בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, די חשוב'ע מפיצים פון אלעד, משה וויינבערגער, חיים יאקאבאוויטש, שמואלי קלצקין, נח לוין, אברהם אבא זייבלד, אושי שפר און נאך, ה' עליהם יחיו
איך הער אז ענק גייען פארשפרייטן דעם רבינ'ס ליכטיגקייט יעדן טאג, אינדערפרי און ביינאכט, זאל זיין הייס, זאל רעגענען, זאל זיין וואס זאל זיין - שטעלן ענק נישט אפ די הייליגע זאך וואס דער רבי האט אונז געזאגט, מיר זאלן גיין פארשפרייטן די ריינע אמונה פאר די גאנצע וועלט, מקרב זיין נשמות ישראל צום אייבערשטן.
דאס ווייסן ענק, עס שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קכח:) "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואו קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.
קיין שום זאך זאל ענק נישט אפשטעלן פון פארשפרייטן די גליונות פון אמונה, די גליונות פון שלום בית און פון חינוך הבנים; עס ברענט א פייער, אידישע קינדער פאלן אוועק, נישטא קיין קהילה, חסידות, גזע - וואס מוטשען זיך נישט מיט דעם וואס עס פאלן נעבעך אוועק נשמות ישראל, און נאר דער רבי האט א שפראך צו זיי און קען זיי היילן.
הלואי זאלן ענק דאס טון און נאר דאס טון, ווייל ווער עס ווייסט נאר אביסל וואס טוט זיך אפ אינעם היינטיגן דור, ווי מענטשן פאלן נעבעך אראפ אין עבירות, בפרט בחורים און מיידלעך, ווי זיי פאלן אראפ אין שווערע ביטערע זינד, זיי פאלן אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן, עס ווערט זיי אזוי ביטער ביז מען הייבט אן נעמען סמים, מען אנטלויפט פון שטוב, מען פאלט אוועק רחמנא לצלן רחמנא לצלן, נישטא וואס צו טון, נישטא וואס צו מאכן מיט זיי, אלע הייבן אויף די הענט, קיינער האט צו זיי נישט קיין שפראך, מען ווייסט נישט ווי אזוי מען רעדט מיט זיי, ווי אזוי מען כאפט זיי אן, ווי אזוי מען קען האבן מיט זיי א שטיקל שייכות זיי צו קענען האלטן, זיי זאלן חס ושלום נישט פאלן נאך ווייטער און נאך מער רחמנא לצלן; נאר דער רבי מיט זיינע זיסע עצות, מיט זיינע ווארעמע התחזקות - האט די שפראך זיי צוריק צו ברענגען.
הלוואי זאלן אנשי שלומינו פון ירושלים, בני ברק, און אזוי ווייטער - ענק נאכמאכן מיט חבורות פון הפצה, און נאר עוסק זיין אין דעם; מען דארף נישט פון קיינעם קיין רשות צו גיין הפצה, מען דארף דאס טון מיט מסירות נפש.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א פרייליכן חנוכה.