בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז עס דרוקט נאכאלץ, זאלסטו נאכאמאל בעטן; ביז דו וועסט זען א נס
התחזקות, יאוש, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז עס איז דיר ענג - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, און אז דו האסט שוין געבעטן דעם אייבערשטן און עס דרוקט נאכאלץ - זאלסטו נאכאמאל בעטן, ביז דו וועסט זען א נס, עס וועט דיר ווערן גרינגער.


פארליר זיך נישט, האסט שוין געהאט אסאך צייטן וואס דו האסט געזען ניסים; דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.