בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#17 - די מהודר'דיגסטע תפלין פאר'ן בר מצוה בחור
בר מצוה, תפלין, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


נאך אביסל מאכסטו בר מצוה דיין זון נרו יאיר, דארפסטו שוין יעצט זארגן פאר די הייליגע תפילין, זע צו באשטעלן ביי בערל נרו יאיר צוויי פאר תפילין, רש"י און רבינו תם; קארג נישט אויף ביליגע בתים, נעם פון דאס שענסטע און בעסטע. ווען עס קומט צו קויפן א קאר וואס האלט נאר פאר א קורצע צייט – דארט זאלסטו זוכן צו שפארן, אבער ביי די הייליגע תפילין וואס בלייבט אויף אייביג – זאלסטו נעמען פון די מהודר'דיגסטע.


יעדן אינדערפרי שפאציר ביי דיין פעלד, גיי איין מאן ארום דיין פעלד און בעט דעם אייבערשטן פאר דיינע דורות, זיי זאלן אלע זיין ערליך.



 

#16 - הייליגער באשעפער, איך בין אזוי עלנד, איך האב נישט קיינעם
תפילות אויף אידיש, אמונה, שבת קודש, קשיות, תפלין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס מאכסטו מיין טייערער ... נרו יאיר? איך האב שוין אזוי לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך, און אפילו עס גייט אריבער אויף דיר שווערע טעג, דו ביסט עלנד, דו דארפסט זיין געזונט וכו', די דאקטוירים שרעקן דיך אן וכו' וכו' - דאך זאלסטו זיך נישט פארלירן, זאלסט גלייבן אינעם אייבערשטן און אים בעטן ער זאל דיר העלפן.


האב נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער טוט נאר גוטס און מאכט נאר דאס בעסטע פאר אונז. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, ג): "עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם וְעָמַד בְּכֻלָּם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", אברהם אבינו האט מען אויספרובירט מיט צען נסיונות און ער האט זיך דערהאלטן, ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה, און ער האט ווייטער מגלה געווען די אמונה פאר די גאנצע וועלט, "לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", דאס ווייזט אונז ווי ווייט אברהם אבינו איז געווען דבוק צום אייבערשטן; ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה אפילו ער איז דורך שווערע ביטערע נסיונות.


זיי שטארק מיט לייגן תפילין יעדן טאג, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד.), ווער עס לייגט תפילין יעדן טאג - לעבט לאנג. אויך זאלסטו היטן שבת, זאלסט חס ושלום נישט ניצן די טעלעפאן שבת. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיט:): "כל המשמר שבת", ווער עס היט שבת - איז מען אים מוחל אלע עבירות; אויף די צוויי זאכן, אויף לייגן תפילין יעדן טאג און אויף היטן שבת - זאלסטו זיך מוסר נפש זיין.


גיי יעדן טאג אביסל התבודדות; זוך א שטילע גאס, א שטילע ווינקל, אין א פארק אדער א פעלד, אדער ביי א וואסער, און הייב אויף דיינע אויגן צום הימל, קוק ארויף און זאג: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי עלנד, איך בין אזוי אליין, איך האב קיינעם נישט אויף דער וועלט, נאר דיך האב איך, נאר דו פארשטייסט מיך, נאר דו קענסט מיר העלפן, און נאר דו וועסט מיר העלפן".


דערצייל דעם אייבערשטן ווי לאנג דו זוכסט א שידוך: "הייליגער באשעפער, ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו חתונה האבן? ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו בויען א שטוב און צו ברענגען קינדער? רבונו של עולם דו ביסט א כל יכול, דו קענסט אלעס מאכן, דו האסט מיך באשאפן און דו געבסט מיר יעדע רגע לעבן, בעט איך דיר, אנא השם, געב מיר א שידוך".


טייערער ..., אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועט זיין זייער שיינע זאכן פון דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#15 - א סעיף אין שלחן ערוך, מיט די תפילין דרבינו תם
תפלין, שלחן ערוך

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מתנה לכבוד הבר מצוה


... נרו יאיר


לערן יעדן טאג א סעיף אין שלחן ערוך מיט די תפילין דרבינו תם, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט), מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה.


פון דיין ראש ישיבה.

#14 - בינד צו דיין האנט און קאפ מיט די הייליגע תפילין
תפילה והתבודדות, אמונה, לימוד התורה, תפלין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פקודי, ב' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - אלץ מער ווערט מען צוגעקלעבט צו אים, מען ווערט א שטארקער מענטש, עס גייט מער נישט אן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


עס זאל דיר נישט אנגיין וואס מענטשן זאגן, עס זאל דיך נאר אינטערעסירן צו לעבן מיטן אייבערשטן; א שאד צו זיין אנגעהאנגען אין מענטשן, טראכטן וואס דער וועט זאגן און וואס יענער וועט זאגן, עס דארף נאר אינטערעסירן צו זיין באהאפטן צום אייבערשטן.


נעם זיך פאר אנצוטון יעדן טאג די הייליגע תפילין, בינד צו דיין האנט מיט די הייליגע תפילין און בינד צו דיין קאפ מיט די הייליגע תפילין; וועסטו זיין צוגעבינדן צום אייבערשטן.


דעם קומענדיגן ליל שישי וועט זיין די שיעור אינאיינעם מיט א מסיבה פאר הכרת הטוב און אויך א סיום ירושלמי מסכת שבת. עס איז נאכנישט צו שפעט, קענסט היינט אנהויבן לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא. א טאג וואס מען לערנט די הייליגע תורה - איז א טאג, נאר מיט תורה איז די טאג א טאג, אן תורה האט מען גארנישט, אן תורה איז מען נאקעט, אן תורה איז מען ארעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - וועק זיך אויף, גיי אין שול, טו אן תפילין, און גיי מיט א טלית קטן
חינוך הילדים, עבודת השם, תשובה, דאווענען, מנין, תפלין, ציצית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, וועק זיך אויף, הויב אן צוריק צו דינען דעם אייבערשטן; גיי אין שול יעדן טאג, טו אן די הייליגע תפילין, אויך גיי מיט א טלית קטן.


זאלסט זיך מוסר נפש זיין צו גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות, שחרית, מנחה און מעריב. דער הייליגער זוהר זאגט (וירא, דף קה.), אויפן פסוק (בראשית יח, לב): "לֹא אַשְׁחִית בַּעֲבוּר הָעֲשָׂרָה", אויב א איד קומט אין שול דאווענען מיט מנין, זאגט דער אייבערשטער 'איך וועל אים נישט שטראפן בדינו של גיהנום, 'בעבור העשרה', בזכות דאווענען מיט מנין".


נאך אביסל גייסטו מאכן פיאות פאר דיין זון נרו יאיר, און אים אנטון א טלית קטן; דארף דער טאטע גיין מיט א טלית קטן, אז די קינדער זאלן זיין גוטע אידן.


שרייב מיר צוריק אויב דו גייסט שוין צוריק אין שול דאווענען און אנטון תפילין.


דיין ראש ישיבה וואס ליב דיך.

#12 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#11 - שלום אין שטוב וועט ברענגען אלע ישועות און אלע רפואות
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער מאן וויל נישט קויפן די טייערע תפילין פאר ענקער זון - זאלט איר זיך נישט מיט אים צעקריגן. איר קענט רעדן מיט אים שיינערהייט, מיט ליבשאפט און מיט א שמייכל, אבער חס ושלום זיך קריגן.


געבט אכטונג נישט צו מאכן פון עיקר - טפל און פון טפל - עיקר; דער עיקר איז עס זאל זיין שלום אין שטוב צווישן אייך און אייער מאן, דאס וועט ברענגען אלע ישועות און אלע רפואות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - לייג תפילין איידער דו גייסט אין ארבעט
פרנסה, בית המדרש, דאווענען, תפלין

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, ל"ג שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דו שטארקסט זיך און דו לייגסט תפילין יעדן טאג; וויל איך דיר יעצט בעטן, פון היינט און ווייטער זאלסטו לייגן תפילין איידער דו גייסט אין ארבעט. גיי אין שול, לייג טלית ותפילין און דאווען שחרית; דאס וועט דיר ברענגען פרנסה בשפע, דו וועסט זיין באשיצט פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ווארף אוועק דיין סמארטפאון, קוק צו וואס דו ביסט צוגעקומען
תפילות אויף אידיש, סמארטפאון, סדר היום, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ערשטע זאך אינדערפרי טו אן תפילין, עס זאל חס ושלום נישט פאסירן עס זאל אריבערגיין א טאג אן אנטון תפילין, און אז דו ביסט נישט אנגעקומען צו לייגן תפילין אינדערפרי - זאלסטו אנטון תפילין ווען דו קענסט.


ווארף אוועק דיין סמארטפאון. קוק צו וואס דו ביסט צוגעקומען, ביסט אראפגעפאלן אין נ' שערי טומאה פון קוקן דאס ערגסטע ניאוף. א שאד פאר אזא טייערער אינגערמאן ווי דיר, מיט צוויי ליכטיגע קינדער - זאל פארפאלן גיין. איך בעט דיר ליבער ברודער, ווארף אוועק דעם טעלעפאן, א שאד צו פארלירן אלעס צוליב דעם טעלעפאן.


ברודער, שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, וואס האט מיט מיר פאסירט? וואו בין איך אויף די וועלט? וואס איז מיט מיר אז איך קוק עבירות? גילוי עריות, ניאוף, ליכלוך, זוהמה; העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן, אוועק ווארפן די עבירות. רבונו של עולם איך וויל נאר דיך זען, איך וויל זיין ערליך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - געב אכטונג נישט צו טון קיין מאדנע זאכן
היכל הקודש, גמרא, ראש ישיבה, דאווענען, תפלין, משוגע

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך וויל דיר בעטן א טובה, דו ווייסט דאך אז מען רעדט אויף מיר כל דבר אסור, מען רעדט אויף היכל הקודש דאס ערגסטע; איך פרוביר זייער שטארק אז אונזער בית המדרש זאל זיין א פלאץ אן קיין אינטערעסאנטע זאכן, מוהרא"ש האט מיר דאס געהייסן טון.


למעשה זע איך יעדע וואך ערב שבת ווען מיר שטעלן זיך דאווענען מנחה וקבלת שבת - טוסטו אן תפילין דרבנו תם, דו שטייסט ביים אריינגאנג און אלע וואס קומען דאווענען פארוואונדערן זיך דערויף. מילא די איינוואוינער פון שטעטל, מיר זענען צוגעוואוינט זיך נישט צו מישן אין יענעמ'ס געשעפטן, אבער דו ווייסט דאך, עס קומען געסט, עלטערן פון איינוואוינער, און דאס איז פאר זיי זייער אינטערעסאנט; וויל איך דיר בעטן זאלסט אכטונג געבן.


בכלל וואלט זייער גוט געווען זאלסט אנטון ביידע פאר תפילין אינאיינעם, רש"י און רבנו תם - גייט אינאיינעם, אז עס איז דא צייט פאר רש"י - איז דא צייט פאר תפילין דרבנו תם, און אז נישט - נעם אראפ אפאר מינוט פון תפילין דרש"י און טו אן תפילין דרבנו תם.


עס ווענדט זיך ווי אזוי מען געוואוינט זיך צו. איך געדענק נאך מיין חתונה האב איך אויך געהאט די צעפלויגנקייט, איך פלעג אנטון תפילין דרבנו תם שפעט נאכמיטאג, ביז מיין טאטע שליט"א האט מיר מוסר געזאגט און פארלאנגט איך זאל דאס מער נישט טון.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא - וועסטו באשיצט ווערן פון אלעם שלעכטס.

#7 - מיט'ן אייבערשטן אלס שותף, וועסטו זייער מצליח זיין
שבת קודש, פרנסה, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין פריינט ... האט מיר דערציילט אז דו שטארקסט זיך זייער און אז דו דארפסט יעצט א ברכה פאר'ן מקח וואס דו קויפסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלעס וואס דו טוסט, זאלסט האבן גרויס שפע, זאלסט ענדיגן דעם מקח מיט גרויס הצלחה.


דאס ווייסטו זיכער, אז אויב מען נעמט אריין אינעם דיל א גוטן שותף פארט אלעס געשמירט, א בעסערער שותף פונעם בורא כל עולמים איז נישטא; נעם אריין דעם אייבערשטן אינעם דיל, לייג תפילין יעדן טאג און היט שבת - וועסטו גאר שיין מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - תפילין דרבינו תם גייט אינאיינעם מיט תפילין פון רש"י
מקוה, שלום בית, קברי צדיקים, הדרכות, הלכה, דאווענען, חומרות, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע לערנען נ"ך ביינאכט; מען לערנט נישט ביינאכט קיין נ"ך. זאגן תהילים קען מען יא; דאס איז תפילות ובקשות.


תפילין דרבינו תם גייט אינאיינעם מיט תפילין פון רש"י; לכתחילה זאלסטו בלייבן מיט די תפילין דרש"י ביז נאך קדיש תתקבל און גלייך נאכדעם אנטון תפילין דרבינו תם. אויב דו האסט נישט קיין צייט, דו דארפסט לויפן - קענסטו אויסטון און אנטון ביי חזרת הש"ץ; אלץ זאלסטו אנטון רבינו תם גלייך נאך רש"י, שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער.


בנוגע מקוה נאכמיטאג; עס איז נישט קיין גוטע געוואוינהייט צו גיין אין מקוה נאכמיטאג. די ערשטע זאך איז מקוה; אינדערפרי ווען דו שטייסט אויף טאנץ אריין אין מקוה. אז דו ביסט שפעט, דו דארפסט לויפן - מאך א שנעלע מקוה, אריין און ארויס; שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער.


פרויען קענען גיין אין אלע צייטן אויף קברי צדיקים.


בנוגע וכו'; מוהרא"ש זאגט בשם דעם גרויסן צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה, ער פלעגט געבן הדרכות פאר אינגעלייט: "ווען מען מעג - מעג מען אלעס, און ווען מען טאר נישט - טאר מען נישט"; מען דארף נישט זיין צו קלוג צו וויסן און פארשטיין וואס, ווען און וואו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - אז דו וועסט אנטון תפילין יעדן טאג וועסטו באקומען כח
שלום בית, משניות, תפלין, הצלחה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט אנטון תפילין יעדן טאג וועסטו באקומען כח. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד:): "כָּל הַמֵּנִּיחַ תְּפִילִין מַאֲרִיךְ יָמִים", ווער עס לייגט תפילין - לעבט א לאנגע לעבן, א גוטע לעבן; דו לייגסט נישט קיין תפילין ווייל דו האסט נעכטן נישט געלייגט, און נעכטן האסטו נישט געלייגט ווייל דו האסט די גאנצע פאריגע וואך נישט אנגעטון די הייליגע תפילין, אזוי גייט אריבער וואכן און חדשים וואס דו ביסט אזוי צעבראכן אז דו טוסט נישט אן קיין תפילין.


אז דו וועסט אנטון תפילין וועט זיך אלעס טוישן; דו וועסט צוריק האבן שלום בית, אלעס וועט ווערן צוריק גוט.


טו יעצט אן תפילין אפילו עס איז שוין שפעט נאכמיטאג, און זאג דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין, בעט אים מחילה; בעט אים ער זאל דיר ארויסנעמען פון די עצבות און מרה שחורה דיינע.


נעם א משניות און זאג א פרק משניות, אויך נעם א גמרא און זאג א בלאט גמרא; אין די הייליגע תורה ליגן אלע סגולות, אלע רפואות און אלע ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#4 - אז דו וועסט אנטון תפילין וועסטו האבן א ברכה אין וואס דו טוסט
ישועות, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף אז דו ביסט מצליח, איך טראכט אסאך פון דיר.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט אנטון יעדן טאג די הייליגע תפילין. די הייליגע חכמים זאגן (מנחות מד:): "כָּל הַמֵּנִּיחַ תְּפִילִין מַאֲרִיךְ יָמִים", ווער עס לייגט תפילין לעבט א לאנגע גוטע לעבן; אז דו וועסט אנטון תפילין וועסטו האבן א ברכה אין וואס דו טוסט.


שרייב מיר צוריק וועסטו מיר מחי' זיין.


איך געדענק די יארן ווען דו האסט געלערנט אין ישיבה.

#3 - אז מ'פירט אן ערליכע שטוב, ברענגט מען נאר נחת פאר די עלטערן
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, חסידות ברסלב, נחת, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קענווי איילענד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט קויפן דיינע קינדער צוויי פאר תפילין - רש"י און רבינו תם - וועסטו נישט וויי טון דיין טאטע; כל זמן מען פירט א שטוב מיט יראת שמים ברענגט מען נאר נחת פאר די עלטערן, אפילו א טאטע וואס איז א מתנגד צום רבי'ן - ווערט נישט וויי געטון ווען זיינע קינדער פירן ערליכע שטובער און ציען אויף ערליכע קינדער אויף אן אנדערע שניט.


איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד זאגן: "מיין כיבוד אב ואם איז אז איך גיי יעדן טאג אין שול דאווענען דריי תפילות; מיין כיבוד אב איז אז איך רעד שיין צו מיין ווייב, איך שריי נישט אין שטוב; מיין כיבוד אב איז אז איך בין מגדל מיינע קינדער מיט יראת שמים; דאס אז עס שטערט מיין טאטע אז איך בין א ברסלב'ער - דאס האט נישט מיט מיר, מיין טאטע שטערט אויך ווען עס שנייט און ווען עס רעגנט, ער וואלט ווען געוואלט עס זאל שיינען יעדן טאג די זון און עס זאל זיין א שיינע וועטער; דאס איז נישט קיין פגם אין כיבוד אב ואם".


זיי שטארק ווייטער צו מכבד זיין די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ס'איז א חוב אויפ'ן מלמד צו רעדן צו די קינדער זיי זאלן זיין הייליג
חינוך הילדים, מלמדים, חנוכה, חסידות ברסלב, תפלין, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע רעדן צו קינדער וכו'; אודאי זאלסטו רעדן צו קינדער פון זיין הייליג בקדושת הברית. עס ליגט א חוב אויפ'ן מלמד צו רעדן צו די קינדער זיי זאלן זיין הייליג, נישט צורירן מיט די הענט וכו'; וויפיל בחורים וויינען אז מען האט זיי נישט מחנך געווען זיי זאלן זיין הייליג און דערפאר האב זיי זיך צוגעוואוינט צו טון שלעכטס רחמנא לצלן, ווען מען וואלט ווען גערעדט צו זיי אין די יונגע יארן קלארע ווערטער וואלטן זיי זיך נישט געמוטשעט אין די עלטערע יארן.


פארשטייט זיך אז ווען מען רעדט דארף מען אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט וכו'; מען דארף רעדן צו זיי לפי דרגתם, לויט זייער עלטער, זיי נישט דערשרעקן וכו'. דאס בעסטע איז אז מען זאגט: "דער אייבערשטער לאזט נישט לייגן די הענט וכו', עס איז א גרויסע עבירה אויב מען לייגט די הענט דארט"; אז דו וועסט רעדן צו דיינע תלמידים וועסטו זיי מציל זיין פון אלעם שלעכטס.


בנוגע קומען שבת חנוכה דאווענען מיט ברסלב'ע חסידים ניצול צו ווערן פון עולם התוהו; אודאי זאלסטו קומען דאווענען צווישן ברסלב'ע חסידים כאטשיג איין תפילה, קוק אריין אין ספר פעולת הצדיק (סימן תתמו) די גאנצע מעשה באריכות וואס דער רבי האט דערציילט מיט'ן רב וואס האט געהאט א חבר און זיי האבן צווישן זיך אפגעמאכט מיט א 'תקיעת כף' אז ווער עס וועט פריער נסתלק ווערן וועט קומען דערציילן פאר'ן צווייטן וואס עס טוט זיך אפ אויבן אין הימל. דער רב איז קודם נפטר געווארן און עס איז אריבער געלאפן גאנצע אכט און צוואנציג יאר ביז ער איז געקומען אין חלום צו זיין חבר, עס האט זיך אויסגעשטעלט אז דער רב האט בכלל נישט געוויסט אז ער איז נפטר געווארן, ער איז נעבעך געווען אין עולם התוהו אכט און צוואנציג יאר; ווען דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה האט דער רבי געזאגט בזה הלשון: "ווער עס וועט קומען צו מיר דריי מאל א יאר - 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות', וועט געראטעוועט ווערן פון דעם עונש פון עולם התוהו"; א פחד פון א מעשה, א מענטש גייט אוועק מזה העולם און זיין נשמה דריידט זיך אין 'עולם התוהו', ער מיינט אז ער לעבט נאך; דאס איז שרעקליכע יסורים פאר די נשמה.


בנוגע אויב מען מעג טראגן שבת די קמיע פון מוהרא"ש אין א מקום וואס איז נישט דא קיין עירוב; די פוסקים נעמען אן (עיין משנה ברורה סימן שח, סעיף קטן קכט) אז אפילו א קמיע וואס איז נישט קיין קמיע מומחה, עס איז נישט קלאר אז עס העלפט, קען מען טראגן היינטיגע צייטן וואס מיר האבן נישט קיין געהעריגע רשות הרבים, כל שכן אין דעם פאל וואס די קמיע פון מוהרא"ש איז איתמחי גברא ואיתמחי קמיע קען מען דאס טראגן שבת; מען דארף נאר אכטונג געבן עס זאל זיין אנגעטון אויפ'ן גוף, מען טאר דאס נישט האלטן אין די הענט אדער אין טאש (עיין משנה ברורה סימן שא, סעיף קטן פח).


איך האב נישט געוויסט אז דו קוקסט מיר אזוי נאך וכו'; איך זאג יא דעם לשם יחוד פאר'ן לייגן תפילין, נאר אסאך מאל ווען עס ווערט שפעט, איך בין אזוי טרוד וכו' זאג איך דעם לשם יחוד פאראויס, פאר איך קום אריין אין שול וכו'.


דער עיקר בעט איך דיר זייער, שטארק זיך; בעט דעם אייבערשטן זאלסט בלייבן מקושר צום הייליגן רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, געב א קוק דער הייליגער רבי נתן וואס ער איז דאך געווען אזוי מקושר צום רבי'ן, ווער איז נאך געווען אזוי נאנט מיטן רבי'ן ווי רבי נתן, דאך האט ער געבעטן דעם רבי'ן ער זאל אים צובינדן צו אים ער זאל נישט אוועק גיין, דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב דיר שוין אריין געכאפט אין מיין זאק", האט רבי נתן געזאגט: "רבי, בינד מיר צו אינעם זאק איך זאל נישט אוועק גיין".


א ליכטיגן חנוכה.

#1 - א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי
התחדשות, חתונה, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", און דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דו דארפסט נישט ווארטן ביז נאך די חתונה צו לייגן תפילין דרבינו תם, הייב שוין אן היינט לייגן תפילין דרבינו תם; רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות תפילין, הלכה ה', אות כח): "וְעַל כֵּן כָּל מִי שֶׁרוֹצֶה לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכוּ' צָרִיךְ לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִיר רַבֵּינוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֶת אֲנָשָׁיו לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם", ווער עס וויל מקורב ווערן צום אייבערשטן זאל מקפיד זיין אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט מזהיר געווען זיינע מענטשן; און קוק אריין אין זיינע הייליגע ווערטער וואס ער שרייבט ווייטער, מורא'דיגע ווערטער (שם, אות כט): "וְעַל כֵּן עַכְשָׁיו בְּעִקְּבוֹת מְשִׁיחָא בְּסוֹף הַגָּלוּת צְרִיכִים לִזָּהֵר מְּאֹד לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִירוּ כָּל הַצַּדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁהָיוּ בְּיָמֵינוּ", אין די היינטיגע טעג וואס מען האלט שוין ממש ביי די גאולה, מיר גייען שוין אט אט ארויס פון גלות, דארף מען זייער אכטונג געבן אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי אלע צדיקים האבן אונז מזהיר געווען, "כִּי עַכְשָׁיו הִתְגַּבֵּר הַבַּעַל דָּבָר מְּאֹד מְּאֹד מַחֲמַת שֶׁרוֹאֶה שֶׁקָּרוֹב לָבֹא קִצּוֹ", ווייל דער יצר הרע איז זיך זייער מתגבר זעענדיג ווי זיין סוף קומט שוין, דערפאר דארפן מיר האבן ביידע פאר תפילין זיך צו קענען קריגן מיט אים; קוק נאך אינעווייניג די גאנצע אות וועסטו זען דאס גרויסקייט פון תפילין דרבינו תם.


איך ווייס נאך נישט ווען איך פאר קיין ארץ ישראל, איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין בקרוב אין ארץ ישראל און זוכה זיין צו אלע גרויסע זאכן וואס דער רבי זאגט אז מען באקומט דורך ארץ ישראל; ווען איך וועל זיין אין ארץ ישראל וועל איך לערנען מיט דיר פנים בפנים ווי אזוי זיך צו פירן בדברים שבינו לבינה, נישט צו ווערן פארדרייט פון די אלע וואס לערנען חומרות ופרישות מיט חתנים וואס דאס איז אנטקעגן די תורה.


שטארק זיך ווייטער מיט'ן פארשפרייטן די ליכטיגע עצות פון רבי'ן אין גאנץ ארץ ישראל; מיר דארפן זיך שטארקן קעגן די קליפות, ווען די ערב רב זוכן אויסצורייסן די תורה דארפן מיר זוכן ווי מער אריין צו ברענגען די אמונה אין אלע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.