בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז יענער וויל מיך נישט, דארף איך יענעם טויזנט מאל נישט
שידוכים, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


דער שידוך וואס איך האב אייך אנגעטראגן איז נישט אינטערעסאנט; איך האף איר וועט נישט ווערן צעבראכן, איך האף עס וועט ארויסקומען יעצט אייער העלדישקייט, אז איר גייט ווייטער אן מיט'ן לעבן - זאל זיין וואס זאל זיין.


יעדער איינער אין היכל הקודש פון דער קלענסטער ביזן גרעסטער ווייסט וואס מוהרא"ש לערנט אונז: "ווער עס דארף מיר נישט - דארף איך אים טויזנט מאל נישט"; דאס האבן מיר געלערנט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ער האט אריינגעלייגט אין אונז אזא גרויסע שכל, מען זאל נישט נאכלויפן קיינעם, מען זאל זיין זיכער מיט זיך, און אז יענער וויל מיר - וויל איך יענעם, און אז יענער וויל מיך נישט - וויל איך אים טויזנט מאל נישט.


אזוי זאלט איר יעצט זאגן: 'אז יענער וויל מיר נישט - דארף איך יענעם טויזנט מאל נישט'.


איך טראכט אסאך פון א גוטע שידוך פאר אייך, איך האף צו זיין אייער שדכן און בקרוב זענט איר א כלה, און גלייך נאכדעם וועט זיין די חתונה.


געבט א גוטע שלינג, שלינגט אראפ די זאך, און קלאפט ארויס פון קאפ דעם נאמען; זאגט מיר ווען איר זענט גרייט צו גיין ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.