בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז איינער נעמט א ספר, איז שוין אלעס כדאי
הפצה, מעביר סדרה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, ז' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די אלע וואס זענען עוסק אין הפצה דארפן זייער אכטונג געבן נישט צו ווערן צעבראכן פון די אלע וואס נעמען נישט אדער שפעטן; מען דארף זיך זייער פרייען און זיך מחי' זיין אז מען האט די זכי' צו גיין הפצה.


אז דו האסט געקענט געבן אפילו נאר פאר איינעם א ספר, א קונטרס, א סידי, פון הייליגן רבינ'ס עצות - דארפסטו זיך מיט דעם זייער פרייען, אפילו דו גייסט אזוי סאך צייט און מען נעמט נישט, און מען זאגט 'קיינער דארף נישט די ספרים, גליונות וכו'' - זאל דיר דאס נישט אפשוואכן, ווייל אז איינער נעמט א ספר - איז שוין אלעס כדאי.


דער הייליגער רבי נתן וואס האט זיין גאנץ לעבן נאר עוסק געווען אין הפצה, ווען ער איז געווען אין מצרים האט ער געזאגט (ימי מוהרנ"ת חלק שני, אות קטו): "בִּשְׁבִיל זֶה לְבַד כְּדַאי כָּל הַיִּסּוּרִים וְטִלְטוּלִים שֶׁיֵּשׁ לִי, שֶׁאֲנִי עַכְשָׁו כְּמוֹ בְּגָלוּת מִצְרַיִם, שֶׁאֲנִי נָע וָנָד וּמְטֻלְטָל וּמְבֻלְבָּל בַּאֲלֶכְּסַנְדְּרִיָּא שֶׁל מִצְרַיִם", פאר דעם אליין איז מיר ווערד געווען אנצוקומען קיין מצרים, דורכגיין די שווערע ביטערע יסורים און די גאנצע שלעפ, "אֲשֶׁר מֵעוֹלָם לֹא עָלָה עַל דַּעְתִּי לִהְיוֹת כָּאן", איך האב נישט געטראכט אז איך וועל אין מיין לעבן אנקומען אין מצרים, "אֲבָל כְּשֶׁאֲנִי זוֹכֶה לְהַזְכִּיר בַּאֲלֶכְּסַנְדְּרִיָּא בַּשּׁוּק שֵׁם הַסֵּפֶר שֶׁל רַבֵּנוּ הַנּוֹרָא זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", אבער אז איך האב זוכה געווען צו דערמאנען נאר דעם נאמען פונעם ספר לקוטי מוהר"ן פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו אין גאס אין אלעקסאנדריע - "בִּשְׁבִיל זֶה הַכֹּל כְּדַאי", פארדעם אליין אז שוין אלעס ווערד, "כְּפִי מַה שֶּׁאֲנִי מַאֲמִין וְיוֹדֵעַ קְצָת גְּדֻלַּת קְדֻשַּׁת נוֹרְאוֹת זֶה הַסֵּפֶר", לויט וויפיל איך ווייס ביי מיר דאס גרויסקייט פון די הייליגע ספרים.


דו גיי הפצה; שטענדיג זאלסטו האבן מיט דיר ספרים, קונטרסים, גליונות וכו' וכו', און אז דו וועסט קענען מזכה זיין אפילו נאר איין איד מיט א ספר פון רבי'ן, אדער א קונטרס פון מוהרא"ש - דארפסטו זיך מיט דעם זייער פרייען. רבי נתן זאגט (שם, סימן קכה; קכח): "בְּכָל הַדֶּרֶךְ שֶׁהָלַכְתִּי מִסְּטַנְבּוּל לַאֲלֶכְּסַנְדְּרִיָּא הָיָה לִי צַעַר כְּשֶׁזָּכַרְתִּי שֶׁאֲנִי מֻכְרָח עַתָּה לֵילֵךְ לְמִצְרַיִם", עס האט מיר זייער וויי געטון אז איך האב געדארפט אנקומען קיין מצרים; א פלאץ וואס די תורה זאגט (דברים יז, טז): "לֹא תֹסִפוּן לָשׁוּב בַּדֶּרֶךְ הַזֶּה עוֹד", מען זאל נישט צוריק גיין קיין מצרים; מיט דעם פריי איך זיך אז איך האב געקענט זיין ביי איינעם און אים מפיץ זיין די ספרים "לקוטי מוהר"ן" און "ספר המדות", זאגט רבי נתן: "וְזֶה יָקָר בְּעֵינַי מְאֹד שֶׁזָּכִיתִי לְהַשְׁאִיר סִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה בִּמְדִינָה רְחוֹקָה כָּזֹאת", דאס איז ביי מיר זייער חשוב, אז איך האב געקענט מפיץ זיין אין אזא ווייטע מדינה.


די וואך גייט פאר די בני חוץ לארץ צוויי פרשיות, פרשת חקת און פרשת בלק; הויב אן שוין אנהויב וואך מיט די מצוה פון מעביר סדרה זיין, אז דו זאלסט חס ושלום נישט אריבערגיין די וואך אן טון די מצוה, ווייל א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה - באקומט מען א שאדן; דאס איז קלאר און דאס קענסטו הערן פון מענטשן, ווי זיי קרעכצן אז פאריגע וואך האט ער נישט געענדיגט די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום און ער האט שוין א שאדן, און בכלל א טאג וואס מען לערנט אביסל חומש רש"י - איז אן אנדערער טאג, א יראת שמים טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.