בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#97 - נישט מסכים אויף דיין סדר היום
כולל, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין נישט מסכים אויף דיין סדר היום, פון אויפשטיין טויזנט א זייגער, אז דו ווילסט ממשיך זיין אין כולל – דארפסטו קומען צייטליך. איך מוטשע זיך אזוי שטארק צו קענען צאלן צייטליך פאר די כולל אינגעלייט, עס קומט מיר אן אזוי שווער, איך זאג קלאר, איך צאל נאר פאר די כולל אינגעלייט וואס קומען אין צייט.


איך וויל דיר נישט וויי טון, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט אנהויבן קומען צייטליך. בעט דיין ווייב זאל דיך וועקן, זי שטייט דאך אויף צו די קינדער, זי לייגט זיי אויפן באס, בעט איר זי זאל דיך וועקן, זי זאל דיר העלפן מצליח זיין אין לערנען, ווייל עס איז א שאד דיינע יונגע יארן, דיינע שענסטע יארן – זאלן דיר אריבערגיין מיט שלאף.


איך זאג נאכאמאל, צו זיין אין כולל מוז מען היטן די זמנים, נאר ווער עס קומט אין צייט באקומט כולל געלט און די בענעפיטן וואס די כולל אינגלייט באקומען.

#96 - גיין שלאפן גלייך נאך מעריב
עבודת השם, הדרכות, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש האט א וואונדערליכע סגולה אויף אויפשטיין פארטאגס, בדוק ומנוסה, מען זאל גיין שלאפן פרי; אז מען לייגט זיך פרי שטייט מען אויף פרי.


על כן בעט איך דיר, און איך זאג דיר, נאך מעריב זאלסטו מיט קיינעם נישט רעדן, נאך עלינו לשבח גיי אהיים. מיט דיין ווייב קענסטו רעדן, בלייב נישט אין שול, גיי נישט צו קיינעם, גיי שלאפן פרי.


(אויך ווינטער ווען די זמן מעריב איז פרי, זאלסטו נאך מעריב אהיים גיין און גיין שלאפן פרי, אזוי וועסטו אויפשטיין פרי, וועסט קענען לערנען, וועסט קענען זוכה זיין צו התבודדות, "הניעור בלילה", ווי דער רבי טייטשט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נב), "הֲרֵי זֶה מִתְחַיֵּב בְנַפְשׁוֹ", וועסט ווערן נכלל אינעם אייבערשטן.


מאך פרייליך דיין ווייב, האסט א וואוילע פרוי, מאך איר פרייליך, געב איר גוטע ווערטער.

#95 - כולל געהאלט, נאר אויב מען קומט צייטליך
כולל, היטן די צייט

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד...


זיי מיר מוחל, איך קען דיר נישט צאלן די כולל געהאלט. דער ראש הכולל זאגט מיר אז דו קומסט טאג נאך טאג שפעט; וואלט עס געווען אן אונס, איינמאל אין א שטיק צייט - וואלט איך נישט אראפגערעכנט פון די קליינע געהאלט, אבער אז דאס איז באופן קבוע - קען איך נישט געבן די געהאלט.


א שאד, ביסט אזוי טייער און אזוי גוט, ביסט מער פון מיר, אבער צייטליך דארף מען קומען.


 

#94 - מען פרובירט אויס מיט שווערע טעג
קינדער, אמונה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך וויל ענק מחזק זיין נאכדעם וואס ענק זענען אריבער יעצט וכו'. שטארקטס ענק מיט אמונה אינעם אייבערשטן, חזר'ט ענק אז דער אייבערשטער מאכט נישט שלעכט, דער אייבערשטער מאכט נאר גוט. ענק זאלן חס ושלום נישט פרעגן קיין קשיות, אדער ארויסרעדן ווערטער קעגן די אמונה, ווייל אלעס וואס גייט אריבער אויפן מענטש איז נאר פאר זיין טובה, און פון הימל פרובירט מען אויס דעם מענטש וואס ער וועט טון ווען ער וועט אריבערגיין די שווערע טעג; וועט ער האבן קשיות, וועט ער רעדן קעגן חס ושלום, אדער וועט ער ווערן מער נענטער צום אייבערשטן.


איך וויל דיר נאכאמאל מחזק זיין, זאלסט נישט פארברענגען ביינאכט נאך מעריב מיט גארנישט. גיי שלאפן גלייך נאך מעריב, און שטיי אויף פארטאגס לערנען און דאווענען און זיך מתבודד זיין.

#93 - לערנען משניות ברענגט א נייע ריינע ציכטיגע נשמה
משניות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך הער אויף דיר זייער שיינע גריסן פון די מנהל און פונעם מגיד שיעור, איך האב זייער הנאה אז דו פירסט זיך שיין מיט דרך ארץ.


איך וויל דיך זייער בעטן זאלסט יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, נישטא נאך א זאך וואס מאכט ריין די נפש, רוח ונשמה - ווי לימוד משניות, בפרט אכצן פרקים משניות. עס נעמט אראפ אלע פלעקן פון די נשמה, די ראשי תיבות פון (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי" - איז משנה, משניות האט א כח ארויסצושלעפן דעם מענטש פון די טיפסטע פלעצער, אויך איז משנה די אותיות נשמה; דאס לערנען משניות ברענגט א נייע ריינע ציכטיגע נשמה.


מאך זיך א מקום קבוע אין ישיבה און לערן אכצן פרקים משניות, און לאז זיך נישט שטערן פון קיינעם, ביז דו וועסט זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק, דו וועסט זוכה זיין צו הויכע מדריגות. אזוי ווי דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' - אלעס בזכות משניות.


יעצט ביסטו יונג, ביסט א יונג בחור, דאס לעבן גייט זייער שנעל אריבער, און נאר משניות נעמט מען מיט זיך מיט, מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן די ווערטער פון הייליגן חיד"א, וואס זאגט, אז אשר בן יעקב זיצט ביים טיר פון גיהנום און ווער עס האט געלערנט משניות, אדער מען לערנט פאר אים משניות - לאזט ער נישט אריין אין גיהנום; מיט דעם טייטשט ער דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', ווען 'אשר' זעט אז א מענטש האט געלערנט 'משנה', "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", געבט ער אים גן עדן; אזוי אויך נעמט משניות ארויס די נשמה פון אלע קליפות.


געב א גרוס פארן מגיד שיעור און פאר אלע בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#92 - נאך מעריב שמועסטו נישט מיט קיינעם
יבנאל, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב א גרוס פון דיינע עלטערן, איך בין געווען נעכטן נאכט – מוצאי שבת – אין יבנאל, איך האב מיט געהאלטן די שמחה ביי דיין פעטער, איך בין געווען מיט מיין ווייב. וואס זאל איך דיר זאגן, דיין זיידע שליט"א פירט דארט א הערליכע קהילה, מיין ווייב איז ארויסגעקומען פון די ווייבער זייט זייער איבערגענומען, זי זאגט אז די צניעות איז אויסטערליש שיין, די ווייבלעך און די מיידלעך גייען אנגעטון איידל און שיין, דיין מאמע תחי' לייגט אריין גרויסע כוחות.


דיר וויל איך זייער בעטן זאלסט גיין שלאפן פרי, מאך זיך אפ אז נאך מעריב שמועסטו נישט מיט קיינעם, און אז דו ווילסט נאך לערנען קענסטו דאס משלים זיין אינדערפרי, שטיי אויף וואס פריער, אינדערפרי האט מען קלארע מוחין פאר תורה ותפילה.


אויך זאלסטו גיין בקביעות יעדן טאג א שפאציר און זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר ליכטיג מאכן דיינע אויגן אין לערנען און דאווענען.


איך האב געגעבן א גוטע גרוס פאר דיינע עלטערן און פאר דיין זיידע שליט"א.

#91 - גיי נישט אין שולן וואו מען פארשעמט דעם רבי'ן
הפצה, מחלוקת, הלכה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו גייסט פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים פון רבי'ן און פון מוהרא"ש, זאלסטו אכטונג געבן אויפן רבינ'ס נאמען, מאכן א שיינע נאמען אויפן רבי'ן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק", דארף היטן אויפן צדיק, "שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק.


רייץ זיך נישט מיט קיינעם, גיי נישט אין שולן וואו מען פארשעמט דעם רבי'ן. זעסט וואס פאסירט, יעצט קומט מען צו מיר מיט טענות היתכן מיינע תלמידים שלאגן, נאכדעם וואס דו און דיין ברודער האבן באקומען מכת רצח און זיך פשוט געוואלט ראטעווען, זעסטו אז מען דרייט אויס די מעשה און מען טענה'ט אויף מיר אז תלמידי הישיבה זענען שלעגער. על כן בעט איך דיר גיי נישט אין שולן וואו מען פארשעמט דעם רבי'ן און מוהרא"ש, גיי אין שולן וואו מען איז מכבד דעם רבי'ן, אויך זאלסטו גיין פריוואט ביי הייזער וכו'.


גיי נישט ליידיג, נעם זיך א חברותא, לערן הלכה. דער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען הלכה, זאלסטו פארמיטאג לערנען מיט א חברותא שלחן ערוך, און נאכמיטאג זאלסטו גיין הפצה, בטל נישט דיינע יונגע שיינע יארן.

#90 - פאררעכטן גלייך זאכן אין שטוב
שלום בית, פרנסה, היטן די צייט, קארגשאפט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זע אז אין שטוב זאל נישט זיין קיין צמצום, זע עס זאל זיין א ברייטקייט, ווען עס קומט צו לעבנ'ס זאכן; ברויט, מילך וכדומה - זאלסטו נישט קארגן, זאלסט זען עס זאל זיין אין שטוב עסן און טרינקען פאר דיין ווייב און קינדער.


אויך אלעס וואס דיין ווייב דארף האבן אין שטוב - זאלסטו גלייך מאכן, אז זי בעט דיר זאלסט איבערטוישן די לעקטער, עס איז איר טונקל אין שטוב - זאלסטו נישט זאגן מארגן מארגן, און אזוי וועט זיך עס ציען וואכן וכו'. דער מאן איז רוב טאג נישט אין שטוב קען ער טראכטן אז עס איז נישט וויכטיג, אבער פאר די פרוי וואס איז אין שטוב און פארעט זיך מיט די ווירטשאפט - איז דאס זייער וויכטיג.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען אויפשטיין פרי און דאווענען מיט די ערשטע מנין, לערנען דיינע שיעורים אינדערפרי, אזוי וועסטו קענען ברענגען פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#89 - ארבעטן אין די נאכט אריין ברענגט נישט קיין געלט
פרנסה, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ביסט געפאלן אויפן קאפ? דו זאגסט מיר אז יעצט זומער ווען עס איז די צייט פון ארבעט און ברענגען פרנסה ארבעטסטו ביז צוויי אזייגער ביינאכט; זאג מיר, ביסט ביים דעת? פארוואס טוסטו דאס? דו ווילסט העלפן דעם אייבערשטן דיר צו געבן פרנסה? וואס איז מיט דיין משפחה? מיט דיין ווייב, דיינע קינדער? אלעס איז געלט?!


איך לאז דיך נישט ארבעטן נאך זעקס אזייגער. אז דו ווילסט קענסטו אנהויבן דיין טאג פריער, קענסט קומען דאווענען מיט די ותיקין מנין און גיין ארבעטן פון אכט אזייגער, אבער בלייבן ארבעטן שפעט ביז אין דער נאכט... געלט וועט דיר עס נישט ברענגען.


מאך זיך א סדר. גיי שלאפן פרי, שטיי אויף פרי, דאווען אדער די מנין ותיקין אדער די זיבענער מנין, זיי זיך קובע צו לערנען דיינע שיעורים און קום אהיים צייטליך, העלף דיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער און נאכדעם לויף צוריק צו די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - א מענטש שטארבט פון ליידיג גיין
תפילות אויף אידיש, קאמפיוטער, היטן די צייט, שובבי"ם, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די ערגסטע זאך איז גיין ליידיג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "בטלה מביאה לידי זימה", גיין ליידיג ברענגט צו טון עבירות רחמנא לצלן; דער וואס גייט ליידיג - דער קומט צו ניאוף, מען קומט אן צו קוקן שמוץ, מען זיצט שעות אויף שעות ביים כישוף מאכער (קאמפיוטער), מען קוקט אלע שמוץ פון די וועלט, ביז מען פאלט אין פגם הברית, מען קומט צו די ביטערע עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וואס די עבירה מאכט מען זאל ווערן דערביטערט און דעפרעסט, ביז מען טראכט מחשבות פון ענדיגן די לעבן, מען זוכט סם, מען נעמט דראגס, מען טרינקט אלקאהאל.


איך בעט דיר זייער, יעצט אין די טעג פון שובבי"ם, ווען מיר פאררעכטן אלעס - זאלסטו זיך מער נישט דרייען ליידיג. די ערשטע זאך זאלסטו קומען דאווענען אין שול די דריי תפילות, דאווען נישט אין אפיס, דאווען אין שול מיט מנין, און מאך דיר א שיעור צו לערנען חומש, משניות, גמרא, הלכה, מיט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים.


זוך עפעס אן ארבעט, נעם די ערשטע ארבעט וואס מען טראגט דיר אן, מאך נישט קיין נארישע חשבונות, ווייל גיין ליידיג איז די ערגסטע זאך.


מוהרא"ש ברענגט א פחד פון א ווארט פון חז"ל, (אבות דרבי נתן, פרק יא): "אין אדם מת אלא מתוך בטלה", א מענטש שטארבט פון ליידיג גיין; זאלסטו נישט זיצן ביים כישוף מאכער (קאמפיוטער), נאר עפעס טון; גיי הפצה, עפעס טו.


גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, זאג אים א ווארט, זאג אפאר ווערטער, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, זאג אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האלט אין איין פאלן אין עבירות, איך האלט אין איין טון נארישקייטן, וואס וועט זיין מיט מיר? ווי אזוי קען איך שוין אפלאזן די שלעכטע וועג און צוריק קומען צו דיר, טון נאר גוטס?"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - דאווענען מיט מנין, און גיין צום דיין'ס גמרא שיעור
דאווענען, היטן די צייט, מרה שחורה, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס טוט מיר וויי דיך צו זען טאג נאך טאג קומען נאך חצות דאווענען אן קיין מנין. ערשטנס זאלסטו וויסן אז נאך חצות קען מען נישט דאווענען, עס איז ברכות לבטלה, צווייטנס, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן; אויב דו ביסט אריינגעפאלן אין א מרה שחורה, אז דו שטייסט אויף שפעט, אדער זאל איך טראכטן אז דו גייסט אריין ערשט אין אפיס און שפעטער קומסטו אין שול.


עס טוט מיר וויי, איך האב דאך אזויפיל געלערנט מיט דיר אין ישיבה און דיך חתונה געמאכט מיט אן איידעלע פון בית פיגא; איז וואס איז מיט דיר געשען אז דו פירסט זיך אזוי אויף?


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך צוריק באנייען, קומען אין שול אינדערפרי, א אינגערמאן ווי דו דארף דאווענען וואס פריער; שפעטסטנס אכט אזייגער, און גיין צו די ארבעט ניין אזייגער.


איך וויל זיך דערקוויקן, זען אין די קאמערע ווי די אברכי הכולל לערנען פלייסיג, קוק איך אין די קאמערע, אבער פון די אנדערע זייט מחיצה באקום איך ווייטאג צו זען אינגעלייט וואס האבן געלערנט אין ישיבה קומען טאג נאך טאג דאווענען נאך חצות, טרעטן אויף די הלכה מפורשת פון דאווענען שחרית אין צייט; מילא בעלי מרה שחורה וכו', אבער טייערע אברכים ווי דיר – דאס קען איך נישט נעמען.


איך וויל צוויי זאכן פון דיר, איינס דאווענען מיט מנין אלע תפילות שחרית וואס פריער, צוויי, זאלסט גיין צום דיין'ס גמרא שיעור.

#86 - די קינדער מוזן גיין שלאפן פרי
חינוך הילדים, חסד, אידישע שטוב, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט האלטן טייער דיינע קינדער'ס לערנען, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך.


איך ווייס אז דיין שטוב איז למעלה מן הזמן, עס איז ביתו של אברהם אבינו, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, ה): "יְהִי בֵיתְךָ פָתוּחַ לִרְוָחָה, וְיִהְיוּ עֲנִיִּים בְּנֵי בֵיתֶךָ", דיין שטוב זאל זיין ברייט אפן, אבער דיינע קינדער זאלן זיין ביי דיר דאס חשוב'סטע.


פון בית פיגא זאגט מען מיר אז דיין טייערע טאכטער ... תחי' פעלט און קומט שפעט; אין די יארן וואס מען לערנט עברי איז דאס קומען אין סקול קריטיש וויכטיג. בעט איך דיר זאלסט ווייטער ממשיך זיין צו טון חסד מיט דיין אשת חיל, אבער אין די זעלבע צייט מוזן די קינדער גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי מיט א סדר היום.


ביי מיר אין שטוב איז אויך אפן די טיר, אבער איך בין זייער שטארק אז די קינדער זאלן גיין שלאפן פרי, די קליינע ביז די זעקס שלאפן שוין 7:00, און די קינדער ביז צען שלאפן שוין 9:00, און די עלטערע, אפילו די בחורים – שלאפן שוין אלע 10:00.


איך האב נאך זאכן וואס איך וויל דיר שרייבן, אבער איך דארף מקצר זיין, די בחורים ווארטן אויף מיר, איך דארף זיי מחזק זיין.



 

#85 - אזוי סאך שיעורים צו לערנען, בלייבט נישט צייט צו טראכטן
שיעורים כסדרן, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רבי נתן האט געזאגט ביי די שרעקליכע מחלוקת אויף אים, מען האט אים געפרעגט ווי אזוי ער קען זיך דערהאלטן, האט ער געזאגט: "דער רבי האט מיר געגעבן אסאך שיעורים צו לערנען, איך האב נישט קיין צייט צו טראכטן פון די רדיפות".


דאס איז זייער א טיפע שכל; אז מען לייגט די קאפ אין תורה, תפילה, עבודת השם - איז נישטא קיין צייט צו זוכן און טראכטן אויף וואס זאל שטערן.


מאך זיך א ציל צו ענדיגן די יאר ש"ס, און אויך צו ענדיגן בכל חודש משניות און תיקוני זוהר, וועסטו נישט האבן קיין צייט אז זאכן זאלן דיר באדערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - זיך טענה'ען מאכט נאר ערגער
שלום בית, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב שרייט אויף דיר - איז א סימן אז עפעס טוט איר וויי; זאלסטו איר נישט מוסר זאגן און מער וויי טון, און אז זי שרייט ווען דיין קינד הערט - זאלסטו איר נישט זאגן מוסר אז דאס איז נישט גוט פאר די חינוך פון די קינדער, ווייל דאס וועט איר מער אויפרעגן, זאלסטו איר גלייך איבערבעטן.


בנוגע גיין שלאפן פרי, זי טענה'עט אז עס איז צו פרי; מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, רעד צו דיין ווייב שיין און הארציג, געב איר גוטע ווערטער און טענה נישט מיט איר, וועט זי נישט זיין ברוגז אויף דיר.


גיי שלאפן פרי, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין גאר פרי זאגן תיקון חצות און לערנען די הייליגע תורה. אבער פארגעס נישט צו געבן צייט פאר דיין ווייב, רעדן מיט איר און איר מפייס זיין וכו'. מוהרא"ש דערציילט פון די וואונדערליכע חכמה פון דעם צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה, ער האט געהאט א דרך פון פרישות, ער פלעגט נעלם ווערן פון שטוב במשך די וואך, און נאר אהיים קומען שבת. דאס פלעגט שטערן זיין ווייב, אבער ווען ער איז אהיים געקומען האט ער אזוי שיין הארציג גערעדט צו איר, אז זי האט זיך זייער בארואיגט און צוריק פרייליך געווארן, והבן למעשה.


טענה נישט מיט דיין ווייב, מוהרא"ש האט אונז אוועק געשטעלט א יסוד נישט צו טענה'ען מיט די ווייב, טענה'ען מאכט ערגער, א ווייב דארף מען געבן גערעכט און געבן אסאך גוטע ווערטער, און אז עס טוט וויי וכו' - נעמט מען עס אן פאר כפרת עוונות. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער איר דאס אהיים ברענגען. פארציילט די גמרא, רב האט געפרעגט פון רבי חייא: "הָא קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ לְמַר", זי איז דאך דיך מצער, פארוואס ברענגסטו איר די גוטע זאכן? האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיך פון עבירות, "וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", און זי ציט אויף די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#83 - דורך רעדן און הערן שטותים והבלים, ווערט א שטורעם ווינט
דאווענען, היטן די צייט, רענט, יום הולדת, ליצנות

 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוועלע.


לכבוד דיין יום הולדת זאלסטו זיך פארנעמען צו אויסהערן חזרת הש"ץ אין סידור און נישט טון אנדערע זאכן.


בנוגע וכו'; גיי נישט ארויס ביינאכט פון שטוב, גיי שלאפן צייטליך, און אויב דו ביסט נישט מיד – זאלסטו לערנען אין שטוב.


בנוגע וכו'; הער נישט אויס די לצים, עס וועט דיר נאר צעשטורעמען דיין מח. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לח), "רוח סערה עושה דברו", דורך רעדן און הערן שטותים והבלים – ווערט א שטורעם ווינט, מען פארלירט די ישוב הדעת.


 


זע צו צאלן רענט אין צייט, און אז דו האסט נישט – זאלסטו גיין אויף די הייזער צאמנעמען צדקה, און באצאלן יעדן ערשטן למספרם.


 

#82 - לייג א בענקל צווישן די ביימער, און בעט דעם אייבערשטן
כולל, תפילה והתבודדות, הדרכות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זון הרב ... שליט"א


איך האב גרויס נחת פון דיר, איך און מאמי תחי' פרייען זיך זייער צו באקומען גאר שיינע גריסן אויף דיר, פון דיין התמדת התורה און דיינע גוטע מידות ויראת שמים.


גיי שלאפן פרי, פעניע נישט אפ די נעכט, און שטיי אויף פרי, לערן דיינע שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מאך זיך א פלאן צו ענדיגן כל התורה כולה.


אויך זאלסטו גיין אין פעלד זיך מתבודד זיין, גיי הינטער דיין הויז, לייג א בענקל צווישן די ביימער, א קביעות'דיגע מקום, און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו זיין א צדיק, נישט מסיח דעת זיין פון אים.


בנוגע כולל, בנוגע לערנען ספרי אחרונים וכו'; לערן בעיקר טור בית יוסף, מחבר רמ"א, טורי זהב און מגן אברהם; דאס זאלסטו לערנען און גוט קענען, מער פון דעם וועט דיך נאר מער צעמישן.


איך ווייס אז היינטיגע אברכים זיצן שעות און לערנען וכו', אבער פון זיידע זכרונו לברכה האב איך מקבל געווען צו לערנען הלכה; טור בית יוסף, שלחן ערוך, טורי זהב מגן אברהם; אז דו וועסט אזוי לערנען – וועסטו מצליח זיין.

#81 - די ריכטיגע וועג צו לערנען הלכה, צו מצליח זיין אין הוראה
כולל, הדרכות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד די כולל אינגעלייט שיחיו


איך פריי זיך זייער אז מען האט אנגעהויבן דעם זמן בשעה טובה ומוצלחת, איך האף צום אייבערשטן ענק וועלן מצליח זיין.


איך וויל ענק זייער בעטן מען זאל האלטן די זמנים, קומען צייטליך. כולל הויבט זיך אן צען אזייגער, דאס מיינט אז צען אזייגער דארף מען שוין לערנען נאך אלע הכנות; ווייל נאר אז מען האלט די זמנים, מען איז ערנסט מיט די צייט - קען מען מצליח זיין.


אויך וויל איך בעטן פון אלע כולל אינגעלייט אז יעצט, דעם זמן, ווען מען חזר'ט איבער הלכות שבת - זאל מען זיך קאנצעטרירן נאר צו חזר'ן טור בית יוסף, מחבר רמ"א, און טורי זהב און מגן אברהם, וכל המוסיף גורע; קען זיין אויפן מינוט וועט אויסקוקן אז דער וואס לערנט וואס מער אחרונים - קען מער, אבער עס איז נישט אזוי. איך געדענק ווען איך בין געווען אין כולל ביי מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכרונו לברכה, האב איך אויך געוואלט לערנען וואס מער אחרונים, אבער מיין זיידע האט מיר געזאגט: "לערן טור בית יוסף, מחבר רמ"א, טורי זהב און מגן אברהם - אזוי וועסטו האבן הצלחה אין הוראה".


אויך זאלט איר זאגן ברכת התורה מיט כוונה, און אויך אהבת עולם זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ענק זאלן מצליח זיין, לערנען און פארשטיין און קענען וויסן די הלכה ווי אזוי מען פסק'נט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#80 - מאוויס ווארפט אראפ דעם מענטש אין די גרעסטע טומאה
אמונה, מאוויס, היטן די צייט, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך אנצוהויבן פונדאסניי, הויב אן פונדאסניי זיך בענקען צום אייבערשטן, און נעם אריין אין דיר אמונה, גלייב באמונה שלימה אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן; דומם צומח חי מדבר, הכל לכל איז אייבערשטער, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם.


מאך נישט קיין מציאות פון קיינעם, קיינער קען דיר נישט העלפן, קיינער קען דיר נישט שלעכטס טון, אלעס איז נאר דער אייבערשטער, און אז דו וועסט דאס ארייננעמען אין דיר - וועסטו פטור ווערן פון אלע דיינע צרות, ווייל דער גאנצער גלות איז ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן.


ווען דו גייסט שטימען זאלסטו דאס מאכן נאר לפנים, פארגעס נישט פאר איין סעקונדע ווער דער פירער איז, ווער עס מאכט די פרייזן, די שטייער, וכו' וכו', אלעס דער אייבערשטער אליין.


מען האט שוין גערוקט דעם זייגער, עס הויבט זיך אן די גאלדענע נעכט. דער הייליגער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו רופט אן די ווינטער נעכט - די 'גאלדענע נעכט', ווייל מען קען אין די נעכט זייער אסאך דינען דעם אייבערשטן; וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט האלטן אין שטוב קיין קאמפיוטער, סמארטפאון, טעבלעט וכדומה, קוק נישט קיין מאוויס; נישטא נאך א זאך וואס פארברענט די נשמה פונעם מענטש ווי מאוויס.


קוק נישט קיין מאוויס, מאוויס ווארפט אראפ דעם מענטש אין די גרעסטע טומאה, מען איז נאכדעם פוגם בברית רחמנא לצלן, מען פארלירט אלעס. ווייל די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה איז אזוי געפערליך, די הייליגע חכמים זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן איז חייב מיתה, "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים, "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן; דאס אלעס קומט פון קוקן מאוויס רחמנא לצלן, דאס איז וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", ליידיגגיין ברענגט צו עבירות, און צו דעפרעסיע, אויך זאגט דער רבי (ספר המידות אות ניאוף, סימן י): "אִישׁ בָּטֵל שֶׁאֵין עוֹסֵק בְּשׁוּם עֵסֶק, עַל יְדֵי זֶה תַּאֲוָתוֹ מְרֻבָּה וכו'", דער ליידיגייער וואס טוט גארנישט - דער האט אסאך נסיונות און פאלט אראפ אין עבירות, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#79 - די גאלדענע ווינטער נעכט
שלום בית, עבודת השם, היטן די צייט, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען האט שוין גערוקט דעם זייגער, עס הויבט זיך אן די גאלדענע נעכט. דער הייליגער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו רופט אן די ווינטער נעכט - די 'גאלדענע נעכט', ווייל מען קען אין די נעכט זייער אסאך דינען דעם אייבערשטן. וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט ארויסגיין ביינאכט פון שטוב, דאווען מעריב וואס פריער און בלייב אין שטוב; אדער גיי שלאפן און שטיי אויף פארטאגס, (מען קען זאגן תיקון חצות ביזן עלות השחר), אדער בלייב אין שטוב לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז א אינגערמאן האט נישט וואס צו זיין אינדרויסן פון שטוב ביינאכט, נאר בלייבן אין שטוב לערנען אין שטוב. אז דו וועסט לערנען אין שטוב - וועט דיין ווייב זיך זייער פרייען, זי וועט דיך מחשיב זיין, זי וועט דיך ארויפקוקן, דיין שלום בית וועט ווערן גאר גוט.


אפילו פרייטאג צו נאכטס, ווען עס איז איינגעפירט ביי אנדערע פלעצער צו גיין צו טישן וכו' - איז ביי אונז נישט אזוי, מוהרא"ש זאגט, א אינגערמאן האט נישט וואס ארויס צו גיין פרייטאג צו נאכטס, נאר בלייבן אין שטוב מיט די ווייב, און איך זאג קלאר אז די באטעס ביי מיר - איז נישט פאר אברכים, עס איז אויסדריקליך נאר פאר בחורים, אינגעלייט האבן נישט וואס ארויס צו גיין פון שטוב.


מארגן איז דא וואלן אין אמעריקע, מיליאנען מענטשן זענען פארקאכט און איינגערעדט אז די וואלן איז זייער ישועה, איך בעט דיר זאלסט חזר'ן אמונה, חזר זיך 'דער אייבערשטער איז אונזער ישועה'; די אינטערעסט (פראצענט), די געז, די טעקסעס - אלעס ווערט געפירט דורך דעם אייבערשטן מיט א פינקטליכע השגחה, נישט דער ער און נישט דער זי - וועט זיין אונזער ישועה.


איך בעט דיר נאכאמאל, גיי נישט ארויס ביינאכט פון שטוב, לייג זיך פרי שלאפן און שטיי אויף פארטאגס לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - דאווענען שבת אינדערפרי אין צייט
בית המדרש, הדרכות, היטן די צייט, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך בין נישט צופרידן אז מען דאווענט ביי ענק אזוי שפעט שבת אינדערפרי, אז עס וועלן קומען אינגעלייט און וועלן מאכן נאך א מנין אביסל שפעטער - דאס איז גוט.


איך געדענק ווען איך האב זוכה געווען צו איינשטיין שבת ביי מוהרא"ש אין יבנאל, נאכן דאווענען איז מוהרא"ש אהיים געקומען און מיר האבן געגעסן די סעודה. נאך די סעודה האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "קום שפאצירן, איך וויל דיר ווייזן די מנינים ווי שיין דא אין יבניאל איז"; מוהרא"ש האט מיר געוויזן אז עס איז דא נאך מנינים, שפעטע מנינים, מוהרא"ש האט זיך אזוי מחי' געווען, ער האט מיך ארום געפירט פון איין שול צום צווייטן, ער איז ארויף אויבן און געוויזן 'דא איז דא א תימנ'ער מנין, און אונטן שטעלט זיך יעצט נאך א מנין'.


אבער עס דארף זיין אן ערשטע מנין צייטליך, עס זענען דא אינגעלייט וואס ווילן דאווענען אין צייט און מאכן די סעודה אין צייט, דאס שטערט מיר אז די ערשטע מנין איז עלף אזייגער, אז מען דאווענט אין צייט און עס קומען נאך אינגעלייט וואס ווילן אוועק שטעלן נאך א מנין - אדרבה ואדרבה, אבער די ערשטע מנין דארף זיין אין צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - אכטונג געבן אז עסן זאל נישט גיין אין מיסט
מוסדות, היטן די צייט, עסן, בל תשחית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס שטערט מיר אז מען ווארפט אוועק עסן ביי אונז אין די מוסד; איך קען נישט זען ווי עסן גייט אין מיסט.


אפשר קענען די מלמדים און טיטשערס דאס אהיים נעמען? עס זענען דא מלמדים וואס האבן נישט קיין פרוטה, די שטוב איז ליידיג פון עסן, און דא גיסט מען עסן אין מיסט? פארוואס זאלן נישט די מלמדים און לערערינס אהיים נעמען ברויט, מילך וכו'.


איך זאג נאכאמאל, איך בין מסכים צו נעמען די פראגראמען פון די שטאט פאר עסן וכו' - נאר בתנאי אז מען וועט נישט ווארפן עסן אין מיסט, און אויב מען ווארפט עסן אין מיסט - וויל איך מען זאל אפשטעלן די גאנצע לאנטש פראגראם.


אויך אין ישיבה ביי די בחורים זאלסטו אכטונג געבן עסן זאל נישט גיין אין מיסט; געב עס פאר די כולל אינגעלייט, לאז זיי אהיים נעמען די עסן.


גיי שלאפן פרי וועסטו קענען אויפשטיין פרי, וועסטו קענען דאווענען ווי א איד און לערנען, און אויך ווערן א גרויסער עושר; ווייל אז מען גייט שלאפן שפעט - שטייט מען אויף שפעט, קען מען נישט דאווענען ווי א איד, קען מען נישט זיין קיין עושר, מען דארף נאכלויפן א גאנצן טאג - ווי דער רבי זאגט (ספורי מעשיות, מעשה יא) - די בהמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#76 - נאר דער וואס טוט, שלאפט נישט איין
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, זאלסטו עפעס טון פארן שטעטל, אזוי וועסטו בלייבן פריש מקורב, ווייל נאר דער וואס טוט - שלאפט נישט איין.


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון משמש זיין דעם רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד): "הַפָּחוּת שֶׁבַּאֲנָשַׁי", דער קלענסטער פון מיינע מענטשן, "אֲנִי מוֹלִיךְ אוֹתוֹ בְּדֶרֶךְ שֶׁל צַדִּיק גָּדוֹל מְאֹד", קען איך צוברענגען צו די מדריגה פון גרויסע צדיקים, "וִיקַנֵּא מְאֹד אֶת הַמְקֹרָבִים אֵלָיו", און אלע וועלן מקנא זיין מיינע מקורבים, "מִכָּל שֶׁכֵּן אֶת מִי שֶׁזּוֹכֶה לְהוֹשִׁיט לוֹ וְכוּ'", בפרט די וואס העלפן מיר אפילו נאר מיט ברענגען פייער, עיין בהשמטות.


לייג זיך צייטליך און שטיי אויף פארטאגס, לערן יעדן פארטאגס לכל הפחות צוויי שעה דיינע שיעורים כסדרן, נאכדעם זאלסטו דאווענען און זיך גיין מתבודד זיין, און נאכדעם זאלסטו גיין טון פאר פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#75 - א מלמד דארף זיין גוט צוגעגרייט מיט א פונקטליכע סדר היום
תפילה והתבודדות, מלמדים, היטן די צייט, סדר היום, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש


עס איז וויכטיג צו מאכן א סדר היום, די טאג זאל זיין פינקטליך, דאס איז ביי אלע כיתות און בפרט ביי יונגע קינדער; דער מלמד דארף זיין אנגעגרייט, 'וואס גיי איך טון די גאנצע יאר? וויפיל דארף איך אנקומען א טאג, א וואך, א חודש, ביז די יאר גייט אריבער? וואס דארפן די קינדער קענען?' נאר אזוי קען מען מצליח זיין, און אז דער מלמד קומט אין חדר אן קיין פלאן - דעמאלט שפירן דאס די קינדער, און דעמאלט ווערט א צעפארעניש, דאס מאכט מען זאל שרייען און ווערן פארלוירן.


דער טאג מוז נישט זיין פינקטליך ווי א מאשין, אבער מער ווייניגער דארף זיין די טאג מיט א סדר; וויפיל צייט מען דאווענט, וויפיל צייט מען עסט, וויפיל צייט מען שפילט, וויפיל צייט מען קאלירט, ווען מען זינגט די אני מאמינס, ווען מען נעמט צאם די שפילצייג וכו' וכו'.


אן תפילה איז גארנישט דא; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מצליח זיין מיט די תלמידים און קיין איין תלמיד זאל חס ושלום נישט אוועק גיין פון די תורה וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#74 - עטליכע פונקטן פאר די הצלחה פון די קינדער צום נייעם לערן יאר
צניעות, חינוך הילדים, רעדן, הדרכות, היטן די צייט, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך מאנטאג הויבן מיר אן נאך א יאר בית פיגא שולע, עס איז אויסגעשטעלט ביי רוב מוסדות אז די מיידל שולע הויבט זיך אן חודש אלול, און חדר פאר די אינגלעך הויבט מען אן - די נייע יאר - אסרו חג סוכות.


די שענסטע זאך ביי אונז אין די קהילה איז די מוסדות; א תלמוד תורה מיט א מיידל סקול וואס מען לערנט מיט די קינדער אמונה, קדושה וצניעות, מען געבט אכטונג אויף יעדן קינד אים אויפצובויען און אים חס וחלילה נישט צעקלאפן.


איך וויל דיר שרייבן אפאר זאכן אז מיר זאלן מצליח זיין די יאר מיט דיינע קינדער. מיר דארפן דיין הילף, הצלחה קען נאר זיין אז דו און דיין שטוב וועלן ארבעטן אינאיינעם מיט די מוסד. הדבר הראשון זאלסט זען צו לייגן דיינע קינדער שלאפן צייטליך, זיי זאלן קענען קומען צייטליך; שלעפ נישט ארום דיינע קינדער ביינאכט צו שמחות און צו פארטיס, זע די שטוב זאל זיין מסודר.


צווייטנס, האלט זיך נישט צוריק פון אויפהייבן א טעלעפאן און רופן דער מנהל און מנהלת, דורכשמועסן זאכן וואס מען קען בעסער מאכן, און זיכער אויב עס איז זאכן וואס מען דארף פאררעכטן; יעדע פינטל, יעדע נארישקייט - זאלסטו רופן און זאגן, אפילו עס האט נישט מיט דיינע קינדער, אזוי ווי די ווארט גייט: "אז דו זעסט עפעס - זאג עפעס".


עס טוט וויי פאר מיר, פארן מנהל און פאר די מנהלת - ווען מען הערט צוריק זאכן בשם די עלטערן און בשם יענע עלטערן - אז דאס שטערט, און דאס איז נישט גוט, און אז דאס איז אן עוולה וכו' וכו'; פארוואס זאל מען נישט אדורכשמועסן אדער מיטן מנהל אדער מיט די מנהלת אדער מיט דער אדמיניסטראטאר רפאל נרו יאיר, און אז עס איז א זאך פון סקול און מען האט עפעס אויף די מנהלת - קען מען אויך רופן דעם מנהל, און אז עס איז א זאך פון חדר וואס מען האט עפעס אויפן מנהל - קען מען רעדן מיט די מנהלת, אדער מיט דער אדמיניסטראטאר רפאל.


טו אן דיינע טעכטער איידל, נישט נאר ווען זיי קומען אין סקול, נאר אפילו אין שטוב, און אפילו אין די טעג וואס מען גייט נישט אין בית פיגא - טו זיי אן איידל, זאג נישט 'זיי זענען יונג, עס מאכט נישט אויס'; וואס וועסטו קענען טון ווען זיי וועלן עלטער ווערן און זיך אנטון פראסט, קיינער וועט נישט האבן קיין השפעה אויף זיי, וואס האסטו מורא אז דיין טאכטער וועט גיין אנגעטון מיט א קלייד וואס גייט נאך די קניען און נישט אויסגעשניטן, איך בעט דיר מיין ליבער טייערער ..., לאמיר ארבעטן אינאיינעם, וועסטו זען שיינע פירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#73 - שפאציר צווישן די ביימער און גראז, און שמועס מיט'ן אייבערשטן
תפילה והתבודדות, עבודת השם, היטן די צייט, סדר היום, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס איז דא א גרויסע יצר הרע צו פארברענען די נעכט און נאכדעם אויפשטיין שפעט, בעט איך דיר זאלסט אויסדרייען דיין סדר, גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, עס איז אנדערש ווען מען גייט שלאפן פרי און מען שטייט אויף פארטאגס.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, גיי יעדן טאג א שפאציר צווישן די ביימער און גראז און שמועס מיטן אייבערשטן כאשר ידבר איש אל רעהו, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים זאלסט זיין א צדיק.


דער הייליגער רבי האט אונז דערציילט אז אזוי האט ער זוכה געווען צו קומען צו זיינע מדריגות, דורך תפילה והתבודדות בתמימות ופשיטות; נאר אזוי קומט מען אן צו זיין א צדיק.