בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אונזער הצלחה איז די ליבשאפט צווישן אונז
שלום, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן זיין א מלמד ביי אונז מיט אזא איבערגעגעבנקייט, מיט אזא ווארעמקייט, דו לייגסט אריין אין די קינדער אזויפיל אמונה, קדושה ויראת שמים.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט ארבעטן אינאיינעם מיטן מנהל, נעם נישט פערזענליך ווען ער רופט דיך אינדערפרי פרעגן היתכן דו ביסט שפעט; דארפסט פארשטיין אז דער מנהל טראגט די אחריות פון אלעס, און אז די מלמדים קומען נישט צייטליך מוז ער זיי רופן, און אז רופן העלפט נישט דארף ער רעדן מער שטרענג, ווייל די חדר דארף האבן זמנים, און די הצלחה ליגט אין דעם.


טו מיר צוליב, בעט זיך איבער מיטן מנהל, נעם ארויס די ווייטאג וואס ליגט באהאלטן טיף אין הארץ. ווי אזוי נעמט מען ארויס ווייטאג? דורך התבודדות, דורך זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן, און דורך דן זיין לכף זכות וכו' וכו'.


איך בעט דיר זייער זאלסט דאס טון ווייל אונזער הצלחה איז נאר אויב עס וועט זיין ליבשאפט צווישן אונז, חס ושלום אויב וועלן מיר זיך פיינט האבן, וועט אלעס צעפאלן, הי' לא תהי'.