בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
עס טוט מיר וויי אז דו גייסט צו פלעצער פון ליצנות, דיין טאטע האט דיר געשיקט אין ישיבה זאלסט זיך אנזאפן מיט יראת שמים, דו זאגסט אים אז דו קומסט שבת קיין וויליאמסבורג צו זיין אין ישיבה, און יעצט הער איך אז שבת ביסטו געגאנגען צו א פלאץ פון ליצנות, דאס טוט מיר זייער וויי.
איך וויל דיר זאגן די זעלבע ווערטער וואס מוהרנ"ת האט געזאגט פאר זיין תלמיד, ווען ער האט אים געזען רעדן מיט איינעם וואס האט זיך געדרייט אין ברסלב'ע קלויז, יענער איז געווען א תלמיד חכם אבער ער איז געווען פול מיט ליצנות, האט ער אים געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן זאלסט נישט גיין צו יענעם, איך קען דיר אבער זאגן אז אויב דו גייסט צו יענעם - קום נישט צו מיר"; דאס זאג איך דיר, אז דו גייסט צו לצים - קום נישט מער צו מיר.
ליצנות איז אזוי שרעקעדיג, רבי נתן זאגט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וואס וויל גיין צו די טומאה, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועקגיין, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ"; זאגט רבי נתן, פארוואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות, ברענגט מען אים א לץ און ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.