בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז מ'טוט די געבאטן פונעם אייבערשטן, האט מען אלע ישועות
התחדשות, תפלין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מאנסי


שטארק זיך מיט אנטון טלית ותפילין יעדן טאג, הייב נישט אן דיין טאג איידער דו לייגסט די הייליגע תפילין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד.): "כל המניח תפילין מאריך ימים", ווער עס לייגט תפילין האט אריכות ימים און האט א גוט לעבן; נאך זאגן די הייליגע חכמים (שם מג:): "כל שיש לו תפילין בראשו ותפילין בזרועו וציצית בבגדו ומזוזה בפתחו", ווער עס לייגט תפילין און טוט אן ציצית און האט א מזוזה אויפן טיר, "הכל בחיזוק שלא יחטא", איז פארזיכערט אז ער וועט נישט זינדיגן; מוהרא"ש זאגט, דאס ארבעט נאר אויב מען פרייט זיך מיט די תפילין, ציצית ומזוזה; אז מען פרייט זיך מיט די מצוות – האט מען א שמירה עליונה נישט צו פאלן אין עבירות.


ליבער ברודער, איך זאג דיר צו, אלעס וועט זיך איבערדרייען צום גוטן, דיין שלום בית וועט אויפשיינען; ווייל אז מען טוט די געבאטן פונעם אייבערשטן, און אז מען דאווענט די דריי תפילות אין שול – האט מען אלע ישועות.


אויך זאלסטו זיך שטארקן מיט לערנען יעדן טאג די בלאט גמרא, דאס וועט דיך אויפלעבן.