בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז מ'פירט זיך הייליג, האט מען א גליקליך לעבן
קינדער, קדושה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הילד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א גרויסע עבירה אנצורירן דעם אות ברית קודש; עס איז אזוי הארב אז די הייליגע חכמים זאגן (שבת קח:): "יָד לָאַמָּה תִּקָּצֵץ", די הענט וואס רירט אן דעם ברית זאל ווערן אפגעשניטן; ווייל דאס ברענגט די וועלט זאל חרוב ווערן.


דו בעסט מיר איך זאל דיר שרייבן חיזוק דו זאלסט נישט אנרירן וכו'; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גוט עס איז דעם מענטש וואס טוט דעם ווילן פונעם אייבערשטן, און פארקערט, ווי שטארק מען ליידט אויב מען פאלגט נישט וואס דער אייבערשטער זאגט. אויב דו וועסט זיך היטן און נישט לייגן די הענט אויפ'ן אות ברית קודש וועסטו זיין אייביג פרייליך, דו וועסט נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, דו וועסט האבן פרנסה, דו וועסט האבן דיין שידוך אין צייט און האבן שלום בית, אבער אויב חס ושלום מען היט נישט דעם אות ברית קודש איז מען שטענדיג טרויעריג, מען האט קשיות און ספיקות אין די אמונה, מען פארלירט די געלט, מען פארלירט די שידוך און אפילו מען האט יא חתונה קומט מען זיך נישט אויס מיט די ווייב.


זיי קלוג, ווען דו האסט איבעריגע צייט זאלסטו זאגן פרקים משניות און קאפיטלעך תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.