בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
אפילו איך האב דיר שוין געשריבן שפיר איך אבער נאכאלץ זייער שטארק דיין צער; איך קען נישט קומען צו זיך פון וואס דו ביסט אריבער. דו האסט שוין גרייט דיין טיקעט צו פארן צו דיין חתונה, דו האסט שוין דיין שטריימל, דיינע בגדים און פלוצלינג באקומסטו א ידיעה אז די כלה האט אפגעלאזט די שידוך; וויפיל איך טראכט אלץ אריין אין דעם שפיר איך דיין צער מער און מער. דערפאר וויל איך דיר שרייבן אפאר ווערטער דיר צו מחזק זיין.
טייערער ליבער ... נרו יאיר, די גאנצע זאך וואס דו גייסט אריבער איז אלץ לטובה; דו טראכסט צי איינער שטייט אונטער דעם און צוגערעדט די כלה וכו', וויל איך דיר זאגן אז "יא, איינער שטייט אונטער איר", דאס איז דער הייליגער באשעפער, ער שטייט אונטער אלעס וואס גייט אריבער אויף א מענטש, ער ברענגט די שוועריקייט, און אז דער מענטש דערהאלט זיך איז ער זוכה צו גרויסע ניסים. נסיון האט די אותיות פון 'נס', דורך דעם וואס מען שטארקט זיך איבער א 'נס'יון איז מען זוכה צו גרויסע 'נס'ים.
דעריבער בעט איך דיר זאלסט ווייטער אנגיין מיט דיינע שיעורים כסדרן; קום ווייטער אין ישיבה און באהאלט זיך נישט פון קיינעם. עס איז נישט דיין פראבלעם, נעם עס נישט אן אלץ א באשולדיגונג אז עפעס פעלט דיר, ווייל עס האט גארנישט מיט דיר און גארנישט מיט איר, עס האט מיטן אייבערשטן, און אז ער האט אזוי געטון איז דאס זיכער נאר פאר דיין טובה.
זיי מתפלל פאר מיר איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די ישיבה וכו', יואל בן ריצא רעכיל, ווייל דיינע תפילות זענען יעצט זייער חשוב אין הימל.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש אותיות דרבי עקיבא, אות "ד") דער אייבערשטער זאגט: "בְּנֵי אָדָם שׂוֹנְאִים לַדָּל, וְאֵין מִי שֶׁאוֹהֵב לַדָּל - אֶלָּא אֲנִי בִּלְבָד", מענטשן האבן פיינט אן ארימאן איך האב אים ליב, "וּכְשֶׁבָּא דָּל בִּתְפִלָּה לְפָנַי אֵינִי מֵשִׁיבוֹ מִלְּפָנַי רֵיקָם", ווען אן ארימאן דאוונט צו מיר שיק איך אים נישט אוועק מיט ליידיגע הענט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים עד, כא): "אַל יָשֹׁב דַּךְ נִכְלָם וגו'", "וַאֲנִי מְקָרֵב שְׁכִינָתִי אֶצְלוֹ בְּכָל יוֹם", און איך בין זיי מקרב צו מיר, אזוי ווי עס שטייט (תהלים לד, יט): "קָרוֹב ה' לְנִשְׁבְּרֵי לֵב"; זעט מען ווי חשוב עס איז ביים אייבערשטן ווען א צעבראכענע הארץ קומט צו אים, בפרט א בחור וואס איז אן אמת'ער ארימאן, ער האט דאך גארנישט אין לעבן, ובפרטי פרטיות וואס גייט יעצט אריבער אויף דיר, דו האסט זיך שוין פארגעשטעלט אז אט אט הייבסטו שוין אן דיין לעבן, און יעצט ביסטו ווייטער אליינס. זאלסטו יעצט בעטן פאר דיר און פאר אנדערע אידן, ווייל דיינע תפילות זענען זייער חשוב ביים אייבערשטן.
קוק ווייטער וואס חז"ל זאגן (מדרש אותיות דרבי עקיבא, שם): "שֶׁאֵינוֹ מַבִּיט הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּכָל רֶגַע וָרֶגַע אֶלָּא בְּדָל" דער אייבערשטער קוקט יעדע רגע צום ארימאן, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו סו, ב): "וְאֶל זֶה אַבִּיט אֶל עָנִי וּנְכֵה רוּחַ"; "וְעָרֵב לִפְנֵי הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא קוֹל דִּבְרֵיהֶם יוֹתֵר מִכָּל בְּנֵי אָדָם שֶׁתַּחַת הַשָּׁמַיִם", זייערע תפילות זענען זיסער ביים אייבערשטן מער ווי יעדע קול וואס איז נאר פארהאן אויף דער וועלט.