בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד משפחת ... שיחיו
נאכן רעדן מיט ענק און הערן אלע איינצעלהייטן פון די פרשה וואס גייט פאר ביי ענקערע עלטערן; די ווייטאג איז זייער גרויס, ספעציעל ביי די קינדער, וואס זעען ווי עס גייט צעפאלן די שיינע משפחה, די געפילן ווערן איבערגענומען, די געפילן זאגן טו דאס, מאך יענץ וכו' וכו'; אין אזא פאל דארף מען זיך היטן און נישט טון קיין איבערגעאיילטע זאכן, וואס קען גורם זיין נישט קיין גוטס.
וואס יא? מען דארף אויסהערן און מען דארף מחזק זיין, בפרט אין דעם פאלן זאלן ענק אויסהערן די מאמע, און איר מחזק זיין, אבער נישט טון עפעס מער, אויך איז וויכטיג צו דאווענען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל העלפן עס זאל זיין שלום, און זאגן תהילים און טון גוטע מעשים, אבער נישט ווערן אריינגעדרייט און אריינגעמישט, ווייל מחלוקת איז זייער א גרויסע סכנה, און אלע וואס נעמען א טייל אין מחלוקת האבן שפעטער חרטה.
איך וויל ענק זייער בעטן ענק זאלן אכטונג געבן עס זאל נישט שאטן ענקער שלום בית, ענק זאלן לעבן בשלום, ענק זאלן לעבן מיט ליבשאפט, ברענגט אריין די שכינה ביי ענק אין שטוב, דארט וואו עס איז דא שלום מיט ליבשאפט – דארט איז די שכינה הקדושה, און אויב חס ושלום עס איז דא א קריגעריי – זאגט דער רבי - (ספר המדות אות מריבה, סימן סו): "שָׁם הַשָֹטָן", איז דארט דער שטן.
שטארק זיך מיט לערנען חומש – פרשת השבוע – יעדע וואך, טייל עס איין לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אויך זאלסטו לערנען משניות און גמרא, און זיי מקפיד צו דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב אין שול מיט מנין.
און איר זאלט אנצינדן די שבת לעכט צוויי מינוט פאר די זמן וואס איר פלעגט צינדן יעדע וואך, טוט דאס פאר א זכות פאר אייער מאמע זאל געזונט זיין, און ביי די לעכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אין אייער שפראך (דער אייבערשטער פארשטייט ענגליש, דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן), בעטס אים ער זאל העלפן אייערע עלטערן זאלן לעבן בשלום און זיין געזונט, בעטס אים פאר אייך, פאר אייער מאן און פאר אייערער קינדער, ווייל עס איז נישטא עפעס שטערקער פון תפילה, בפרט תפילות פון אידישע מאמעס, אידישע פרויען – וואס בעטן ביי די שבת לעכט, די הימלען זענען אפן פאר איר.
עס קומט שוין חנוכה, די האלבע שעה וואס די לעכט ברענען זאלן ענק ביידע דאנקען דעם אייבערשטן. מאכט ענק א ליסטע אויף וואס צו דאנקען דעם אייבערשטן, און ביי די חנוכה לעכט זאלן ענק נאר לויבן דעם אייבערשטן.