגן תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#375 - שובבי"ם פאר מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע, וואס האט שובבי"ם מיט מיידלעך? די הייליגע צדיקים האבן געזען און געוואוסט וואס טוט זיך אין די הויכע הימלען, ווען עס זענען די צייטן וואס מען קען זיך גרינגער דערנענטערן צום אייבערשטן און אפלאזן אלע נארישקייטן, זיי האבן אונז אנטפלעקט א גרויסע סוד, אז די זעקס וואכן פון פרשת שמות, וארא, בא, בשלח, יתרו און משפטים (און אין אן איבער-יאר נאך צוויי וואכן, תרומה און תצוה) - איז א צייט וואס מען קען גרינגערהייט ווערן נאנט צום אייבערשן און אלעס פאררעכטן.


דערפאר איז אין די צייט א פאסיגע געלעגנהייט פאר יעדן איינעם פון גרויס ביז קליין - צו זאגן תהלים, זאגן תהלים ברענגט צוריק דעם מענטש צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו', ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; ווייל באמת וויל יעדער איד זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, עס זענען דא מענטשן וואס האבן בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, און אפילו דער וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט נישט וואס צו טון זוכה זיין צו תשובה, און אפילו דער מענטש וואס האט יא א התעוררות תשובה צו טון און ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער די חיזוק און עידוד אנצוגיין און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו'; זאגט דער רבי, אויב דער מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורכדעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


זאלסטו זאגן יעדן טאג קאפיטלעך תהלים און ביים זאגן די פסוקים זאלסטו אריינפלעכטן אייגענע לויב ווערטער און בקשות אין דיין שפראך, דאס וועט אייך ברענגען צו ווערן א צדיקת.


זעט צו פאלגן די בית פיגא טיטשערס און אויסהערן אלעס וואס זיי לערנען מיט ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#374 - אנטלויפט פונעם מנוול, ווי מען אנטלויפט פון פייער
חיזוק פאר מיידלעך, מנוולים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויי געוואלד, ווי קענט איר זיין אזוי נאריש צו ווייטער רעדן מיט אייער פעטער דער מניוול וואס לויפט אייך נאך, וואס פרובירט אייך אנצוכאפן; וואס איז מיט אייך? וואס רעדט איר בכלל מיט אים? אויף וואס ווארט איר? עס זאל זיין דערנאך? איר זענט זעכצן יאר, איר דארפט גיין צו די חתונה ריין און הייליג; איר טארט מיט אים מער נישט רעדן און נישט גיין אין א פלאץ וואו ער געפינט זיך.


איך זאג אייך דעם אמת, איך האב געדארפט איבערליינען צוויי מאל די בריוו, ווייל עס איז נישט פארשטענדליך; ווי קען מען זיין אזוי נאיאוו צו זאגן אז עס פעלט ליבשאפט פון די טאטע, און דער פעטער ערפילט די ליבשאפט; אנטלויפט ווי מען אנטלויפט פון פייער, און איר זאלט גיין צו איינע פון אייערע לערערינס וואס איר שפירט אז זי וועט אייך מציל זיין פון אים.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, אונזערע טעכטער זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.

#373 - רעדן נאר אידיש אין בית פיגא
חיזוק פאר מיידלעך, אידיש, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידות שתחיו פון בית פיגא בני ברק


איך פריי זיך זייער צו הערן גוטע גריסן פון ענקערע טיטשערס, בעיקר אז ענק פירן זיך איידל מיט גרויס דרך ארץ, און עס איז דא אחדות צווישן ענק; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן ענק זאלן מצליח זיין אין אלעס וואס ענק טוען.


איך וויל ענק בעטן א טובה וואס איז מיר זייער א חשוב'ע זאך און איך וועל זיך זייער פרייען אז איר וועט מיר דאס טון; איך וויל ענק בעטן ענק זאלן רעדן אין אידיש, און אפילו עס איז דא צווישן ענק שטיבער וואו מען רעדט נישט אידיש, זאלן ענק כאטש אין בית פיגא רעדן נאר אידיש; די שפראך אידיש איז הייליג, די שפראך האבן אונזערע עלטערן גערעדט אין אלע דורות, אין אלע צייטן, און איך וועל זיך זייער פרייען אז ענק וועלן רעדן נאר אידיש, און זיכער צווישן די ווענט פון בית פיגא.


איך ווארט יעדע וואך צו באקומען פון מרת לעווי בריוו פון ענק.


הצלחה רבה.

#372 - רוב קינדער ווייסן נישט די חשיבות און הייליגקייט פון א מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא טבריה


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט אויב עס איז גוט איר זאלט רעדן ווייטער מיט די מיידל וואס רעדט נישט שיין צו איר מאמע, אויב דאס מיינט א נישט גוטע חבר'טע?


איר קענט ווייטער רעדן מיט איר, נאר אז איר וועט הערן ווי זי רעדט מיט גרינגשעצונג צו איר מאמע, זאלט איר זי פאררעכטן און זאגן: "א מאמע איז הייליג, צו א מאמע דארף מען רעדן מיט דרך ארץ"; זי ווייסט מן הסתם נישט דאס גרויסקייט פון א מאמע, אזוי ווי רוב קינדער ווייסן נישט די חשיבות און הייליגקייט פון א מאמע.


געבט איבער פאר אלע תלמידות פון בית פיגא טבריה אז איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע גריסן אז עס איז דא דרך ארץ צווישן ענק און עס איז דא אחדות צווישן ענק, איך בעט פאר ענקער הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#371 - מתפלל זיין אז די שוועסטער זאל תשובה טון
חיזוק פאר מיידלעך, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע וואס איר זאלט בעטן פאר אייער שוועסטער וואס נעבעך נעבעך זי לעבט מיט אן אראבער; איר זאלט בעטן נאר די איין זאך, זי זאל תשובה טון, זי זאל צוריק קומען צו די תורה.


אויף אייער פראגע וכו'; עס לוינט נישט צו לערנען די זאך. ענדערש זאלט איר זיך אריינלייגן צו טון מיט קינדער; מען קען אין די פעלד אויך שיין פארדינען, לערנען מיט קינדער אדער בעבי-סיט'ן קינדער; דאס איז א גוטע זאך פאר אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#370 - אז מען פאלט, הייבט מען זיך אויף
חיזוק פאר מיידלעך, בחור, התחזקות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


לאז זיך נישט פאלן, לאז זיך נישט נאך, דער רבי האט אונז געלערנט: "אם נפלת, קמת", אז מען פאלט – הייבט מען זיך אויף; ווי אזוי הייבט מען זיך אויף? דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך וידוי דברים.


טייערער ברודער, מאך זיך א צייט יעדן איינציגסטן טאג זיך מתבודד זיין, זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן רבונו של עולם, דערציילט אים ווי דו פאלסט, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, זיין ערליך, זיין הייליג, און ווי אזוי דו מוטשעסט זיך.


ברודער, וויסן זאלסטו, די תפילות פון בחורים און מיידלעך, ווי זיי וויינען צום אייבערשטן אז זיי ווילן זיין ערליך, די תפילות זענען זייער חשוב ביים אייבערשטן, עס ווערט א הערליכע בליטשקעדיגע קרוין פארן מלך מלכי המלכים, און דער אייבערשטער איז זיי מוחל אויף אלעס.


נאר שטארק זיך, נאר דערהאלט זיך.


זאג יעדן טאג די עשרה מזמורים, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], די תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי האט אונז אנטפלעקט.

#369 - שפילן מיט באזייטיגטע מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות, נעגל וואסער, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


לכבוד אייער פופצנטע געבורטס טאג זאלט איר זיך מקבל זיין אנצוגרייטן נעגל וואסער און נישט אראפגיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער; נעגל וואסער איז זייער וויכטיג, עס מאכט הייליג, עס מאכט די טומאה זאל אוועקגיין.


איך וויל אייך זייער בעטן און אויך זאלט איר ווייזן דעם בריוו פאר אייער חבר'טעס, זיי זאלן אויך טון וואס איך בעט אייך; זוכט אויף די מיידלעך וואס קיינער וויל מיט זיי נישט שפילן, מיט זיי זאלט איר שפילן, מיט זיי זאלט איר שפאצירן; וועט איר זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט זיין מיט אייך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה ב, ב-ג), ווען דוד המלך איז געווען א יונגער בחור איז ער געווען א פאסטוך, פלעגט ער אלץ אכטונג געבן אויף די רחמנות'דיגע שעפעלעך און אויף די יונגע שעפעלעך זיי זאלן האבן וואס צו עסן. ער פלעגט קודם ארויסברענגען די קליינע שעפעלעך וואס זיי האבן נאך נישט קיין גרויסע ציין און קענען נישט עסן פון אונטן ביים ווארצל וואו עס איז הארט, זיי האט ער קודם ארויסגענומען זיי זאלן אפעסן די ווייכע תבואה. נאכדעם האט ער געעפנט די טיר פאר די עלצטע שאף וואס האבן שוין גרעסערע ציין זיי זאלן עסן פון די מיטלסטע חלק פון די תבואה, און נאכדעם האט ער ארויסגענומען די מיטעלע שאף וואס זיי האבן גאר שארפע ציין און קענען אויסרייסן די תבואה ביז די ווארצלען; האט דער אייבערשטער געזאגט פאר דוד: 'דוד, דו האסט רחמנות אויף די שעפעלעך, ביסטו ראוי צו זיין דער מנהיג ישראל', אזוי ווי עס שטייט (תהלים עח, עא) 'מֵאַחַר עָלוֹת הֱבִיאוֹ, לִרְעוֹת בְּיַעֲקֹב עַמּוֹ, וּבְיִשְׂרָאֵל נַחֲלָתוֹ'".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#368 - דער עיקר איז דאווענען
חיזוק פאר מיידלעך, דאווענען, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא טבריה


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטס טאג זאלט איר זיך מקבל זיין צו אנגרייטן נעגל וואסער איידער איר גייט שלאפן און נישט אראפגיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער.


ביים דאווענען זאלט איר נישט שמועסן מיט חבר'טעס און נישט זיין פארנומען מיט קיין שום זאך, שטעל זיך פאר איר שטייט פאר א גרויסע קעניג און איר רעדט מיט אים - וואלט איר זיכער נישט געטון קיין שום אנדערע זאך.


ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר דאווענען, דער הייליגער רבי האט געזאגט: "מיין זאך איז תפילה", עס איז נישט געווען איין שמועס וואס דער רבי האט געשמועסט און נישט גערעדט פון תפילה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פד): "דַּע, שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עַל יְדֵי הַתְּפִילָּה", דורך תפילה ווערט מען איינס מיטן אייבערשטן, "כִּי הַתְּפִילָּה הוּא שַׁעַר, שֶׁדֶּרֶךְ שָׁם נִכְנָסִין לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", תפילה והתבודדות איז די טויער אריין צו קומען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#367 - גוטע חבר'טעס וואס רעדן נארמאל און ערוואקסן
חיזוק פאר מיידלעך, כלה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו די כלה ... תחי', תלמידה בית פיגא


איך וויל אייך בעטן איר זאלט נישט רעדן מיט חבר'טעס, אויך נישט מיט די כלות – פון וואס איר לערנט ביי די מנהלת, שיעורים פאר די חתונה; פירט זיך איידל, פירט זיך ערליך.


אויך איז נישט אזוי קלוג צו רעדן מיט די כלות פון אייער חתן.


זוכט אויף איידעלע פרענדס וואס רעדן איידל און ערוואקסן, נעמט זיך קלוגע חבר'טעס וואס רעדן נישט פון 'מיין חתן', מיין חתן אהער, מיין חתן אהין; קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן פון אייער חתן, און אזוי אויך נאך די חתונה, נעמט זיך גוטע חבר'טעס וואס רעדן נארמאל און ערוואקסן.

#366 - מיט אסאך תפילה קען מען אויסבעטן אן ערליכער חתן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


אייערע עלטערן זענען געווען היינט ביי מיר, האב איך געטראכט אייך צו שרייבן אפאר ווערטער און שיקן די בריוו מיט זיי.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר א גוטע ערליכע געזונטע פרייליכע בא'טעמ'טע מאן, בעטס אים יעדן טאג אויף דעם. א שידוך איז נישט א זאך וואס מען קען זיך וועלן אדער קויפן מיט געלט, א שידוך קומט פונעם אייבערשטן; און מיט תפילה, מיט אסאך תפילה – קען מען אויסבעטן אן ערליכער חתן, א חתן א תלמיד חכם, מיט גוטע מידות, מיט יראת שמים און מיט שכל.


איך הער פון אייערע עלטערן אז איר האט גוטע חבר'טעס פון בית פיגא, גוטע חבר'טעס איז זייער וויכטיג, ווייל אפילו מען איז שוין מקורב צום צדיק, מען איז מקושר צום רבי'ן – דארף מען נאכאלץ האבן א גוטע חברותא. די הייליגע חכמים זאגן (תענית ז.): "וּמֵחֲבֵרַי יוֹתֵר מֵרַבּוֹתַי", פון א גוטע חבר קען מען מער מקבל זיין פון א רבי, פארשטייט זיך אלעס בזכות דעם רבי'ן.


אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג די אני מאמין; זאגט עס מיט די טייטש, דאס וועט אויפבויען אין אייך א שטארקע אמונה.


אויך זאלט איר העלפן אין שטוב, העלפט אייער מאמע. איר האט גאר חשוב'ע עלטערן; סיי אייער טאטע נרו יאיר און סיי אייער מאמע תחי' זענען זייער חשוב און זייער ספעציעל פאר מיר.

#365 - אני מאמין מיט די טייטש
חיזוק פאר מיידלעך, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין, אויך שבת קודש זאלט איר זאגן די דרייצן אני מאמין; אזוי וועט איר האבן א שטארקע אמונה.


עס איז גוט איר זאלט זאגן די אני מאמין מיט די טייטש, אזוי וועט איר דאס פארשטיין, עס וועט ווערן איינגעקריצט אין אייער הארץ.


איך האף אז איר פירט זיך איידל, ווי עס פאסט פאר א "בית פיגא תלמידה"; רעדט נאר מיט גוטע חבר'טעס, רעדט נישט פון שידוכים, רעדט נישט פון חתונה האבן, רעדט נישט פון די זאכן, מאכט מיר א נחת רוח. איך האף צום אייבערשטן איר וועט טרעפן א גוטע ערליכע שידוך, אויפשטעלן א ליכטיגע שטוב וואו די שכינה וועט רוען.


אויך זאלט איר זיין דרך ארץ'דיג פאר אייערע טיטשערס, און פאר די מנהלת תחי'.


העלפט אייער מאמע תחי', איר האט זייער טייערע עלטערן.

#364 - נישט רעדן צווישן די מיידלעך פון שידוכים
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר טראכט פון חתונה האבן, איר ווילט חתונה האבן, די מחשבות נעמען איבער אייער מח; דאס איז נארמאל, דאס איז די נאטור, אז מען וויל חתונה האבן, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט איר חתונה האבן, איר וועט באקומען א גוטע שידוך, אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.


אבער איין זאך בעט איך זייער, איך בעט עס פון אייך און אזוי אויך פון אלע תלמידות בית פיגא, איך וויל נישט מען זאל רעדן צווישן די מיידלעך פון שידוכים, עס איז נישט קיין גוטע זאך און עס וועט מיר זייער וויי טון אויב ענק וועלן מיך נישט פאלגן, ענק וועלן רעדן צווישן ענק פון שידוכים, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג.): "הכל יודעין" וכו', טראכטן איז איין זאך, אבער ווער עס רעדט ניבול פה - וועט באקומען א גרויסע שטראף, דעריבער וויל איך ענק זאלן נישט רעדן פון שידוכים און פון חתונה האבן, אלס א גדר נישט צוקומען צו רעדן נישט גוטע זאכן.


איך האף איר וועט מיך פאלגן און אלע בית פיגא תלמידות וועלן מיך פאלגן, וועלן ענק נישט חרטה האבן, עס וועט ענק זיין גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#363 - העלפן די מאמע איז די גרעסטע מצוה און גרעסטע סגולה
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא בני ברק


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייערע עלטערן אז איר זענט א גוט קינד, איר העלפט און איר פירט זיך איידל, און ווען איר האט איבריגע צייט – זאגט איר תהילים.


זעט צו העלפן אייער מאמע, עס איז א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע, דאס איז די גרעסטע מצוה, דאס איז די גרעסטע סגולה, און מען איז גורם א שמחה אין אלע עולמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#362 - מיטנעמען מיט זיך די אכט יארן בית פיגא
חיזוק פאר מיידלעך, ספר המידות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


לכבוד וואס איר טוט גראדואירן די אכט קלאסן פון בית פיגא, געב איך אייך א מתנה די ספר המידות, דער ספר וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שעט): "דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד". און אזוי ווי מיר האבן געהערט פון מוהרא"ש אז אפילו מען לערנט נישט אין בית פיגא קיין תורה מיט מיידלעך, איז אבער אנדערש די ספרים פון רבי'ן, וואס זענען איין שטיק מוסר, א מאגנעט וואס ציט און שלעפט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מיטנעמען מיט זיך די אכט יארן בית פיגא, וואס מען האט געלערנט מיט אייך די ריינע אמונה, צו וויסן און צו געדענקען אז אלעס וואס גייט אריבער אויף די וועלט בכלליות און אויפן מענטש בפרטיות - איז פונעם אייבערשטן, און נאר פאר דאס גוטס פונעם מענטש, און אפילו עס זעט אויס אמאל שווער, עס ווערט אמאל טונקל - דארף מען געדענקען אז דער אייבערשטער מאכט דאס נאר פאר אונזער טובה.


אויך זאלט איר מיט נעמען מיט אייך אייער גאנץ לעבן די זיסע עצה וואס איר האט געלערנט אין בית פיגא; די עצה פון שמועסן מיטן אייבערשטן. געדענק אז אויסער אייער טאטע האט איר נאך א טאטע, דער אייבערשטער, וואס איז די טאטע פון אונז אלע, און ווען איר דארפט עפעס זאלט איר זיך צו אים ווענדן, שמועסט מיט אים און בעטס אים, וועט איר זען וואונדער.


אויך זאלט איר מיט נעמען אין לעבן דאס שיינקייט פון אידישע טעכטער, צו גיין אנגעטון איידל און באשיידן, איר זאלט געדענקען דאס שיינקייט פון אידישע טעכטער. מיר זענען אין אמעריקע אבער מיר זענען נישט אמעריקאנער, מיר זענען אויסגעמישט צווישן די פעלקער אבער מיר זענען אידישע טעכטער; זאלט איר גיין מיט שטרימפ וואס זעט נישט אויס ווי די פיס, און אויך מיט קליידער וואס זענען נישט אויסגעשניטן, נישט קורץ און נישט געפאסט, איר זאלט מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן און פאר די צדיקים.


עס איז נישט מעגליך אראפצושרייבן די מסירות נפש וואס מוהרא"ש האט געהאט פאר אונז מיטן עפענען פאר אונז די סקול "בית פיגא", וויפיל טרערן מוהרא"ש האט פארגאסן פארן אייבערשטן אז מיר זאלן האבן די הייליגע בית פיגא שולע וואו די תלמידות וועלן ליב האבן צו זיין א איד, ליב האבן צו גיין אנגעטון איידל, ווי עס פאסט פאר די אידישע פאלק.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן הצלחה.

#361 - פארצייכענען ווען און וויפיל געענדיגט תהלים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא בני ברק


זאגט יעדן טאג תהילים און ווען איר ענדיגט זאלט איר זיך פארצייכענען אינעם תהילים ווען און וויפיל מאל איר האט געענדיגט, און גלייך אנהויבן נאכאמאל.


אויך זאלט איר געדענקען אז איר זענט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט אייך, ביי אייך און נעבן אייך, און איר קענט אים אלעס בעטן.


פון דער ראש ישיבה.