בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
אז מען רעדט דיר א שידוך זאלסטו זאגן אז דו ביסט גרייט זיך צו טרעפן, און ווי שנעלער ענדיגן די שידוך.
עס איז דא א לשון אין ספורי מעשיות (מעשה יג, פון די ז' בעטלערס): "תֵּיכֶּף וִוי מֶע הָאט אָנְגִיהוֹבְּן דֶערְפוּן צוּ שְׁמוּסְן, אִיז דָאס זֵיי אַלֶע זֵייעֶר גִיפֶעלְן, הָאט מֶען זֵיי מְשַׁדֵךְ גִיוֶוען", תיכף ווי מען האט נאר אנגעהויבן רעדן פונעם שידוך צווישן די צוויי קינדער וואס זענען פארלוירן געווארן וכו', האט מען גלייך פארמאכט די שידוך; זיי האבן זוכה געווען צו די גרויסע מדריגות נאר ווייל זיי האבן חתונה געהאט, זיי האבן זיך נישט געקלויבט.
יארן לויפן אריבער, מען געבט זיך איין דריי און מען גייט שוין צוריק צום אייבערשטן. איך בעט דיר זייער, דו פון דיין זייט זאלסטו נישט זיין קיין עיכוב; אז א שדכן רופט דיר - זאלסטו מיט ארבעטן און זאגן אז דו ווילסט זיך טרעפן, נאר אזוי וועסטו חתונה האבן. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "די ים וועט נישט קומען צו מיר, און אויב איך וויל פארן קיין ארץ ישראל - דארף איך פארן צום ים"; אזוי אויך ביי דיר, פון זיך קלויבן 'איך דארף נאר א שידוך מיט די אלע תנאים' - וועט גארנישט ווערן, מען דארף חתונה האבן צו טון רצון ה', נישט רצון עצמו.