בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז די מאמע איז פרייליך איז די גאנצע הויז פרייליך
שמחה, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


פראבירט מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך און אויפנעמען דעם הייליגן שבת מיט שמחה; ווייל אז די מאמע איז פרייליך זענען אלע קינדער פרייליך און זיכער דער מאן.


עס איז נישט קיין קונץ זיך צו צעברעכן, א קונץ איז זיך אויפצוהייבן; פון קרעכצן וועט איר גארנישט האבן, איין זאך קומט ארויס פון קרעכצן און וויינען: "באבלאזענע קינדער". דערפאר זאלט איר זיך איבערבעטן מיט אייער מאן און אנהייבן א נייע בלעטל אין לעבן; עס קומט שבת איז א שאד זיך צו קריגן, בעטס אים איבער וועט דער אייבערשטער אייך אויך מוחל זיין.


ביי אונז פירט מען זיך צו צינדן פיר ליכט וואס איז קעגן דעם שם הוי"ה און נאך צוויי ליכט פון אויל פאר זכור ושמור, נאכדעם פאר יעדן קינד לייגט מען צו א ליכט.


בשעת א פרוי צינדט ליכט איז א גרויסע עת רצון אין הימל, ווען פרויען וואלטן געוויסט ווי חשוב עס איז אין הימל אירע תפילות וואלט מען געבעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך נאכאמאל און נאכאמאל ביזן זען די ישועה.


זעטס אז אייערע קינדער זאלן שלאפן מיט א קאפל און א טלית קטן וועלן זיי זיין געזונט און שטארק און אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


איך וואונטש אייך א פרייליכן שבת.