בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז מ'דאנקט דעם אייבערשטן, באקומט מען נאך ישועות
תודה והודאה, רפואה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו קענסט שוין עסן מילכיגס; דו האסט מיר געשריבן בערך א יאר צוריק א בריוו אז דו קענסט נישט עסן מילכיגס און יעצט זעסטו אז ווען מען פאלגט דעם רבי'ן און מען דאנקט און לויבט אויף וואס מען האט יא דעמאלט העלפט דער אייבערשטער און מען באקומט ישועות.


אויף דיין פראגע וואס דו זאלסט ענדערש לערנען - משניות אדער גמרא; די ערשטע זאך זאלסטו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות וואס דאס איז די ערשטע שיעור וואס יעדע תלמיד הישיבה דארף לערנען, נאכדעם זאלסטו לערנען אן א שיעור דפים גמרא, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


ווען דו לערנסט גמרא זאלסטו מזכיר זיין פאר דעם מוהרא"ש'ס נאמען; מוהרא"ש האט געשריבן א בריוו פון שפיטאל - ממש געציילטע שעה פאר זיין הסתלקות - פאר די בחורים פון יבניאל און פאר די בחורים פון אונזער ישיבה וואו ער בעט אז מען זאל מזכיר זיין זיין נאמען ווען מען לערנט.


דא קענסטו זען די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן עטליכע שעה פאר'ן הסתלקות:


בעזה"י יוֹם ה' לְסֵדֶר יִתְרוֹ ט"ז בִּשְׁבַט ה'תשע"ה.


שָׁלוֹם וּבְרָכָה לִיְנִיקֵי הַצֹאן הַתַּלְמִידִים הַיְקָרִים אֶצְלִי אֵלוּ שֶׁלּוֹמְדִים בְּמִסְגֶּרֶת "הֵיכָל הַקוֹדֶשׁ" בְּ"בֵּית מְנַחֶם" וְכֵן בְּ"בֵּית שְׁלֹמֹה" וּבְ"תִּפְאֶרֶת הַתּוֹרָה".


אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אַז אוֹיבּ אִיר וִוילְט עֶפֶּעס טוּן פַאר מַיין זְכוּת, זָאלְט אִיר נֶעמֶען סֵיי וֶועלְכֶע מַסֶכְתָּא גְמָרָא אִיר וִוילְט, אוּן אִיר זָאלְט דָאס אִיבֶּער'חַזֶר'ן הוּנְדֶערְט אוּן אֵיין מָאל.


אִיר זָאלְט מַזְכִּיר זַיין מַיין נָאמֶען וֶוען אִיר לֶערְנְט דִי מַסֶכְתָּא, אוּן אִיר קֶענְט אַייךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וִוי הוֹיךְ אִיר וֶועט מִיר אוֹיפְהֵייבְּן מִיט דֶעם.


אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אַז אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַבֶרְ'ן מִיט שְׁלֶעכְטֶע חֲבֵרִים וֶועלְכֶע גְלִיטְשְׁן לַיידֶער אַוֶועק. אִיר זָאלְט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, אִיר זָאלְט דָארְט מִתְפַּלֵל זַיין אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן לֶערְנֶען דָארְטְן, אוּן אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם. אִיךְ וֶועל הֶערְן וָואס אִיר זֶענְט מִתְפַּלֵל, אוּן אִיךְ וֶועל פְּרוּבִּירְן אַייךְ צוּ הֶעלְפְן אוֹיבְן אִין הִימְל.


אִיר זָאלְט זִיךְ פָארְנֶעמֶען צוּ הָאבְּן גוּטֶע מִדוֹת, אוּן אִיךְ וֶועל בֶּעטְן פַאר אַייךְ אוֹיבְן אִין הִימְל.


אִיךְ וואוּנְטְשׁ אַייךְ בְּרָכָה אוּן הַצְלָחָה.


צום ערשט ווען מוהרא"ש האט געשריבן די בריוו האט מוהרא"ש נאר געשריבן פאר די תלמידים פון די ישיבה אין יבניאל; איך האב דעמאלט זייער שטארק געבעטן דעם אייבערשטן אז מוהרא"ש זאל פאר אונז אויך שרייבן - פאר די בחורים ביי אונז אין ישיבה. שפעטער האט זיך מוהרא"ש אנגערופן צו דעם יונגערמאן וואס האט געטייפט דעם בריוו דארט אין צימער און אים געזאגט: "איך האב דאך נאך א ישיבה, לייג צו ובתפארת התורה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.