בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי
איך וויל דו זאלסט אויסהערן די שיעור וואס איך האב געגעבן נעכטן דינסטאג פאר די מלמדים אין וויליאמסבורג, די שיעורים קענסטו הערן אויף "קול ברסלב" אין א באזונדערע אפטיילונג "שיעורים פאר מחנכים".
איך האב דערציילט א מעשה וואס איך האב געהאט אייער נעכטן מיט איינער פון דיינע תלמידים, הילד ... נרו יאיר. נאכן שיעור וואס איך האב געגעבן אין ישיבה מאנטאג איבער דאס גרויסקייט פון דאווענען, קומט ער צו צו מיר אז ער וויל רעדן פריוואט מיט מיר, פרעג איך אים: "וואס ווילסטו רעדן?" זאגט ער: "איך וויל רעדן פריוואט"; אז א קינד וויל רעדן פריוואט איז דאס אינטערעסאנט. איך גיי מיט אים אריין אין אפיס און ער הויבט אן וויינען, ער זאגט מיר: "איך דאווען שוין נישט פאר אפאר חדשים..." ער וויינט, ער קען נישט קומען צום ווארט, איך פרעג אים: "פארוואס דאווענסטו נישט?" זאגט ער מיר: "איך קען נישט קיין עברי, עס איז מיר זייער שווער צו דאווענען, עס נעמט מיר זייער לאנג", ער דערציילט מיר אז אין זיין אלטע חדר פלעגט מען אים טשעפען אז ער דאווענט זייער לאנג ביז ער האט אויפגעהערט צו דאווענען. איך האב אפגערעדט מיט אים אז איך גיי אים צושטעלן א מלמד זאל אים העלפן, אויסלערנען די פאר כללים פון עברי וואס פעלט אים.
איך דערצייל עס דיר ווייל איך וויל דו זאלסט וויסן וואס טוט זיך אפ אין די הערצעלע פון דעם קינד, דו זאגסט מיר אז דו ווייסט נישט וואס צו טון מיט אים, ער דאווענט נישט, ער טוט נישט גארנישט; זאלסטו וויסן אז אלעס האט א סיבה, אונטער די קינדער וואס טוען גארנישט - איז דא א הארץ וואס וויינט, אונטער די קינדער וואס זעען אויס קאלט און טרוקן - גיסט זיך טרערן, קיינער טראכט נישט; מען ווייסט נישט אדער וויל מען נישט וויסן.
איך שרייב דיר דעם בריוו אויפ'ן פליגער אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל. איך האב אביסל יסורים, עס טוט מיר וויי מיין רעכטע זייט אונטער מיין האנט, דאך שרייב איך דיר, ווייל איך וויל זייער שטארק האבן מלמדים ומחנכים וואס וועלן אויפבויען אידישע קינדער, נישט אויסלאזן קיינעם.
איך גלייב וואס צדיקים האבן אונז מגלה געווען, אז יעדע ווארט פון תורה, יראת שמים און מידות טובות וואס מען רעדט צו די קינדער - גייט אריין אין זיי און עס טוט אויף ביי יעדן איינציגסטן קינד, אויך די וואס זעען אויס קאלט און מיד ווילן אויך זיין גוט, און זיי וועלן זיין גוט.
איך שרייב דיר דאס אלעס נאר ווייל איך ווייס אז דו נעמסט אלעס אן.