בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אזוי ווי מען צינד די שבת ליכט, וועט מען אויפנעמען די נשמה אויף יענע וועלט
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


אזוי ווי מען צינד די שבת ליכט אויף די וועלט - אזוי וועט מען אויפנעמען די נשמה ווען זי וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט, און מיט די קליידער וואס מען צינדט די שבת ליכט וועט מען זיצן אויבן אין גן עדן; דעריבער פירן זיך ערליכע פרויען, זיי צינדן די ליכט מיט שיינע שבת'דיגע קליידער, מיט די צירונג און מיט א שמחה.


ביי די ליכט זאלט איר בעטן וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אונז געזאגט צו בעטן, די תפילה וואס רבי נתן האט געגעבן פאר זיין טאכטער חנה צירל: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד אָן דִי לִיכְט אוּן אִיךְ מַאךְ לִיכְטִיג דִי שְׁטוּבּ, זָאלְסְטוּ אָנְצִינְדְן דִי הֶערְצֶער פוּן אַלֶע אִידְן, עֶס זָאל שַׁיינֶען דִי לִיכְט פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן בַּיי אַלֶעמֶען".


ביי די ליכט בעטס דעם אייבערשטן: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר, אִיךְ וִויל זַיין פְרֵיילִיךְ. הֶעלְף מִיר, אִיךְ וִויל זַיין גוּט, אִיךְ וִויל זַיין פַּאזֶעטִיוו, אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט קְרִיגְן מִיט קֵיינֶעם, אִיךְ זָאל הָאבְּן כֹּחַ אוּן גֶעדוּלְד פַאר מַיינֶע קִינְדֶער, אוֹיךְ זָאל אִיךְ לֶעבְּן מִיט מַיין מַאן מִיט לִיבְּשַׁאפְט".


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דעם גרויסן כח וואס אידישע פרויען האבן און וואס זיי קענען אלץ פועל'ן - ווען זיי צינדן די ליכט; די הימל איז אפן, מען קען אלעס פועל'ן.


א פרייליכן שבת.